|
|
| נשלח ב-17/10/2006 04:54 |
|
| |
פנחס מיילך
די זאליס זאגן אז ר' זלמן לייב האט בשום אופן נישט געוואלט טאנצן פאר ברענטשעס, אזויווי זיין טאטע ז"ל האט נישט געלאזט יונגעלייט ארויפגיין שמח"ת אויף ברענטשעס,
זיין טאטע האט נישט געלאזט??........זייט ווען??? האסטי אמאל געטאנצן אינאיינעם מיט זיין טאטען???? ביי זיין טאטע איז אלעמאל די ברענטשעס געווען געפאקט מיט אינגעלייט. {חוץ ביי די 6'טע הקפה. האט ער געבעטן אז מען זאל מאכען פלאטץ פאר די קינדער}
ביי נעילת החג וואס די זאליס האבן געמאכט אין די נייע ביהמ"ד איז טאקע געווען א ריזיגע עולם, אפשר אפילו מער ווי ר' אהרן האט געהאט ביי זיין נעילת החג טיש.
דאס קאסט שוין א שמייכעל גראדע פארשטיי איך פארוואס די שרייבסט עס, ווייל מר. שפיטצער ארבייט שוין פעסט אויף די בילדער.....
תוקן על ידי - moshe06 - 17/10/2006 4:57:10
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2006 04:59 |
|
| |
בארואיגטס ענק, פנחס מיילעך מאכט זיך סתם משוגע. ער איז אן אהרוני וואס פרובירט צו עקטן נייטראל, אבער ער מאכט עס נישט גוט, ווייל ער וויל נישט מען זאל אים חושד זיין אין זיין אן אהרוני, און דעריבער שרייבט ער מער לטובת די זאליס.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2006 05:31 |
|
| |
מען מוז באדאנקען די ראה"ק פאר'ן אויפקומען מיט'ן געניאלן איינפאל צו מאכן געיטס ביי די אויבערשטע שטאקן פון די ריזיגע פארענטשעס (אגב איז עס די ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך זע אזעלכע מעכטיגע פארענטשעס), ווען נישט וואלטן מענטשן ממש געהארגעט געווארן, ווייל מען האט זיך אזוי געשטופט ביי די הקפות אז מענטשן זענען כסדר אראפגעפאלן פון די פארענטשעס, און נאר די געיטס האבן צוריקגעהאלטן אז מען זאל פאלן צו דער ערד און זיך פלעטערן דעם קאפ.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2006 05:45 |
|
| |
די זאליס זאגן אז זיי האבן באשטעלט יעצט ביי בארזל ער זאל מאכן פאר זיי די זעלבע פארענטשעס ווי אינז האבן געמאכט
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2006 16:06 |
|
| |
מ'דארף זיך אויך באדאנקן פאר די פאר עסקנים וראשי הקהלה וועלעכע האבן געטוהן דעם ריכטיגן שריט און זיכער געמאכט אז בשעת רבינו שליט"א געפינט זיך אויף די בימה שטייט נישט קיינער אויבן יהי'ה מי שיהי'ה, אזוי אז יעדער איינער פון אלע זייטן פון ביהמ"ד האט געקענט מיטהאלטן דעם גאנצן סדר ההקפות אריינגערעכנט ביי די 'תורה' און ביים זינגען דעם 'חרדים'. ר' יצחק רז"ב (ראה"ק), ר' הירצקא שטיין, ר' שמואל ווידער, ר' שלום לאנדא, ר' מאיר פערל און נאך תשואות חן להם
תוקן על ידי - טאראראם - 17/10/2006 16:29:38
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2006 16:20 |
|
| |
גראדע איז געווען א שיין בילד בשעת רבינו שליט"א האט געטאנצן, האט מען געזען אויף די בימה די זעלבע פנימ'ער ווי אמאל, ר' הירצקא צוויבל (ראה"כ), ר' שלמה זלמן שטיין (משב"ק), ר' ישראל מאיר פרידמאן, ר' משה פאלקאוויטש, און אזוי אויך לעבן רבי'ן שליט"א ביים ארום לויפן ביים טאנצן, ר' מאיר פערל, ר' הירצקא שטיין, פון צייט צו צייט ר' שלמה זלמן ווייס, און די אמאליגע סדרנים ר' אברהם סופר, ר שלום יודא שטרויס, און נאך איך מיין נישט ח"ו אוועק צו מאכן די פרישע מסירת נפש'דיגע עסקנים און סדרנים, נאר דעי פון די אמאלי'גע געווארדיע האט געהאט אן אמאליגן חן, און האט מיר אויפגעברענגט אלטע זיסע און שטורעמישע....... זכרונות!!! און מסתמא פאר אנדערע אויך!
תוקן על ידי - טאראראם - 17/10/2006 16:25:36
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2006 19:49 |
|
| |
איך ווייס נישט וואס ענק האבן זיך אויף מיך אנגעטשעפעט, איך האב גארנישט מיט סאטמאר, נישט
אהרוני נישט זאלי, א שלעכט מזל האט מיך געמאכט וואונען אין וויליאמסבורג, און איך בין פון טבע
א נייגעריגער.
איך בין קיינמאל נישט געווען אין ערגעץ, נאר יעצט ווען סאיז געווען עקשען בין איך געגאנגען
קוקען צוזאמען מיט יעדעם איינעם.
איך האב געשריבן וואס די זאליס זאגן, איך האב זיי געפרעגט פארוואס מפירט נישט די הקפות אין
נייעם שול, וואו סאיז דא הערלכע ריזיגע ברענטשעס האבן זיי דאס מיך גענטפערט, איך האב נישט
קיין אנונג אויב יא אדער נישט.
די איבעריגע זאכען האב איך געשריבען וואס איך האב געזען מיט די אויגען, אויב סגעפעלט איינעם
נישט קען ער געזונטערהייט זאגן אז איך בלאנג ערגעץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2006 21:05 |
|
| |
כאב פארגעסן איין קליינע דיטעיל
שמיני עצרת ביינאכט האט מען צעשפרייט זאגערליך איינער האט עס מנדב געווען (ביטע שרייבן ווער, כ' געדענק שוין נישט) אזוי עס איז געווען שבת און מען האט נישט געקענט ברענגען די מחזורים לדבאונינו אזוי ווי איך וואין אין ק"י האב איך וואו יעדן צוזאםגעקנייטש און אריינגעלייגט אין טאש
און..... נאכן אהיים קומען ווערט מער גוט.. כ'טרעפ אוס אין מיין בוזעם ס'האט אויסקוקט וואו מען האט עס אויסגעוואשן אין א וואש מאשין
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2006 21:27 |
|
| |
ב"ה האסט זוכה געווען צו טראגען מיט די מהודר'דיגע עירוב וואס ווילימסבורג איז געבענטש מיט
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2006 22:04 |
|
| |
מ'האט געמאכט 3600 הקפה'לעך פאר ליל שמיני עצרת וואס איז געפאלן אים שבת פארשטייט'זיך אז 1 שעה נאך לעכט צינדן איז שוין נישט געווען קיין זכר דערפון, אלעס איז שוין געווען צוכאפט!
|
|
|
|
|