אזוי ווי איך זעה ווי די זאלונים אויף זייער פורום זענען מורא'דיג ביזי מיט זייער נעילת החג פון זייער מוצאי רבי
קוקענדיג אויף די בילדער האב איך באמערקט אז די איצטיגע נעילת החג שמחת תורה איז די זעלבע אויסגעדראשען ווי די נעילת החג שבועות.
און וויאזוי זיי האבן געפאמעפט שבועות דארף מען דאך נישט איבערקייען... און דא זענען די ארונים אריינגעקומען אין רז"ל TURF, און האבן אים איינגעשלינגען 3 צו 1
מיר איז אינטערסאנטער דער דיפערענץ צווישן די הושענא רבא בילדער אין ראדני, און נילוס החג אין ראסס...ווי די וועלט האט געזען באשיינפערליך די "פיקטשער חסידים" קומט צו די גרעסטע "פיקטשער רבי" אין די וועלט..
ביי דעם הייליגן ממלא מקום קומט נישט צו קיין דאווענען, קיין הו"ר דרשה, קיין הקפות קיין טישן קיין גארנישט...
דארט קומט מען בלויז צו די פיקטשערס!
איך מיין אז מהיום והלאה, לן יאית דער נייער נאמען דער "פיקטשער רבי"...
שורשנגח. ווי אזוי כאפט מען אזעלכע בילדער וואס די זאליס כאפען?? פארוואס אויף זייער בילד געלונגט קיינמאל נישט אז מען זאל קענענן זען עפעס פענעמער??? אייביג האבן זיי פיצי אומזעבארע קעפ גלאכע אייניגע שורות אויף די בארענטשעס! האט עס עפעס מיט די איסור וואס דער לאקאלער האט געגעבן אויף בילדער??
נשלח ב-18/10/2006 20:53
עס איז טאקע רעטעניש, ווי אזוי קען דאס זיין אז ביי איינע פון די הייליגסטע דרשות פון יאר האט ער בערך 150 אידן, און ביי א "מהיכי תיתי" מסיבה, מוצאי יו"ט האט ער 10 מאל אזויפיל.
וואספארא מין חסידים זענען דאס?
איך זעה נישט קיין שום נארמאלע תירוץ המתקבל אל הלב, אויסער די "פיקטשערס" תירוץ. אז ר' זלמן לייב'ס חסידים קומען צו ר' זלמן לייב נאר אויב מ'וועט קענען כאפן שיינע פיקטשערס אין ווייזן אז ער האט אסאך מענטשן.
נשלח ב-18/10/2006 21:08
עס נאר אינטערסאנט צו קוקן ווי די יעצטיגע בילד פון שמחת תורה קוקט אויף די רעכטע זייט ברענטשעס - די ערשטע בילד ווי מען זעהט קלארער - זעהט מען ריזיגע לעכער אימיטען די פארענשטעס עס איז ליידיג איבערהויפט אונטען און אויבן.