דין תורה ביי שבע ברכות???? WOW
(מיטן רשות פון די מנהלים)
איך הער אז נעכטן ביי די שבע ברכות איז פארגעקומען א דין תורה צווישן וויליאמסבורג און קרית יואל.
ס'איז געווען א דיין מיט בוררים, איבער דעם סכסוך "עלי ינוח צדיק את ראשו". פארוואס קרית יואל לאזט נישט דעם רבי'ן קומען אפטער קיין וויליאמסבורג.
איך בין נישט דארט געווען. מיר קוקט עס אויס עטוואס קינדיש. די וואס זענען דארט געווען זאגן אז מ'האט זיך געשאקעלט פון געלעכטער, פון די אינטרעסאנטע טענות וואס די קינדער האבן געווארפען איינער אויפן אנדערען.
איך הער אז וויליאמסבורג האט געזאגט צו קרית יואל: מיר האבן ענק געגעבן אונזערע פארענטשעס אויף די חתונה.
קרית יואל ענטפערט צוריק: ענקער סוכה האט געהאט א בוים . איז דאס נארמאל?
וויליאמסבורג שיסט צוריק: ענקער חתונה שאטער האט אויך געהאט א בוים אינדערמיט ! איז דאס נארמאל?
ווער קען ביטע איבערגעבן מער א פינקטליכע באריכט פון די שפיל
|
|