סענטער קערי הארגעט די דעמאקראטן
נעקסטע וואך דינסטאג גייט זיין וואלן איבער סענטערס און קאנגרעסלייט, די לעצטע פאר וואכן האבן אסאך אנעליסטן געשאצט אז די דעמאקראטן גייען איבערנעמען קאנטראל פון סענעט און פון קאנגרעס
(נאך יארן נישט זיין אין קאנטראל) ווייל די מלחמה און איראק גייט זייער נישט גיט און איראק איז געווען די העדליין נייעס די לעצטע פאר וואכן ווייל ס'איז געווען דעם חודש אסאך אמעריקאנער טויטע און די ריפאבליקאנער זענען געווען ביזי זיך פארענטפערן וועגן איראק און די דעמעקראטן האבן געהאקט שטיקער וועגן איראק ביז נעכטן האט זיך אלעס געטוישט ווייל סענטער קערי
האט געזאגט א סטעיטמענט וועגן די מילטער לייט און איראק
וואס קען ווערן אויסגעטייטש ווי א באליידונג קעגן זיי און דאס איז ביי די אמעריקאנער פאלק א האקעלע זאך צו חוזק מאכן פון א מילטער מאן די ריפאבליקאנער האבן זיך שנעל ארויף געכאפט דרויף און די גאנצע העדליין נייעס איז געווארן וועגן קערי צו ער דארף יא איבערבעטן אדער נישט היינט האט ער שוין געזאגט אז ער האט נאר געמאכט א דזשאק יעצט דארפן זיך די דעמאקראטן פארענטפערן און די ריפאבליקאנער האקן שטיקער אנעליסטן זאגן יעצט אז אויב די ריפאבליקאנער בלייבן און קאנטראל פון סענט און פון קאנגרעס דארפן די ריפאבליקאנער זאגן א יישר כח פאר קערי
|