מלוה מלכה
דו נוצט סהדי במרומים, עס דערמאנט פון נאך א מאמר חז"ל הרוצה לשקר ירחיק עדותו
וואס דארפסטו עדות פון הימל, אויב מיין זכרון דינט מיר גוט האט מען די שוהל אויף ראס סטריט אנגעהויבן בויען יאר תשנ"ו אדער תשנ"ז
אויף מיין קאלקולעטער איז עס שוין צען יאר, דאס א יז קלאר, אז תשנ"ט ווען די אהבה מוסתרת איז ארויס אין פאבליק האט זיך אלעס אפגעשטעלט, און די סיבה שטייט קלאר ארויסגעשריבן אויף די הושענא רבה בילדער פון תשס"ז אין ראדני
און עס איז קלארער ווי קלאר אז ווילאנג די שוהל וועט זיין אונטער די ממשל פון די זאלישלך וועט מען דארט בויען טענטס, סטארעדזש [עיין ערך קאורט], חתונה זאלן, אלעס נאר נישט קיין שוהל
קומט זיך דער מח עצום מר. מלוה מלכה און בארואיגט אונז זייער שטארק, אז תיכף ווען מען ענדיגט די שוהל גייט מען גראד געבן זיצן פאר אלע קויפערס, [אין אידיש, מיינט עס ביז געציילטע וואכן]
אבער כדאי ער זאל נישט אויסזעהן אזוי שטארק נארמאל, לייגט ער שנעל צו, אז די זאלי קהל וועט צולייגן עטליכע תנאים, און רעגולאציס, מר. מלוה מלכה זארג נישט מיר זענען אן דעם אויך געווען רואיג, אז מיר באקומען סיי וואו............. די זיצן
אבער צוריק צו עצם יסוד, ווען אזעלעכע ארענטליכע, ערליכע, באזעצענע שלום זיכער, דערקלערן פאר קאורט, אז ח"ו מען זאל דן זיין אין קאורט, פשוט ווייל מען טאר נישט ,עס איז א איסור גמור צו גיין בערכאות
חוץ, חוץ חוץ אין בארא פארק, עטליכע מאל, אין מאנטריאל, אין לאנדאן, אין בני ברק, אין קרית יואל און אפילו אין וויליאמסבורג, עיין ערך יעקב כהנא, בחורים קרוין, עיין ערך שאול פערשלטיין - עזריאל מאיר קאהן, עיין ערך זאלי קהל - 26 בחורים, עיין ערך זאלי קהל - קהל, קרית יואל איצט אין קאורט
אבער חוץ חוץ חוץ, איז ח"ו צו גיין אין קאורט
און צו דין תורה, איז דאך אפגערעדט אז מען דארף נישט גיין, און ווידעראום גיין סתם מפשר זיין איז דא אויך נישט פאסיג
און יעצט אויב קומט א סאטמארער און האלט אז די זאליס האבן גערויבט די מוסדות אין וויליאמסבורג ווי די סאטמארע האבן אריין געלייגט אין די לעצטע צענדליגער יאר, ממון ודמים תרתי משמע, עסקנות און וואס נישט, נו, וואס מיינט איר האלט אזא חכם ונבון מיט זיין 'מתון' ר' ז"ל בראש, אז מפני שלום דארפן מיר באצאלן די חובות, און אויב נישט וועלן מיר ח"ו אונזערע קינדער ... כמבואר בספרים.... וכו.... נישט מער געדאכט
און דאס ברענגט אונז צו א טראגי קאמישער געלעכטער, ווערט אונזערע רואיגער חכם מלוה מלכה מיט ר' 'אוי לנו' אינגאנצן צומישט
וואס זאל איך אייך זאגן, נאכן ענדיגן לאכן, קען איך נאר זאגן אויף זיי, נישטא ווער זאל לאכן
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 06/11/2006 0:24:27
 |
|
|