דא זעהט מען די 5 שורות זיצפלעצער אויף די לינקע זייט אין אזוי די זעלבע 5 איז דא אויף די רעכטע זייט וואס איז צוזאמען 10 שורות מיט 18 זיצפלעצער וואס איז 180 זיצן -
נשלח ב-3/11/2006 13:38
נאכ'ן איבערקוקן אין זעהנדיג אז יעדער מענטש אויף די פארנצ'ס אין ביי די טישן האבן א רויטן פינטל אין די נאמבער'ס זענען קראנט אין אמת -- לאמיר מאכן א קליינע חשבון
176+ 120+ 123+ 180+ 599=
אויף די פארענצ'ס צוזאמען מיט די טישן - דהיינו די זקנים אין בעלי בתים מיט אברכים אין אויכעט די בחורים - אלעס צוזאמען ניטעמאל קיין 600 נפשות!!!
אין די בילדער זענען פין נעילת החג סוכות - וואס איז א יו"ט מיט הונדערטער געסט אין די טיש איז די גרעסטע טיש דורכן יאהר מבחינת משתתפים - אין אפילו נישט קיין 600 נפשות!!
נשלח ב-6/11/2006 11:44
אויב אזוי - וועט מען דארפן מאכן בחירות אין באבוב
there is not an other way out!!
נשלח ב-12/10/2007 20:39
קוק צוריק אויף די נעילת החג, און מען וויל נאך איינרעדן דעם עולם אז מען האט 1300 חתימות, ווען האלב עולם אויף די בילדער זענען בחורים, און צוזאמען איז נישט דא 650 נפשות.
דוק ותשכח!!
תוקן על ידי לאןאתההולך ב- 12/10/2007 20:48:46
נשלח ב-12/10/2007 22:16
איך ווארט נאך אלץ זיי זאלען מפרסם זיין א בילד פון די חתונה ווי מען זעט די גאנצע עולם (און איז נישט געשטיקלט), זעט אויס אז זייט די אויבערדערמאנטע בילדער זענען זיי מער גארנישט מפרסם....
אגב! ווער האט באמערקט אז שמחת תורה זענען אלע פארעצ'עס אין 48 גיווען אביסל נידריגער ווי פאריאר, צד דרום איז געווארען פון 15 צו 12, צד מזרח פון 12 צו 10, און צד צפון פון 10 צו 9. און צד מערב איז גיווען נאר פאר קינדער פון די תלמוד תורה.
זעקס שטאק ווייניגער! ווי איז יעדער געגאנגען?
משא"כ אין באבוב האט מען צוגעלייגט לענגערע פארענצ'עס, און עס איז גיווען נאך מער געשטאפט פון פאריאר...
נשלח ב-14/10/2007 14:28
די צען שטאקעדיגע ברענטשעס זענען פיל ביי די טישען זיצט מען ווי סארדינען קיינער לאזט נישט אראפ א אויג פון רעבין (חוץ די וואס רעדין אויףן סעל) און ווער רעד שוין פון דעם אויבין אהן - א פראכט!
נשלח ב-14/10/2007 14:38
די צען שטאקעדיגע ברענטשעס זענען פיל ביי די טישען זיצט מען ווי סארדינען קיינער לאזט נישט אראפ א אויג פון רעבין
נעבעך! נעבעך! האסט געמוזט אריינסקענען א בילד פון כל העולם, דו ארבייטס זייער זייער שווער פאר דיין פארלוירענע פארטיי.
קוקטס אן ענקער בילד אין כל העולם, און אין עולם החרדי, ענקער עולם ווערט שוואכער פון יאר צו יאר!
פאריאר איז אין די סוכה געווען ביי ענק 10 שטאק הויך, דאס יאר איז שוין געווען ביי ענק נאר 8 שטאק, און אזוי אויך שמחת תורה זאגן מענטשן אז עטס האטס געהאט קלענערע שטאקען פון פאריאר.
נשלח ב-14/10/2007 17:35
זייער אינטערעסאנט!
די פיקטשעס פון די קארטשינער סוכה האט מען אויסגעצויגן אויף דריי מאל אזוי לאנג און די באבובער פיקטשעס האט מען שמאל געמאכט (קוק אן די שטריימלעך וועסטו זעהן אז זיי זענען נישט רונדיג נאר שמאל און לאנג) אויב ביי אונז אין באבוב איז געווען 650 מענטשען איז אין קארטשין נישט געווען מער ווי 65 די מעשיות קענסט פארקויפן פאר דיינע שמאל-קעפיגע קארטשינער חסידים אזוי ווי זיי קויפען אז זיי גייען האבען דאס גרויסע בית מדרש.
אויך איז אינטערעסאנט אז אין באבוב ציילט קיינער נישט וויפיל פלייש עס איז דא ביי די קארטשינער טישן (and who cares) ביי אינז אין באבוב איז ב"ה אלעמאל פיל נישט פון צוקוקערס נאר ערענסטע מיטהאלטערס (יא אויך די פרעמדע וואס קומען קיקן קומען שוין די נעקסטע וואך מיטהאלטן) מען שטייט און הארכט אויס די שיינע אינהאלטסרייכע תורות און מען זינגט מיט די שיינע ניגונים. וואס האט עטץ צו פארקויפן אויסער שימפען און בארעדן אונזער הייליגן רב און אונזער הייליגע קהילה - ראו מה בין בני לבן ... עטץ קענטס שוין גיין באשטעלן נייע סיינס פאר ענקערע מוסדות ווייל (rush) וועט קאסטען טייערער.
נשלח ב-14/10/2007 18:02
1- דאס פארענפערט נאכנישט רבי-חסידים, וועלכער פרעגט ווי איז דער עולם פון פאריאר, פארוואס איז ענקער שטאקען נידריגער געווארן.
2- עטס דארף אנקומען צו די פרעמדע קוקערס, צו נעמען ביי זיי די חתימות, וואס זיי זענען אויך געווארן די תובעים אין באבוב.
3- מיר האבן שוין באשטעלט די נייע סיינס. אלעס ווערט ווערן אויפגעפרישט אי"ה.