|
|
| נשלח ב-5/11/2006 21:11 |
|
| |
באמבע... בערקאוויטש אדמינסטראטער סאטמאר ב"פ
די זאליס האבן געכאפט א צוזאם בראך, זיי האבן געשיקט פאריגע וואך מאנטאג א בריוו מיט די אינטערשריפט פון ר' חיים פריעדמאן און פונעם מסור ומלשין מ. שווימער צו רבי אהרן וועלץ שליט"א מנהל דתלמוד תורה ובית רחל דסאטמאר בארא פארק, אז ער איז אויס מנהל אין ביז מיטוואך דארף ער אפטרעטען און ארויס גיין פון אפיס...
די לויער פון ר' אהרן האט זיי צוריקגעשיקט אז ער האט זיי נישט געפרעגט וואס צו טאן, זיי האבן נישט קיין שום ווארט אין די מוסדות, און גראדע שרייבט ער אז די חתימה פון ר' חיים פרידמאן איז פאלש און ער האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבען.
מיטוואך אזוי ווי רבי אהרן האט נישט געפאלגט... האט יעקב בערקאוויטש געשיקט א בריוו פון א לויער צו ר' אהרן, אז עס קומט זיך אים א מזל טוב ער איז געווארן די נייער מנהל און אדמינסטרטער פון די מוסדות, און ר' אהרן וועלץ דארף אים איבער געבן אלע שליסלעך פונעם אפיס און פון אלע בנינים ביז די וואך פרייטאג דעם 3'טער, און מארגן מאנטאג וירא גייט ער איבער נעמען די אפיס אונטער זיין פולן קאנטראל...
די זאליס זענען געפערליך ברוגז וויבאלד די הנהלת המוסודת אין בארא פארק האט געשיקט בריוון פאר די קינדער פון ר' זלמן לייב און אויך פאר ר' חיים דוד כ"ץ אז זיי דארפן פון היינט אין ווייטער צאלן שכר לימוד פאר די מוסדות, אז זיי וועלן נישט צאלן וועט מען זיי נישט מער אריינלאזן אין חדר, עס איז מער נישט אומזינסט די נדן האט זיך אויפגעהערט, זיי וועלן ריפן די מסודות אין קארט און מען זאל זייערע קינדער לאזן אומזינסט... נאו מאר!
די הנהלת המוסדות האט פאריגע וואך געסטאפט די באס אויפציפיקען די קינדער ווילאנג זיי באצאלען נישט די שכר לימוד, יעקב בער האט געדינגען א קאר סערוויס וואס פארט יעדן טאג ארום אויף פיקען די קינדער, אבער עס הייסט אז די וואך טאמער זיי באצאלען זיי נישט דעמאלס גייט מען נישט אריינלאזן די קינדער אין די מוסדות.
דער ציבור ווארט מארגן בכליון ענינים אז יעקב בערקאוויטש זאל קומען צו גיין עס ווארט אים א הערליכע קבלת פנים...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/11/2006 21:40 |
|
| |
האסט פארגעסן צו ענדיגן די מעשה.
אי"ה מארגן 8:00 גייט אהרן וועלץ אנהויבן צו ארבעטן ביי B&H ביי שיפינג ענד ריסיווינג. זיין דשאב גייט זיין צו ארויפקלעבן די UPS סטיקערס אויף די שאכטלעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2006 22:15 |
|
| |
מען ווארט און מען ווארט, בערקאוויטש איז נשיט אנגעקומען.
די זאליס האבן געשיקט אויף זייער מעסיטעטש נעכטן אז דער עולם זאל זיין גרייט ווייל היינט מאנטאג גייען זיי איבער נעמען די אפיס, און היינט גייען זיי מעדלען מער פרטים,
אבער דער ווייל ווארט מען און מען ווארט...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2006 22:17 |
|
| |
אז די ווארטסט איז ער גערעכט
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 19:52 |
|
| |
וואס און ווער האט מען גערעדט ביי זייער אסיפה נעכטן, ווער ווייסט?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 22:53 |
|
| |
הרב הגאון רבי מנשה מאיער שליט"א האט געהאלטען א מוסטער שיינער דרשה בעניני חינוך
הרב החסיד רבי שניאור קליין שליט"א האט מיט קלארע און דייטליכע דיבורים ארויסגעברענגט די משא העצרת וחובת השעה אז מען קען נישט צולאזען א יחיד המשתלט על הציבור ונכסיו טוען אין די מוסד כעושה בתוך שלו, היה לא תהיה און גאר וויכטיגע שריטען ווערען און די טעג גענומען, הן על פי תורה והן על פי דינא דמלכותא דינא
ער האט שטארק ארויסגעברענגט אז אלעס וואס מען טועט איז נאר על פי דעת תורה מיט רשות פין די דיינים ומינה לא תזוע.
ער האט געמאלדען אז ליגעלי האט די אריגינעלער הנהלה, ר' חיים פריעדמאן, ר' מענדל שווימער, ר' בערל גרינפעלד, ר' אברהם צימערמאן אויף געזאגט ר' אהרן וועלץ פין זיין אדמיניסטראטאר אין די מוסדות.
די אסיפה האט געשלאסען האברך העסקן הנודע בנש"ק הרב ... לאבין שליט"א מיט א בקשה פאר יונגעלייט אין עלטערע בעלי בתים זאלען צולייגען א האנט צו די הצלחה פינעם ענין
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 23:03 |
|
| |
ווער איז דער רבי שניאור קליין, איך האב דעם נאמען קיינמאל נישט גיהערט,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 23:26 |
|
| |
על הגאולה.
מ'האט יעצט נאכאמאל געווארן אהרן וועלץ'ן?
איז ער א משלחת וחוזרת?
מ'האט דאך שוין געווארפן וועלץ אפאר יאר צוריק. דער ריכטער האט שוין געזאגט אז וועלץ איז פארטיג. בערך א חודש צוריק האט מען אים נאכאמאל געווארפן וואלווי ווערצבערגער (זון פונעם פעדעראלן יושב און איידעם פון משה לעווי) האט שוין געשיקט לעגאלע לאיער צעטלעך איז וועלץ איז ארויסגעווארפן
שלום דייטש האט אים שוין אויך געווארפן בערך א וואך צוריק
פארוואס פעלט אויס אים צו ווארפען נאכאמאל מוצש"ק?
וואו איז מענדעלע שווימער (אויף די שיף?) פארוואס לאזט ער זיך?
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|