shpping center ווער געבט עס ארויס?
לעצטנס זעה איך אזא אויסגאבע אזויווי די shoppers route מיטן נאמען "שאפינג סענטער" מיט
אדווערטייזעמענטס, עס איז רעאליטיוו דין קעגן די דיקעקייט פונעם shoppers route אבער דאך קוקט
עס אויס ווי ער גייט אויף א מהלך.
די אדווערטייזמענטס (ווי אויך די קרית יואלע נאמען "שאפינג צענטער") האבן מיר גלייך געמאכט
קלערן אז עס איז א קרית יואלע זאך, יעצט זאגט מיר א חבר אז איין וואך איז עס מיטגעקומען מיט
די בלאט. עס מוז נישט מיינען אסאך קען זיין אז די ארויסגעבער האבן באקומען א גוטע דיל פונעם
בלאט און זיי האבן געוואלט אויספראבירן דעם מהלך.
מיר קוקט אויס אז דער ארויסגעבער איז א לעבעדיג אינגערמאן וואס מאכט שוין אזוי אויך געלט, און
האט עקספיריענס מיט די עד געברויכן פונעם ציבור, נאר האט געוואלט אויספראבירן דעם גאנג.
נעמליך דער שאפערס רוט האט זיך גוט איינגעגעסן, זיי געבן גוט ביליג, און יעדער נוצט זיי. יעצט
דארף מען האבן אביסל געלט אריינצושפרינגען אין אזא פראיעקט וואס מוז נישט זיין אז עס וועט זיך
אויסארבעטן.
אבער דאס אז מען זעט נישט קיין איין זאלי עד מאכט קלערן אז עס איז עפעס א פאליטיק שפיל?
האלט איר אז עס וועט זיך אויסארבעטן?
 |
|
|