בריוו פון גאב"ד ירושלים צו רבינו שליט"א
אין דער איד (צווייטע זייט) איז דא א בריוו פון כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א צום רבין, ער שרייבט
אים "לכבוד קדושת אדמו"ר הגאון הצדיק, בן גדולים וקדושים, רבן של רבבות אלפי ישראל, כש"ת
מוה"ר ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים שליט"א אבדק"ק סאטמאר יצ"ו"
ווי ער בעט זיך מיט הארצרייסענדע ווערטער צום רבין אז ער זאל זען אלעס וואס מעגליך צו
ארגאנאזירן א
מאסן פראטעסט קעגן די מצעד התועבה.
עס איז מיר אינטערסאנט אויב דער קדוש פון סאטמאר האט אויך זוכה געווען צו אזא בריוו, און
פארוואס איז עס נישט אריין אין דער בלאט אזויווי דער איד האט אריינגעלייט די בריוו צו כ"ק
אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
ווער עס קען זאל עס אריינסקענען.
|
|