ס'איז געווען זייער א גרויסע עולם אבער מיט א שרעקליכע צומישניש ס'איז נישט געווען געניג ספיקער'ס מ'האט נאר געקענט הערן אויף די 2 גאסען 42 אין 43 אביסל ארויפציר האט מען גארנישט געהערט . אויך האט זיך ארויסגעוויזען די איידעלקייט פינעם נועם-המידות'ס תלמידים ווען די רבי איז אנגעקומען האבן זיי זיך אראפגעשטעלט פארענט פינעם רבי'ן כדי צושטערן די וועג ביז פאליס האט זיי פארשיקט .
ווי אויך האט הרב איצא אויסגעריפען די תולדות אהרן רבי רעדן אין ווען ער איז צוגעקומען צום מייק האט מען עס אויסגעלאשען (אין דעמאלטס איז רבינו שליט"א אנגעקומען האט הרב איצא אויסגעריפען אז די פאליציי האט געהייסען ענדיגען די פראטעסט )
ס'איז נישט געווען קיין דרשה אויף ענגליש
ס' איז נישט געווען קיין סיום הדברים צום סוף פינעם פראטעסט
ס'איז נישט געווען קיין ארדענוג סיי אויפען סטעפס ארויף אויפן בימה איז געפלויגען פעטש א גאנצע צייט אין סיי צוווישען עולם האט מען נישט געוויסט ווען מ'זאל שרייען פוי ווייל מ'שרייט אויף א יעדע צווייטע רב אין מ'שרייט פוי אויף די ציונים בקיצור ס'איז געווען א דיזעסטער
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 10/11/2006 4:58:10
נשלח ב-10/11/2006 03:19
א פראטעסט איז יא געווען..?
נשלח ב-10/11/2006 03:29
איך וועל אראפ שרייבען די סדר פינעם פראטעסט ברוישטין'ער רב האט געזאגט די קאפיטעל תהילים אנצוהייבען די פארטעסט דערנאך האט הרב איצא גליק אויסגעריפען הרב ביק שליט"א דערנאך האט גערעדט גלאנטע רב (דערנאך האט האט איינער גערעדט איך האב נישט אויפגעכאפט ווער דאס איז ואתכם הסליכה) דערנאך האט מען אויסגעריפען די תו"א רבי זאל רעדן אבער ווען ער האט אנגעהויבן רעדן האט מען אויסגעלאשן די מייק אין ער האט געזאגט ה' מלך אן א מייק. אין די עולם איז זיך צוגאנגען (פיהל מיט חיזיק ווייטער צו מוחה זיין אויף רבנים )
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 10/11/2006 4:59:09
נשלח ב-10/11/2006 04:08
וועלכע רבנים שיינע אידן זענען געווען? איז רז"ל געווען?
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 10/11/2006 5:00:41
נשלח ב-10/11/2006 04:24
רז"ל איז דארט געווען . ווען די רבי איז ארויפ אויפן אויבן-אן האט ער זיך אויפגעהויבן אין אנטלאפען
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 10/11/2006 4:59:59
נשלח ב-10/11/2006 19:37
נשלח ב-10/11/2006 19:39
נשלח ב-10/11/2006 19:43
אנטשולדיגט, עס איז געווארן צוזאמגעשטעלט איינע לעבן די צווייטע,
מנהל, פארעכט עס ביטע, יישר כח.
נשלח ב-10/11/2006 20:01
די פראטעסט איז אדורך די פאליציי איז געווען זייער ווילד א גאנצער צייט, זיי האבן אפגעשטעלט די פראטעסט אין דער מיט, נישט לאזענדיג ווייטער רעדן.
ווען ר' לזמן לייב איז אנגעקומען און ביים אהיים גיין האט דער עולם אים באוואשען ווי א סוטה מיט פוי שעם אן יוא, ער איז געלאפען מיט זיין נשמה אין דער האנט.