פיני יאקאבאוויטש אין א ים מיט פרויען
די וואך דינסטיג נאכט איז ר' אברהם ווידער געגאנגען צום זיג פייערונג פארטי פון זשאן האלל, דער טריפה'נער קאנדידאט וואס קיין שום תלמיד פון די רעבעצין זכותו יגן עלינו האט נישט געטארט שטימען פאר אים. ביים אנקומען דארט האט ר' אברהם געזען באלד ביי די טיר אז ער איז געקומען אין נישט א גוטע צייט, ס'איז געווען דארט געפאקט מיט מאסן פרויען, לאו דוקא מיט שפיצלעך, אזוי אז ס'איז געווען אוממעגליך אריינצוגיין אן אויסצוזען ווי די מארש וואס די שקצים האבן געוואלט מאכן אין ירושלים...
אינצווישן זענען האלל'ס חברה געלאפן זאגן פארן קאנדידאט אז אינדרויסן ביים טיר שטייט דער מענטש וועמען ער האט למעשה צו פארדאנקען זיין זיג. האלל איז באלד געקומען צו לויפן אויפנעמען דעם מעיאר ווי ס'פאסט פאר עמיצן וואס האט אים אזוי געהאלפן אין צייט פון נויט.
ווי נאר זשאן האלל האט געעפנט די טיר האבן די באגלייטער געזען אינעווייניג ביים טיש זיצן דארט צוויי פון די גרעסטע תלמידים פון די רעבעצין זכותו יגן עלינו, פיני יאקאבאוויטש דער סטיקער פאליס, און מאיר דייטש דער גנב!
איך בין אים שוין מוחל דאס זיצן דארט, אסאך אירע קען אמאל פאקן א שוואכע מינוט... אבער שטעלט אייך פאר ווען די מעשה וואלט געווען פארקערט... די גאנצע פראטעסט היינט וואלט געמאכט געווארן דורך פיני יאקאבאוויטש נאר קעגן סאטמאר, מיט ר' אברהמ'ען בראש...
 |
|
|