|
|
| נשלח ב-10/11/2006 16:50 |
|
| |
האבען אונזערע רבנים פארלורין שיקול הדעת?
נעכטען רופט מיר אן מיין קליינע ברודער ער איז 11 יאר האלט, און פרעגעט מיר, זעג נאר וואס גייט פאר אין ישראל, פאר וואס האבען רבנים געהייסען אז מען דארף פארען קיין מאנהטן,
איך מוז מודה זיין איך בין פארלורין געווערן פאר א'מינוט, וואס ענפער איך אים, ער איז א תינוק שלא חטא גיי זיי אים מסביר וואס מיינט משכב זכר.
סי איז מיר אדורך אין קאפ מילא דא איז דאס נישט געווען אזא פאבליסייט אבער ווי אזוי איז מען מסביר אין אר"י פאר א יונגעל וואס ענטפערט דארט, וואס איז מסביר א טאטע אדער א מאמע פאר זייער זון אדער טאכטער,
איך בין געקומען צו א מסקנה אז דער שיקול הדעת פון אונזער "סו קעלעט גדולי ישראל" איז "מעסטאפ" זיי קלערהן נישט א'מינוט וואס איז נעקסט,
אינטערנט איז אסור ווייל סי איז צופיל אינפערמיישן
אבער סי איז צי שווער פאר א "גדול בישראל" צו קלערען אז מיט זיינע הפגנה עקט וועלען טויזענטער תמימות'דיקע קינדער אין דער וואלט פון אפגעהיטענע הייזער באקומען אינפרומיישען אויף משכב זכר
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2006 17:43 |
|
| |
און וואס טוט מען מיט די מחיצה אין בית המדרש צווישן די מענער און ווייבער שוהל, קינדער פרעגן אויף דעם גארנישט? און וואס איז געווען ווען די גדולים האבן מיט א געוואלד פארפירט אויף די בריכות אין ירושלים עיה"ק, וואס האבן יעמאלט די קינדער געדארפט טראכטן?
מ'זאגט פשוט אז זיי זענען נישט קיין אויסגעהאלטענע מענטשן, זיי זענען פרייע אידן וואס טרעטן אויף די תורה, און זיי ווילן הוליען אין די גאסן, און אונז ווילן נישט אז די גאסן זאלן אויסקוקן אזוי ווי מאנהעטן. סימפל עס דעט.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2006 18:51 |
|
| |
התאחדות
דיין תשובה לפי עניות דעתי איז ממש ווי מה ענין שמיטה להר סיני, ביי דיין ניק פארשטיי איך אז די ביסט איינער רבנים פון די התאחדות, און אויב בין איך גערעכט האסט נאר שטערקער געמאכט מיין דעה אז בעונותינו האבען אונזער רבנים נישט קיין שיקול הדעת און ביי זיי איז א מחיצה פון צניעות און משכב זכר אין איין קטגוריה.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2006 21:16 |
|
| |
אם אין דעת הבדלה מנין?
_________________
תוקן על ידי AAATOZZZ ב- 10/11/2006 21:17:37
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2006 22:22 |
|
| |
המבדיל בין קודש לחול חטאותינו הוא ימחול
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 03:07 |
|
| |
אן אריינצוגיין אינעם עצם נושא, וואלט איך אייך צוריק געפרעגט.
האלט איר טאקע אז ר' טובי' ווייס אדער ר' משה שטערנבוך, אדער יהי' מי שיהי' פון די אלע רבנים וועלכע זענען געשטאנען אונטער דעם ביטול המארש, האבן טאקע באמת נישט געטראכט פון דעם פראבלעם וואס דו ברענגסט דא אויף?
האלט איר טאקע אז ס'איז זיי פשוט נישט בייגעפאלן אינאכט צו נעמען דעם חומר הנושא?
האלט איר טאקע אז זיי האבן דאס באמת נישט שוקל דעת געווען?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 17:21 |
|
| |
און אויב וואלט די מצעד יא פארגעקומן, וואס וואלסטו דעמאלט געזאגט פאר דיין ברודער?
ויאזוי וואלסטו אים געגעבן הסברה אויף דעם?
ער וואלט געהאט אסך מערער קושיות דעמאלט ווי יעצט...
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|