א שיין בילד פון מוצאי שבת שבע ברכות
מצורף קובץאפשר איז עס שוין נישט אין פלאץ, די וואס האבן נישט באהאלטן זייער כעס אויף די עולם וואס
סאטמארער רבי שליט"א האט אוועקגענומען פון הקדוש מסאטמאר שליט"א האבן זיך שוין אביסל
אויסגעטשוכעט, און די וואס זענען געשטאנען מיט קאנטשיגעס און געשמיסן רעכטס און לינקס מיט
קולי קולות "זאלי האט נישט געהאט קיין עולם!" האבן שוין טיילווייז אויפגעגעבן אויף זייער
סוקסעס, און פאר די וואס זענען דארט געווען וועט סייווי דער בילד זיין א ליצנות צוליב איר
נישטיגקייט קעגן דעם וואס עס האט ווירקליך פאסירט.
אבער דאך... איך האב עס נאר יעצט באקומען אויף אימעיל, האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן.
זייט מיר מוחל.

|
|