| נשלח ב-12/11/2006 22:06 |
|
| |
איינדרוקען פון שבת קודש פרשת וירא אין וויליאמסבורג
דעם פארגאגענעם שבת קודש פרשת וירא האב איך געוויילט אין וויליאמסבורג צוליב א שמחת שבת שבע ברכות בבית גיסי נ"י, פרייטיג צונאכטס און שבת בייטאג האב איך געדאווענט צוזאמען מיט די בעלי שמחה אין א קליינעם בית המדרש, אבער צו שלש סעודות בין איך געגאנגען דאווענען אין בית המדרש הגדול אויף הופפער סטריט, רבותי, וואס זאל איך אייך זאגן, אזא תענוג רוחני האב איך שוין לאנג נישט געהאט, א בית המדרש וואס באשטייט פון קנאפע 14 טויזענט סקווער פיס איז געווען מלא על כל גדותיו, און ווען איך שרייב "מלא" מיין איך טאקע פיל, אנגעפילט, אלע זיצן זענען געווען פארנומען און ארום און ארום זענען נאך געשטאנען יונגעלייט מיט צוהאלטן די שלש סעודות טיש פון הרב הצדיק וויליאמסבורגער רב שליט"א, אויף די גאנצע ברייט פון בית המדרש איז געווען א אויבן אן טיש ווי עס זענען געזעצן די דייני הקהלה און אנשים מכובדים ובראשם דער רב שליט"א,
א לאנגער טיש איז געווען אויסגעצויגן אויפן גאנצן לענג פון בית המדרש פון דרום ביז צפון, און אויף ביידע זייטן פון טיש זענען געווען בענק אין גאנצן חלל פון בית המדרש, אין בית שני וואס איז אביסל העכער פון גאנצן בית המדרש זענען געזעצן הונדערטער צאן קדשים זיסע באחיינטע קינדער צוזאמען מיט זייערע מלמדים און אזוי הארציג מיט געזינגען די זמירות לשלש סעודות, עס זענען געזעצן ביים טיש א שיינער מספר אנשים זקנים באים בימים, אידן פון דער אלטער היים, און אט זע איך ווי איינער פון די זקנים הייבט זיך אויף און נעמט שיריים פון די חלה פונעם רב שליט"א און דער איבעריגער עולם האט זיך געריסן צו כאפן א שטיקל פונעם שיריים, די נגינים זענען געווען זייער הארציג ווארעם מיטן אלטן חסידישן ברען, איך האב מיך אזוי אומגעקיקט אונעם זאל פון בית המדרש און כמעט נישט געזען קיינעם שמועסן, יעדער האט מיט געזינגען צוזאמען, דעם רב'ס השם מלך האט געהילכעט ס'איז געווען ברעש גדול מתנשאים לעומת השרפים, און דער עולם צוזאמען לעומתם משבחים ואומרים, נאך געזאגט דעם השם מלך און שמע ישראל מיט אזא ברען און השתפכות הנפש, דערנאך האט דער רב שליט"א געזאגט א תורה ממש מתוק מדבש, ער האט זייער שיין געטייטשט פארוואס ס'איז געווען הרבה עקרות נפקדו עם שרה אמינו, ער האט געברענגט פונעם רבין אין דברי יואל וואס פרעגט אז די אלע עקרות זענען דאך געווען פון די אומות העולם ווייל קיין כלל ישראל איז דאך נאך נישט געווען נו, פארוואס האט דער באשעפער באדארפט צו מאכן דעם נס מיט די אומות העולם, ער האט דאס זייער הערליך אויסגעטייטשט בטוב טעם ודעת, מיט אזא קלארקייט און מוסיף געווען עטליכע בחינות, ממש א פה מפיק מרגליות, דער ציבור האט געשלינגען די טייערע ווערטער, עס איז געווען שא שטיל, יעדער אן קיין אויסנאם האט מיט געהאלטן די תורה, דערנאך האט דער רב שליט"א געבענטשט אן געזאגט שבע ברכות פאר די דריי חתנים וואס זענען דארט געווען,
די אינטרעסאנסטע איז געווען אז דער שלש סעודות טיש האט זיך פארצויגן ביז כמעט דרייפערטל שעה נאכן זמן מוצאי שבת, און פון די אריבער טויזענט בעלי בתים ובחורים איז כמעט קיינער נישט ארויס פארן ענדיגן, איך ווייס נישט אויב עס איז געווען א מנין מעריב ביים זמן, אפשר יא, אבער קיין אנגעזעענע ארויס געגייעכטס איז זיכער נישט געווען, דער ציבור איז געווען צו געשמידט צו זייערע זיצן נישט געוואלט פארפאסן דעם שיינעם שלש סעודות טיש.
אשרי עין ראתה כל אלה, אצינד פארשטיי איך וואס די שונאים שפרינגען אזוי אקעגן דעם רב שליט"א, און ביי יעדע געלעגענהייט פרובירן זיי עם מבאיש ריח זיין מיט שקרים וכזבים, ביליגע געמיינע מנוולות וכו', ס'איז פשוט נישט קיין שנאת חינם, זיי האבן זיך פארוואס צו פארכטן, ער האט שוין לאנג איבער געיאגט זיין פעטער וואס קען פשוט נישט צוזאם שלעפן קיין צוויי הונדערט אידן ביי זיינע טישן, (ווען ס'איז נישט דא קיין פיקטשערס, כמובן, איך הער אז די זאלונים פלאנען צו מאכן א נעילת החג יעדן פרייטיג צו נאכטס און שלש סעודות...),
מיר שרייען אויס אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2006 23:21 |
|
| |
אגב,שרייבענדיג פון שבת, וועל איך פארציילן א קליינעם עפיזאד,
מיין שוואגער דער בעל שמחה, האט א שוואגער וואס מיר טרעפן זיך אזוי פון מאל צומאל ביי די שמחות,
ער איז א שיינער עושר, און האט א פריי מויל, בעסער געזאגט א שמוציגן פיסק, ער האט כסדר צוזאם גערעדט אויף רבינו בעל בירך משה זי"ע בחיים חיותו, און אויף קרית יואל'ער רב, מיט די ערגסטע שמוציגע לשונות, און יא, ער איז געווארן א גרויסער זאלוני, דער ברך משה איז עם נישט גיט געווען דער קרית יואלער רב איז עם נישט גיט געווען אבער דער א שטריק א עם הארץ איז עם זייער גיט,
ווי איבעראשט בין איך געווען דעם פארגאנגענעם שמחת תורה בייטאג ביי די הקפות, שטייענדיג אויף די ברענטשעס זע איך דעם דאזיגען שוואגערס א שוואגער פונקט אקעגן איבער אויף די ברענטשעס, לכתחילה האב איך געמיינט אז ער איז געקומען כאפן ש שטיקל בליק אזוי ווי מאנכע זאלונים, אבער ניין, איך זע אז ער טאנצט מיט, בפרט ביי די זעקסטע הקפה ווען ס'איז געווען וינועו אמות הסיפים, זע איך ווי ער שפרינגט אין די לופטן און טאנצט מיט, מיט א התלהבות שאין כמוהו, איך האב מיך זייער געווינדערט, אבער איך האב דאס פארענטפערט אז מסתמה איז ער טאקע נאר געקומען כאפן א בליק, אבער איז פשוט מיט געכאפט געווארן מיטן התלהבות פון ציבור, נישט וועלענדיג.
10 טאג שפעטער ביי די חתונה אין קרית יואל, זע איך ווייטער פון דערווייטענס דעם דאזיגן פארשוין, אנגעטוהן בבגדי שבת ער טאנצט און שפרינגט ווי א חסיד מבטן ומלידה, איך וויש מיר די אויגן, זע איך גיט?, דער אויסגעשפראכענער שונא, וואס האט עם בארעדט אזוי ביטערליך, מיט די געמיינסטע לשונות, שטייט דא ווי א פאלנער חסיד, ממש נישט צו פארשטיין, איך האב מיך פרובירט צו צושטיפן צו עם און א פרעג טון צו ער וועפט שוין, אבער מחמת הדחק האב איך פשוט נישט געקענט צוקומען צו עם, האב איך געקלערט אז ביי אונזער שוואגערס חתונה וועל איך עם שוין פרעגן,
ביי די חתונה האב איך נישט געהאט קיין געלעגנהייט עם צו פרעגן, ווייל איך האב דאך עם נישט געוואלט פרעגן אזוי ברבים, און וועלענדיג באקומען א אויפריכטיגן ענטפער האב איך געווארט אויף שבת שבע ברכות, און שבת בייטאג פארן עסן האב איך מיך אזוי צו געשארט צו עם און הייב אן צו שמוסן מיט עם, מען רעדט פון דעם און פון יענעם, או געב א ווארף אריין אזוי א ווארט פונעם רבין שליט"א, און יא ער רעדט פונעם רבי מיט אזא יראת הכבוד און רעספעקט, איך קען מיך נישט איינהאלטן, און פרעג עם זאג נאר איציקל, וואס גייט פאר?, איך האב דיך געזען ביי די הקפות, איך האב דיך געזען ביי די חתונה, זיי מיר מסביר, וואס איז געשען,
זאגט ער מיר אזוי, איך האב ב"ה חתונה געמאכט זעקס קינדער, 4 טעכטער און 2 זוהן, אינדערהיים האב איך נאך א בחור און א יונגעל פון 10 יאר, אלע מיינע קינדער זענען ב"ה פיינע וואוילע יונגעלייט, איינער מער איינער ווייניגער אבער וואוילע פיינע יונגעלייט, מיין יונגסטער זוהן וואס האט לעצטענס חתונה געהאט האב איך אלץ זאלוני געשיקט לערנען קיין קווינס, ער איז אריין אין ישיבה אלץ בינוני און ארויס געקומען א בינוני, איך האב פון עם נישט עקספעקטעט קיין גרויסע זאכן, אבער מיין לעצטן איידעם וואס איך האב גענומען פון קווינסער ישיבה, ער האט געהייסן פון די בעסטע בחורים, איך אלץ בעל באטישער מחותן האב צו געשטעלט 10 יאר קאסט און געווען גליקליך עם אריין צו כאפן, וואס זאל איך דיר זאגן, יא, ער איז א תלמוד חכם, ער קען פיין לערנען, אבער א קל שבקלים, קיין טראפ יראת שמים, קיין שום מידות נישט, יא, ער שעלט רבי אהרן יעדן טאג, און אסאך מאל עטליכע מאל א טאג, פאפען פאפט ער יעדן טאג ביז 10 אזייגער, (ער איז דאך אויף קעסט) און ווען מען ווארפט עם פאר ענטפערט ער מיט חוצפה, דער שווער זאל זיך נישט אריין מישן אין מיינע געשעפטן, קיין טראפ חסידות, קיין טראפ ווארעמקייט, קיין טיש, קיין שלש סעודות, גארנישט גארנישט, נאר ארון מיט ס"מ, איז אזוי, דער יונגסטער איידער מיט מיין יונגסטען זוהן, זיי זענען די זאלונים ביי מיר אין הויז, און פון זיי הערט מען נישט עפעס אנדערשט נאר ארון דאס ארון יענטץ, ווי גלייך דאס וואלט געוען די איינציגסטע מצוה אויף די וועלט, ווידער די איבעריגע דריי איידימער און איין זוהן זיי זענען "ליידער" אהרונים, יענקעלע, וואס זאל איך דיר זאגן פשוט א געשמאק, איך האב נאך פון זיי נישט געהערט קיין איין ווארט וועגן ר' זלמן לייב, זיי האבן זייערע שיעורים אין הופפער סטריט, לערנען פלייסיג, זאגן תורות ביים טיש, יונגעלייט מיט מידות טובות פשוט א נחת, עכט ווארעמע חסידישע יונגעלייט.
אינמיטן זומער כאפ איך א שמועס מיט מיין אידענע, וואס מיר זאלן טוהן, מיר דארפן אריין שיקן אונזער יוסי אין די ישיבה, און איך הייב מיך אן אויסצורעדן פאר מיין ווייב אז איך האב זייער נישט קיין חשק ער זאל גיין לערנען קיין קווינס, איך וויל נישט אז יוסי זאל ווערן א שותף מיט די איבעריגע זאלונים, ברעכט זי אויס מיט א געוויין, איציקל, גלייב מיר איך שלאף שוין נישט קיין נעכט פון עגמת נפש, איך האב געוויסט אז די אלץ זאלוני וועסט נאר וועלן עם שיקן קיין קווינס, און צוקיקענדיג דעם חילוק פון אונזערע קינדער, איז מיר פשוט ביטער געווארן, יוסי, איז א וואויל יונגעל און וויאזוי מען וועט עם בייגן וועט ער בלייבן, על כן, איציק, פאלג מיך, לאמיר עם שיקן קיין קרית יואל אין די ישיבה, און בעזר השם יתברך וועלן מיר פון עם זען נאר נחת, און כך הוה, איך האב עם איינגעשריבן אין קרית יואל, און דאנק דעם באשעפער יעדן טאג, ער רופט מיך יעדע נאכט און זאגט מיר וואס ער האט געלערנט, יענקעלע, אזא אהבת התורה און א חשקות התורה האב איך נאכנישט געזען, און דאס האט צו געברענגט אז איך זאל איינזען דעם אמת, און "ליידער ליידער" ברוך השם בין איך געווארן א פאלנער "אהרוני". און מיין גרעסטע עבירה איז אז איך לערן מסכת קידושין...
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 00:07 |
|
| |
יענקעלע א שיינע מעשה, איך האב ממש מיטגעוויינט טראכטנדיג פון טויזענטער אידן וואס האבן זיך
בידים אויסגעריסן פון די הייליגע קדושה, קדוש קדוש קדוש, דער שליח ה', דער צדיק הדורות, זיך
אפגעטיילט פון הויל רוחניות און אריין אין אן עולם שכולו שקר, מיט פוסטע עמי הארצות, און וואו
מען לעבט נאר אויף דעם וועלט און מען טראכט נישט קיין מינוט אז עס עקזיסטירט א היכל הגן עדן,
מיט א אהרן כהנא קדישא.
עס בלייבט אונז איבער צו ערווארטן אז די צענדליגער טויזענטער שונאים וואס הגאון הקדוש האט זיך
ערווארבן די אלע יארן, וועלן ילמדו תועים בינה, זיי וועלן זיך בארעכענען, און אנערקענען דעם
רצון ה' וואס ער האט אונז אראפגעשיקט אין אזא חשכותדיגן דור אזא נשמה וואס אפילו פריערדיגע
דורות האבן נישט זוכה געווען, און טראצדעם וואס אפילו זיינע אייגענע מענטשן האבן אויף אים
פארשידענע קשיות, איז דאס אבער די רצון ה' וואס ער האט מגלה געווען דורך זיין שליח משה עבד
נאמן פאר נפתלי רעיא מהימנא, אז אהרן כהנא קדישא זאל זיין דער מנהיג הדור.
זאלן די אלע אקס פון שלעכטס זיך דערלערנען די ווארימקייט פון א שלש סעודות, אה! א געשמאקייט
פון א בלאט מסכת קידושין, א ליכטיגייט פון א קה אכסוף, א דערהויבנקייט פון א זעקסטע הקפה, א
אומבאשרייבליכקייט פון א אתה הראית, א נאסטאלגיע פון א יחי אדוננו מורינו ורבינו צדיק דורינו,
און זאלן זיי זען וואס זיי פארלירן אלץ, זאלן די אלע צענדליגע טויזענטער שונאים פונעם
הייליגן, אויסדרייען זייער שנאה פון שנאת עם הארץ לתלמוד חכם צו א שנאה פון די נ' שערי טומאה
וואס געפינט זיך אין זייער פירער ר' זלמן לייב טייטלבוים א עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן.
זאלן זיי אלע נאכטון דעם אינגערמאן, יענקעלעס שוואגערס שוואגער, דער עושר מיט א מיאוסע פיסק,
יא, דער וואס יענקעלע האט געטראפן שמחת תורה און צען טאג נאכדעם ביי די חתונה צו זיין פולע
איבערראשונג, וואס אפילו ער דער גרויסע זאלוני האט איינגעזען דעם ריינעם אמת.
אוי! ווען וועט עס שוין זיין! כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 03:22 |
|
| |
אוילנו, ניין, ניין, מאכסט א גרויסע מיסטעיק, ווען איר האלט ווען באמת אז ר' זלמן לייב איז דער צדיק און דער ערליכער איד בדורינו, האבן מיר ווען קיין שום טענות אויף אייך, אויב איר טרעפט באמת ווארעמקייט און דביקות השם, קען מיר נישט האבן קיין שום טענות אדער לייד אויף אייך, יעדער האט א רעכט איינציזעהן אז זיין רבי איז דער צדיק הדור, מ'לעב מיר דאך אין אן עולם השקר, מ'קען קיינמאל נישט וויסן ווער איז דער ריכטיגער צדיק, ווער ווייסט? אפשר איז ר' זלמן לייב טאקע דער צדיק אמת.
דער חורבן אייערע איז נעבעך אז איר גייט אלע ווי קעלבער צו ר' זלמן לייב וויסענדיג אז ער איז א גארנישט, פארקויפט נישט גארנישט, אלעס נאר פארן בלויזן שנאה קעגן ר' אהרן, דאס איז די רחמנות ענקערע, די שנאה און נקמה קעגן ר' אהרן צווינגט אייך נעבעך צו נאכצושפרינגען ר' זלמן לייב'ן אפי' איר ווילט נישט. וואס ברויכן נעבעך אייערע קינדערליך טראכטן ווען זיי זעהן דעם טאטן הושענא רבא זיך אויסרוען און נישט אריינטרעטן צום רבי'ן, און ווען ס'קומט צו פיקטשער טאנצען זיי קדוש קדוש. נאכאמאל, קען זיין ר' זלמן לייב איז דער צדיק, אבער אז זיינע "פיקטשער" חסידים האלטן איהם פאר א שטריק, אנן מה נענה אבתריה
איך האב אזוי געטראכט ביי מיר לעצטענס, באמת, "אשרינו מה טוב חלקנו", "הודו לה' כי טוב!", אז איך בין נישט אין קיין פאזיציע ווי איך דארף מסביר זיין מיינע קינדער אז מיין רבי'ס קאנקארענץ איז א שייגעץ און א סטרא אחרא כדי איהם צו מאכן פאר א חסיד פון מיין רבי, איך זאג אייך באמת ווען מיין קינד זאל זאגן איין אומ'דרך ארץ'דיג ווארט אויף ר' זלמן לייב, געב איך איהם א געזונטן מוסר פארציע, און איך זאג איהם: "מיין קינד, יא, אונזער רבי איז א צדיק אמת, זאלסט לערנען זיינע תורות אין נעמען הדרכה פון, אבער מיינן קינד, אויב דו ווילסט, לאז איך דיך הארצן גערן, גיין קוקן ר' זלמן לייב'ס עבודת השם, און אויב די זעהסט איין אז ער איז ערליכער מעגסטו גיין צו איהם", איך האב נישט קיין שום ציטער בעולם, אז ער וועט פארכאפט ווערן. אנדערש נעבעך זענט איר, וואס לא עוד וואס איר האלט ר' זלמן לייב פאר א גארנישט, איר האט נישט וואס צו רעדן צו אייערע קינדער פון זיין גדלות און יראת שמים, זענט איר נעבעך אונטער די ציטער און פרעשער אז אייערע קינדער זאלן זיך נישט צוקלעבן צו ר' אהרן, און איר זענט נעבעך געצווינגען צו האמערן "מיין קינד, ארון פוי ארון שייגעץ!" איך וואלט נישט געוואלט זיין און אזא פאזיציע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 03:50 |
|
| |
מקוהאיד, איך גיי נישט יעצט מדמה זיין קיינעם צו קיינעם, אבער דיינע ווערטער דערמאנען מיך
וואס וועכטער האט אין אונז אריינגעבאקן, וואס דער הייליגער פון סאטמאר'ס שוואגער האט געזאגט
תשמ"ב, און וואס איך פלעג הערן פון יעדע פרעמדער אויף סאטמאר.
אי משום הא, דאס איז ביי אונז סאטמארער חסידים קיינמאל קיין פראבלעם געווען. ווען די גאנצע
פאליטיק וואלט נישט עקזיסטירט וואלטן אונזערע קינדער נאך אלץ געהערט אז יענער איז א רשע און
יענער איז א צדיק. אבינו רועינו "הגה"ק" מסאטמאר זצ"ל האט דאס געוואלט און זאלן אונזערע
קינדער וויסן אז בעלזא און גור זענען פארדרייט מיט שיטות. מיר סאטמארער חסידים זענען בכלל
נישט פון די סמודי טייג געקנעטן, מיר וועלן לעבן פארן באשעפער און מיר האבן גארנישט מיט
קיינעם. איינער וואס פירט זיך נישט עפ"י תורה איז אפגעפרעגט פון עפרא ביז פומיה. ער וועט
אריינגעפרעגלט ווערן ביי אונזערע קינדער מיטן פולסטן קראפט, אפגעזען צו גור בעלזא און אפסטעיט
זענען צופרידן צו נישט.
עס איז פארהאן א סיבה פארוואס טויזענטער סאטמארער חסידים האבן פארשטאנען איינצופרעגלן אין די
קינדער וואס דו זאגסט. עס איז פארהאן א סיבה פארוואס טויזענטער סאטמארער חסידים האבן
פארשטאנען נאכצוטאנצן אן עם הארץ.
שולדיג איז איינער אליין... איינער וואס זיין לעצטע אין זיין סעריע פון דרשות קעגן רבנים
וגדולי ישראל איז געווען "שלשה רועי בקר" אין א קורצע צייט צוריק. דער שפאלט אין סאטמאר האט
איינער אליינס געמאכט -אן קיינעמס הילף.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 04:51 |
|
| |
סיז זייער מעגליך אז איר זענט 100% גערעכט, אז ר' אהרן איז געווארן דער נייער קליפה פון דור און מ'איז מחיוב דאס אריינציבראטן אין די קינדער ערב ובוקר וצהרים, ביי אייך האט די מלחמה קעגן ר' אהרן גענצליך איבערגענומען די מלחמה קעגן אלע פרצות הדור, אלעס, איקלודינג ציונית, ס'שטייט העכער אלעם, דאס מיינט מ'מעג גיין צו די ערכאות של מינים אין טרעטן אויפן ויואל משה בשאט נפש. פארוואנדלען אן הפגנה קעגן תועבת צו א הפגנה קעגן ר' אהרן, ווער ווייסט, מיר זענען אין אן עולם השקר, אפשר האט אויף דעם טאקע רבינו זי"ע געוויינט ביי די ש"ס תורות, אפשר ע"פ רמז מיינט דער גאנצער ספר ויואל משה גאר ר' אהרן.
כל הכבוד, איר קענט אלע האקן אין בראקן אין ענקערע קינדער "ארון פוי ארון שייגעץ", גוד לאק! מיר וועלן ווייטער מחנך זיין אונזערע קינדער אז נישט ר' זלמן לייב איז דער פירצה פון דור, נישט משה גבאי, זיי זענען נישט קיין פירצות, זיי פארכאפן נישט קיינעם, ביי אונז איז ווייטער די פירצות וואס רבינו האט געשריבן אין ויואל משה ע"פ פשט, און וואס אונזער רבי ברך משה האט אונז געלערענט.
אייער רחמנות איז נעבעך, כי ישאלך בנך מחר לאמר: טאטי, פאר 20 יאר האסט אין מיר אריינגעבראטן אז מ'טאר נישט גיין צו פאלשע רבי'ס, און פלוצלינג טאנצטו צי פיקטשערס, פאר אזא איינעם וואס דו גייסט ניטאמאל צו זיין הושענא רבא דרשה. מוזט איר נעבעך שטאלפערן: "מיין קינד ארון פוי! ארון טמא!", אזא ראף טייג איז און סאטמאר נאך קיינמאל נעבאך געווען. איך ווייס נישט וויפיל הצלחה איר וועט האבן מיט אזא חינוך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 04:56 |
|
| |
דעם פרייטיג צו נאכט זייגער צען מיט פופצענע
א הערליכע וועטער אויף דער גאס
איך גיי אריין צום נילוס החק טיש אין ראדני
צו מיין ווינדער זע איך נישט קיין איין קווינסע בחור
א ישיבה פון קנאפע 800 אנגעשריבענע
מען זעט אויף די פערענטשעס קינדער פאר די בר מצוה
מיט א דרייסיג פיטום בחורים
דער רעדאקטאר פון איד פ"מ שטייט אחורי רבו און פירט אן
ס'איז נישטא פאר וועמען מען קען נישט זאגן אז ס'איז דא מאה נפשות
אין היכל הבית מדרש
ווי זענען די בחורי חמד?
ווי זענען די אינגעלייטע?
ווי זענען די בעלי בתים?
ווי זענען די אלפים וואס האבן געגעסן די ברייטע פארציאנען ביי די חתונה?
זענען זיי נישט נייגעריג אויף די דברי אלקים חיים ?
אדרבא זאל מיר איינער זאגן אז איך זאג ליגענט אז ס'איז יא געווען
עפעס בחורים פון די הייליגע קווינסער ישיבה אדער ס'איז געווען מער פון מאה נפשות
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 05:09 |
|
| |
אוילנו זאג'שע נאר, ביסט געווען פרייטאג צונאכטס ביים רבינ'ס טיש אין ראדני?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 05:30 |
|
| |
איך בין אויך געווען דער שבת אין וויליאמסבורג, אין געדאווענט אין הופפער, קעי''ר אזא עולם, ווען די רבי איז נישט דא, לעומת זה בין איך געגאנגען של''ס צי ראדני זעהן די גרעסטע רבי דער סאטמארער רבי פירן טיש, אוי א בראך, קנאפע 300 מענטשען, מיט בחורים, שוין שיין געזאגט, זענען געווען דארט, אין שפעטער בין איך געגאנגען אין הופפער, א פולע ביהמ''ד שוין נאך ר''ת זמן , געזעסן אין ציגעהערט די תורה פין די רב שליט''א, ממש א מחיה , א עונג אין א שמחה, יעצט פארשטיי איך שיוין די משנה, ''שור שנגח את הפרה'', פרה איז הופפער סטריט ביהמ''ד -''הפר'', שור איז ר''ת ש'בת ו'ירא ר'אדני , שנגח איז ר''ת - ש'לש מאות ח'סידים נ'אר ג'עווען, את איז ר''ת בלשון דיבור א'בער ת'ויזענט אין הופער
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 18:24 |
|
| |
לא לנו טייערער, ביטע שרייב נאך אביסל, לאז אונז נישט אזוי הענגען,
יעדעס ווארט דיינער איז פערל ווערטער, זיס ווי צוקער,
בפרט האב איך הנאה געהאט ווען דו האסט מיטגעוויינט אויפן שיקזאל פון די טויזענטער שונאים פון רבינו שליט"א, און איך שטעל מיך פאר אז אפאר שורות ווייטער ווען פון די טויזענטער שונאים איז געווארן צענדליגע טיזענטער, דאן האסטו געוויס ביטערלאך געקאכט, זיך געריסן די האר פון קאפ, פאר גרויס צובראכענקייט, לא לנו זיסער, שעם דיך נישט ארויס צוגעבן דיינע אינערליכע געפילן, גלייב מיר אז נאכן שרייבן וועסטו בעסער פילן, עס וועט דיר לייכטער ווערן, עס וועט דיר אראפ א שטיין פון הארץ,
איי ווי שיין וואלט געווען ווען די "צענדליגע טויזענטער" שונאים זאלן האבן א טראפ שכל און ווערן אדוק אונעם "רבן של אלפי אלפים ורובי רבבות חסידי סאטמאר" אפשר דאן וואלט כאטשיג נישט געווען קיין ליצי ליצנות אום הושענא רבא, איי ווי זיס וואלט געווען ווען די צענדליגע טויזענטער שונאים וואלטן זיך באוויזן ביי א טיש אדער שלש סעדות פונעם רבן של כל שונאי סאטמאר, וואלט מען נישט באדארפט אזוי שווער ארבייטן אויף די נעילת החג צערעמאניעס, מען וואלט נישט באדארפט צאלן די שווערע געלטער פאר דעם שפיצער גרעפיקס וואס לאזט זיך אזוי טייער באצאלן פאר זיין שווערע ארבייט,
זאל דיין הארץ נישט ווייען, זאל דיין מוט נישט זיין געפאלן, פאר דעם שוואגערס א שוואגער, BIG DEAL, האט מען פארלוירן איינעם, פון צענדליגע טויזענטער אז מען פארלירט איינס איז בכלל נישט מעלעריש, וועט זיין איין ווייניגער ארון שעלטער, דער רבן של אלפי אלפים ורובי רבבות שונאי סאטמאר ווער ארויס געבן א דעקלעראציע אז פארן פארלוסט פון דעם שוואגערס א שוואגער וועט יעדער שונא סאטמאר דארפן צו געבן איין עקסטערע קללה אויף זיין עלטערן ברודער אזוי אפצומאכן דעם גרויסן פאלוסט.
לא לנו ברודער, שרייב ווייטער, לאז אונז נישט איבער, מיר האבן פארלוירן אונזערע פריינד, דרייניץ, יוסעלע תשעים, וכו' , זיי זענען אלע געווארן מעמבערס אין דעם פקודתו שמרה רוחי ארגאניזאציע, I GUESS זיי פאלגן דעם רוח, אבער דו לא לנו, פאפסט דיך אריין אין דיין רבין, האסט עם אינדערערד, לאכסט דיך גיט אויס פון עם, (אגב, רעדענדיג פונעם פקודתו שמרה רוחי, מיז איך זאגן אז איך בין AMAZED פונעם אפענעם רוח הקודש פון דיין רבין, עטליכע ניקס האבן עדות געזאגט אז ר' זלמן דער רבי האט זיי געלאזט רופן און שטרענג געאסרט ווייטער צו שרייבן אויף היידפארק, נו, פון ווי האט ער געוויסט וועמען צו רופן, פון ווי ווייסט ער ווער די אלע ניקס זענען, מיז זיין אז ער האט רוח הקודש), צוריק לענינינו, לא לנו, חזק ואמץ, דו ביסט ווי יעקב אבינו ווי עס שטייט ויוותר יעקב לבדו, טו אזוי ווי דער רבי דער בעל דברי יואל, SORRY דער בעל ויואל משה (לכבודך) פלעגט כסדר צו זאגן, אז אפילו ער וועט בלייבן גענצליך אליין וועט ער זיך נישט צוריק האלטן פון אויסשרייען דעם אמת, לא לנו, לך בכוחך זה...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 19:22 |
|
| |
יענקעלע, א שאד אזעלכע בריליאנטע כשרונות צו נוצן פאר אזוינע שטותים והבלים.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 19:54 |
|
| |
נבוכדנצר
וועם מיינסטו?, ר' זלמן לייב?
א שאד יעדעס ווארט,
זיין טאטע פלעגט דאס אלץ צו שרייען אויף עם,
און ס'האט נישט געהאלפן.
|
|
|
|
|