בית פורומים באבוב

בליץ נסיעה קיין לאנדאן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/11/2006 20:12 לינק ישיר 
בליץ נסיעה קיין לאנדאן

רבינו שליטא מיט אן ענגען צאל חסידים פליען היינט אפ קיין לאנדאן מנחם אבל זיין הנה"ח ר' בן ציון דונר וואס זיצט שבעה צוליב די פטירה פון זיין מאמע ע"ה



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2006 21:29 לינק ישיר 

מפי השמועה אז רבינו שליט"א וועט אריינכאפן עטליכע קורצע באזוכן ביי אנשים מכובדים מאנ"ש אין שטאט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2006 01:00 לינק ישיר 

מפי השמועה אז נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2006 07:55 לינק ישיר 

רבינו שליט"א איז שוין ארויסגעפארן פין ניו יארק קיין לונדון.

פרטים יבואו בע"ה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2006 16:33 לינק ישיר 

צדיק בא לעיר

באבובער חסידים אין לאנדאן האבן מיט חרדת קודש מקבל פנים געווען

כ"ק אדונינו מורינו ורבינו עט"ר שליט"א

צו זיין אנקום קיין לאנדאן

צוזאמען אונזער חשובע רב

 הגה"צ אבד"ק שליט"א

און ראש הקהל דקהלתינו

הנגיד הנכבד הרה"ח ר' אייזיק דייטש נ"י

אויף א בליץ באזוך מנחם אבל צו זיין ש"ב

הנגיד המפורסם הטפסר הגדול ר' בן ציון דוננער נ"י

על פטירת אמו החשובה ע"ה

יהא בואם לברכה

 

לאנדאן - ביי די באבוב'ער חסידים דא אין לאנדאן הערשט א אויסערגעווענליכע התרגשות ושמחה צו דעם אנקום פון רבינו הגדול כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.

 

רבינו שליט"א איז ארויס פון היטרוי עירפארט אום 7:30 בבוקר, ווי ער איז אפגעווארט געווארן דורך די פני וחשובי העדה, און איז אריין אין די קאר פון הרה"ג ר' דוד ב"ר זאב שטערן שליט"א רב דקהל "אהל משה", און צוגעפארן צו די אכסניא בבית ש"ב הנגיד המפורסם הטפסר הגדול בנש"ק הרב הגאון רבי שלמה פרישוואסער שליט"א אבד"ק סאסוב, און זיך טובל געווען במקוה

 

פון דארט איז רבינו שליט"א צוגעפארן צום סאסובער בית המדרש ווי עס האט אפגעווארט א ריזיגער עולם אידן באבובער חסידים פון גאנץ לאנדאן און מאנטשעסטער, וועלכע זענען געקומען מיט דאווענען שחרית בצל קדשו, ווען רבינו שליט"א איז אנגעקומען צום בית המדרש האט דער עולם אים מקבל פנים געווען באהבה רבה און געזונגן בהתרגשות "קול רנה וישועה - ברוך הבא בשם השם "יחי אדונינו מורינו ורבינו" - דאן איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שלום און דער רבי שליט"א האט יעדן געענטפערט במאור פניו.


            אום
9:30 אזייגער האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית .


        נאכן דאווענן איז געפראוועט געווארן א מסיבת לחיים, דער רבי שליט"א האט געטיילט לעקיך און בראנפען און געוואונטשען לחיים פאר אלע פארזאמלטע. עס איז אויך אנוועזענד געווען א גרויסער עולם בני תורה וכולל אברכים פון גאלדענס גרין.


        ביי די מסיבת לחיים האט מען געהאט די זכי' צו הערן די דברות קודש פון רבינו שליט"א וועלכע האט משמיע געווען דברי אגדה והתעוררות, וואס האט דערהויבען דעם גאנצען ציבור אין א העכערקייט עד למעלה, עס האט זיך געפילט א דערהויבענע יו"ט'דיגע שטימונג ביים גאנצען ציבור. עס זענען געזונגן געווארן שירות ותשבחות מיט ברען און התלהבות.


        דערנאך איז רבינו שליט"א געגאנגן צו די אכסניא וואס עס איז געווען צוגעגרייט ארוחת הבוקר דורך הרב שלמה פרישוואסער שליט"א אב"ד סאסוב, אין שטוב האבן אפגעווארט חשובע רבנים ואישי ציבור פון לאנדאן עיר הבירה. וועלכע זענען געקומען מקבל פנים זיין רבינו שליט"א


         אום 11:30 איז מען געגאנגן מנחם אבל זיין די משפחת דוננער.


       יעצט אום 2:00 אזייגער שטייט א גרויסער עולם הם ונשיהם ובניהם אריינצוגיין אל הקודש פנימה פון רבינו שליט"א מיט קוויטלעך ליהנות ממנו עצה ותושי' און מקבל צו זיין ברכת צדיק.


         פאלגט נאך שפעטער ווייטערדיגע באריכטן!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2006 17:36 לינק ישיר 

יישר כח אויפן פולע באריכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2006 18:24 לינק ישיר 

נישט באריכט, נאר דמיונות. דא אין גולדרס גרין במקום הביקור פילט מען גאר נישט אבער אין ניו יורק אונד א"י קען מען זיך ווייטער פאפפען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2006 18:42 לינק ישיר 

ישר כח לונדון

ביטע ברענג מער פרטים

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/11/2006 18:52 לינק ישיר 


CJL52

אדער ביסטו גאר א ניו יארקער און די ווייסט אפילו נישט ווי גאלדענס גרין איז אויף די מאפע - אדער ביסטו פון די חברה וואס זענען היינט ארומגעפארן אין א קאר אויפזיכטן וואס טוט זיך ביי אונז בס"ד.

און די ביסט אפשר גאר דער וואס איז געזיצן ביים פענסטער און זיך געביסן די נעגל און ציין פון קנאה ושנאה

פלאצען זי !!!!

אז די האסט ל"ע יסורים ועגמת נפש פון אונזער גרויסע הצלחה בכל אתר ואתר, קוק נישט אריין אין אונזער פארום!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2006 20:29 לינק ישיר 

בעליידיגען קען יעדער. אמת זאגען קענסט דיא אבער נושט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2006 20:40 לינק ישיר 


CJL52

שטיפ נישט אריין דיין נאז, וועסטו נישט ווערן באליידיגט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2006 21:16 לינק ישיר 

המשך פון די באריכטן פון רבינו שליט"א אין לאנדאן:

 

שמחת שבע ברכות:

נאכמיטאג אום 4:00 איז רבינו שליט"א געגאנגן צום ביהמ"ד דסאסוב צו תפלת מנחה און צו די שמחת שבע ברכות וואס איז ספעציעל דארט געפראוועט געווארן לכבודו פון רבינו שליט"א, פון החתן היקר כמר בעריש שטראם נ"י בן הרה"ח ר' ישראל שטראם ז"ל בן הרב החסיד הישיש מזקני חסידי באבוב ר'  משה דוד שטראם שליט"א.


         עס איז געווען א הערליכע מעמד פון גרויס שמחה און פרייד, וואס חתן וכלה האבן זוכה געווען אז רבינו שליט"א איז פונקט דא אין לאנד, באשיינט און דערהייבט זייער שמחה.


        עס האבן זיך אנגעזעהן די חשובים ונכבדים הרב לייבל סטעמפל, ר' אלי'ש ענגלענדער, הרב יחזקאל שלאף, ועוד ועוד.


        רבינו שליט"א האט געטאנצט מצוה טאנץ, און די שמחה איז געווען גאר גאר דערהויבן ווען רבינו שליט"א האט געטאנצט אליין מיט החסיד הישיש ר' משה דוד שטראם שליט"א, די ריקודין זענען געווען מיט גרויס דביקות.


***

רבינו שליט"א האט אנגעטוען דעם שטריימיל פאר החתן שלמה שרייבער נ"י וואס דעם קומענדיגן שבת איז זיין אויפרוף, מזל טוב.

 

כי בשמחה תצאו:

 

מיטוואך נאכט 6:30

מיר האבן זיך שווערליך געזעגנט פון רבינו שליט"א, און גאר ווארים און רירענד געזונגן "כי בשמחה תצאו" ווען דער קאר האט זיך אפגעריקט פון די אכסניא. הנגיד הרה"ח ר' שלום בערגער נ"י האט געפירט די קאר. 


         רבינו שליט"א איז געפארן צו היטרוי עירפארט פון וואו ער וועט אי"ה צוריק אהיימפארן און אנקומען לביתו נאוה קודש בשעה טובה ומוצלחת, ומשם ישפיע תורה וקדושה לכל אלפי בני עדתו הק' תלמידי וחסידי באבוב בכל קצוי תבל.

 

דער איין טאג'דיגע אבער געהויבענער באזוך האט איבערגעלאזט א געוואלדיגן איינדרוק פון חיזוק און התרוממות אין די הערצער פון די באבובער חסידים זקנים ונערים אין לאנדאן.

 

שהצדיק בעיר הוא הודה זיוה והדרה!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2006 05:46 לינק ישיר 
תודה רבה

איזה דיווח מפורט ומלאה תוכן ! WOW

באמת יישר כוח גדול!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2006 06:10 לינק ישיר 


כ"ק אדמו"ר שליט"א איז יעצט 11 אזייגער מיטוואך ביינאכט אנגעקומען פון לאנדאן אין קענעדי לופט פעלד

בריך מתייך לשלם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2006 08:16 לינק ישיר 

השמטה פון באריכט: ביקור רבינו שליט"א בלאנדאן

 

גאר א וויכטיגע פונקט בעת די באזוך, וואס רופט ארויס גרויס אינטערעס ביים גאנצען ציבור, איז די באזוכן פון די צוויי שוועסטערס פון כ"ק מרן הקדוש אדמו"ר מהר"ש זי"ע, הרבנית ווייטץ תחי', און הרבנית יאקאבי תחי', ביידע טעכטער פון כ"ק מרן הקדוש אדמו"ר בעל קדושת ציון זי"ע, וועלכע זענען געקומען צו באגריסן כ"ק רבינו שליט"א צו זיין באזוך, ביידע האבן געבעטן אז דער רבי שליט"א זאל זיי וואונטשן. 

 

זיי באטראכטן רבינו שליט"א אלס ממלא מקומם און ממשיך דרכם פון זייער הייליגע פאטער כ"ק מרן אדמו"ר הקדושת ציון זי"ע און הייליגע ברודער כ"ק מרן אדמו"ר מהר"ש זי"ע.

 

העכער צען אייניקלעך פון בעל קדושת ציון זי"ע האבן מיטגעהאלטן במשך דעם טאג בצל קדשו פון רבינו שליט"א. פון משפחת סטעמפל, שטערן, הלברשטאם, ווייטץ.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2006 00:51 לינק ישיר 

בילדער פון די באזוך פון רבינו שליט"א אין לונדון:

מ'שמועסט אז עס וועט זיין הערליכע בילדער אין דעם בארימטן אויסגאבע
 "העולם החרדי"
וועלכע איז לעצטענס שטארק אויפגעכאפט ביים חרדיש'ן ציבור איבער די וועלט.

אידן דערקוויקן זיך יעדע וואך מיט די הערליכע גראפישע ארבייט,
עס דעקט אלע הויפן אן קיין פאליטישע חשבונות 

אין דעם קורצן צייט זינט איהר גרינדונג האט עס קונה שם געווען לשם ולתהלה,
 און עס ווערט אויסגעכאפט אין די געשעפטן אזויווי עס נאר קומט אן. 

ביי אונז דא לאנדאן איז עס שוין פרייטאג אלעס אויספארקויפט!  והזריז נשכר

למערכת "העולם החדרי"
כלנו אתכם!
חזקו ידיכם, להרמת קרן התורה והחסידות!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > בליץ נסיעה קיין לאנדאן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext