עמער זעהן ווען די פרומע מענטשן וועלן זיין אין שפיטאל הונגעריגערהייט ווארטן אויף א נארהאפטיגן מאלצייט, און ליפא וועט אנקומען מיט א שמייכל מיט א טאץ עסן, צי דעמאלס וועלן זיי אויך שרייען "צא טמא"!
איך זאג נישט אז זיינע טעיפס זענען הייליג, מילד גערעדט, אבער מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס.
אין מאנסי ערגעצוואו זיצט א שרייבערל - מסתמא פון די נטורי קרתא חבריא - און שיסט יעדע צווייטע וואך פאשקעווילן. די איינציגסטע וועג ווי אזוי מען הערט אים אויס - אדער עכ"פ עס קוקט אויס ווי מען הערט אים אויס. וויפיל רבנים און גדולי ישראל האבן שוין פארפירט אנטקעגן פאשקעווילן אן א נאמען, צעווארפן אין די גאסן ביי אלע בתי מדרשים וואס מאכט א חילול השם, העלפט עס נישט פאר די מענטשן וואס האלטן זיך קלוגער ווי יעדן. איך ווייס נישט אויב זיי וועלן זיין מנוקה מדינה של גיהנם!
גורו לכם מיום הדין!
|
|