| נשלח ב-17/11/2006 16:19 |
|
| |
ווער איז דאס? כ'מיין צו פרעגן דער גוי?
אז דו זאגסט ס'איז א בושה, איז א סימן אז דו האסט נישט געליינט דעם בריוו אין "דער שריפט" איינס בעפאר די לעצטע וואך וואס איז ערשינען....
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2006 16:24 |
|
| |
סארי פאר'ן זיין אזוי נאאיוו, אבער ווער איז דער שיינער איד ?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2006 18:24 |
|
| |
נוטראל
די ליינסט נייעס צוויי חדשים שפעט?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2006 07:20 |
|
| |
קאמענטאטאר
דער איד איז ר' מרדכי וואלף וועבערמאן, א זוהן פון רבי מאיר שליט"א (לרפו"ש) אב"ד נתיבות עולם.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 18:38 |
|
| |
קידוש השם איז פון די קליינע זאכן; הצלת נפשות איז דא דער עיקר, און די גבורי החיל זענען די גורמים פאר הצלת נפשות וואס עס לאזט זיך נישט זאגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 19:48 |
|
| |
נבוכדנאצר, דו ביסט הייליג גערעכט. עס איז א געוואלדיגע הצלת נפשות. אלע שלומי אמוני ישראל דארפ'ן זיי מחזק זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 22:39 |
|
| |
א שאד אז ביי היטלער זיינען זיי נישט געווען, ווער ווייסט זיי וואלטען געקענט אפ ראטעווען דעם כלל ישראל. און אפשר וואלט קיינמאל נישט געווארען קיין מדינת ישראל, און ווער ווייסט וואס נאך ישועות וכו'.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 22:56 |
|
| |
וועמען האבן זיי מציל געווען? ועוד, א"כ קומט אויס אז זייערע אקטיוויטעטן האט גארנישט מיט קנאות. טאקע אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 23:07 |
|
| |
aaatozzz
ר' מיכאל בער איז געזעסן ביים פארהאנדלונגס טיש מיטן צורר ישראל וויסליצעני ימח שמו איבער די אונגארישע אידן - 2 יאר האט מען נישט טראנספארטירט אידן!
נאכדעם וואס מען האט נישט געקענט קריגן דאס געלט (ווייל די ציונסטיש-געשטימטע האבן עס צוריקגהאלטן עיין דאקומענטן במן המיצר ועוד ספרים) האט ער מיט רשעות אנגעהויבן טראנספארטירן די אידן - געקוילעט 12000 (יא, צוועלף טויזנט) אידן יעדן טאג.
יעדן צורר ישראל האט מען געגעבן שוחד. וואס איז דא אנדערש?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2006 00:24 |
|
| |
שוחד איז איין זאך אין התגרות באומות איז א צווייטע זאך
מען האלזט זיך ארום מיט צוקונפטיגע זעלבסטמערדער לעיני גאנץ אמעריקע איז העכסט התגרות באומות
נבוכדנצר
רבינו הק' זי"ע האט נישט געהאלטן דערפון
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2006 00:25 |
|
| |
ר מיכאל בער האט מציע געווען געלט פאר זיי ווען זיי האבען עס געדארפט.
די מוסלעמענער רוצחים האבען נישט קיין געברויך אין געלט, אין די פערד האכען ממילא זיי נישט צו געבען.
נאר א קינד האלט אז דאס קען זיין א ישועה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2006 00:38 |
|
| |
אי רעד נישט אין 1943 איך רעד אין 1933
אויך פארשטיי איך נישט ווי מען קען דאס צוגלייכען, ר' מיכאל בער זצ"ל איז ממש יצא מדעתו פאר'ן צער פון כלל ישראל, וואס ער האט געטוען איז געווען ממש פון זיין אויסערגעווענליכא אהבת ישראל, ער האט מיט זיי פארהאנדעלט,
משא"כ די היינטיגע זיינען קליינע מענשטעלעך וואס זיינען אנגעהיצט מיט שנאה צום כלל ישראל, א חוץ פון צו די פאר ברכים שלא כרעו לבעל, מיט די ווילדע געהיצטע אויגען, מיט פארדייטע קעפ.
_________________
תוקן על ידי aaatozzz ב- 11/12/2006 0:48:03
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2006 20:16 |
|
| |
אט איינער אפשר געהערט פון א מאמר חז"ל גדול המחטיאו יותר מן ההורגו???
אוואו כאפט דער חילוק פון גיבן א האנט צו די רוצחי גופים, אוואו צו די רוצחי ורודפי נפשות ישראל?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2006 21:32 |
|
| |
| trant_lott כתב: |  | כאטש אז קיין שום הסבר וועט נישט קאווערן וואס זיי טיען
דאך וואלט איך עכ"פ, געוואלט וויסען וואס זיי טראכטען, יעצט זע איך אז מיט דיר קען מען שוין אויך נישט רעדן
זאג די ביסט אויך אויף יענע בילד????????????
ווען פארסטע אהין????????????????????? |
|
וואס איז פשט אז 'קיין שום הסבר וועט נישט קאווערן וואס זיי טוען'? אפשר ביסטו מסביר דיינע ווערטער אין אידיש?
און אויב נישט וואס נפקא מינה וואס זיי טראכטן?
און אויב האט דיר נבוכדנצר גענפערט אין אבחי' פון תען כסיל כאיוולתו, קען מען שוין מיט איהם נישט רעדן?
און וואס האט דיר גענויגט אפצומאכן אז ער איז אויף יענע בילד?
און אפילו אויב איז ער, וואס א נפקא מינה ווען ער פארט אהין?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2006 04:52 |
|
| |
התאחדות, איך האף אז יעצט נאכן אויסבראך אויף מיר, פילסטע שוין בעסער, {זאל איך זיין די כפרה, אבי נישט אינדערהיים}
איך וועל דיר פראבירן צי ענטפערן לפנים משורית הדין
וואס איז פשט אז 'קיין שום הסבר וועט נישט קאווערן וואס זיי טוען'? אפשר ביסטו מסביר דיינע ווערטער אין אידיש?
די הסבר איז פשוט, די מענטשן זענענן רודפים זיי לייגען אריין גאנץ כלל ישראל אין א צרה,
זיי גיבען א לגעטעמיציע פאר די ארבער אז זיי זענענן גערעכט מיטן וועלן הרגענן אלע אידן רח"ל
פינקט ווי ווען איינער הרגט ח"ו וועסטע פארשטיין אז מען קען יענעם נישט פארענטפערן,
די זעלבע איז מיט זיי, זיי זענען רודפים, זיי בארעכטיגען די ארעבער וואס ווילן אונז הרגנ'ן
מילא קען מען זיין נישט פארענטפערן
און אויב נישט וואס נפקא מינה וואס זיי טראכטן?
דאך וויל איך וויסען זייער מהלך המחשבה צוליב אפאר סיבות 1}נייגעריקייט 2}וויסען נישט אריינציפאלן
ח"ו אין זייערע וועגן 3}נייגעריקייט, אקעי? גענוג גיט? איך וויל וויסען!! איך האף אז עס ארט דיר נישט
און אויב האט דיר נבוכדנצר גענפערט אין אבחי' פון תען כסיל כאיוולתו, קען מען שוין מיט איהם נישט רעדן?
די פסוק זאגט "אל" תענה כסיל כאיוולתו, לויט דיר מיז זיין אז נבוכאנעצר האט נישט געזען די פסוק, ווייל ער ענפערט יא
איך ווייס אבער יא פין די פסוק אין עכ"ז ענטפער איך דאס איז לפנים משירת הדין
און וואס האט דיר גענויגט אפצומאכן אז ער איז אויף יענע בילד?
כ'האב נאר געפערעגט אויב ער איז דארט, איך ווייס עס נישט פאר זיכער, איך טראכט נאר אזוי אז ער איז דארט
ווייל קיין שום נערמאלע מענטש קען נישט האלטן אז יענע משיגאים טיען גיט, אין אויב ער איז משוגע צי האלטן
אז זיי טיען גיט, אן אנגעבן הסבר אפילו, קען זיין אז ער שוין אזוי משוגע צי פארן אויך, ודו"ק עמוק מאוד
און אפילו אויב איז ער, וואס א נפקא מינה ווען ער פארט אהין?
איך וויל מיט שיקען א פעקעל...
תוקן על ידי trant_lott ב- 13/12/2006 4:55:20
 |
|
|
|
|
|