בית פורומים כל העולם כולו

די סאטמאר'ע חתונה אין בני ברק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/11/2006 23:35 לינק ישיר 

די רבי גייט נישט טאנצען מצוה טאנץ?

ווי האלט יעצט די זייגער דארט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2006 00:41 לינק ישיר 

אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז יעצט אין זאל,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 03:20 לינק ישיר 

אינרסאנט צי וויסען ווי איז רבינו שליט''א געווען אגאנצע צייט במשך די חתונה?
איז ער געגאנגען באזוכן נאך רבנים , אדער אפשר גאר זיך געטראפען מיטן שוואגער באהאלטנהייט?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-24/11/2006 03:41 לינק ישיר 

כ

תוקן על ידי - פשטידא - 24/11/2006 5:01:04



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 03:45 לינק ישיר 

(hotwire:)

לולא תורתך


I FEEL YOUR PAIN



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 05:14 לינק ישיר 

רבינו שליט"א איז בשעת די חתונה געווען באזיכן זיין שווער אדמו"ר מוויזניץ, און אויך הגאון ר' משה לאנדא.

און עס האבן באזיכט ביים רבין הגאון רבי מאיר בראנסדארפער, הגאון ר' נפתלי פרענקל, הגאון ר' יאראוויטש, הגאון ר' יושע ראזענבערג, אדמו"ר ממשכנות הרועים.

ביי די חופה איז כ"ק רבינו שליט"א סידור קידושין, ר' יוסף טייטלבוים כתובה, ר' ישראל האגער 3 ברכות, אדמו"ר משינאווע 3 ברכות, הגאון הגדול הרב וואזנער ברכה אחריתא.

ביי די חתונה בעצם איז געווען כראדאם עס איז געווען געפאקט קעפ אויף קעפ, מען האט געהאלטן און איין ארויס פירן מענטשען פאר חלש'ט, עס איז געווען סכנת נפשות.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 05:53 לינק ישיר 




מימין לשמאל:
הגרמ"מ הגר, אב"ד קרית ויזניץ, הגר"ד מייזליש, רב דקהלת סאטמאר מאנטריאל, ......, הגרמי"ל לאנדא, אב"ד ב"ב, הגרד"ב מייזליש, רב דקהלת סאטמאר ב"פ,
האדמו"ר מטשערנאביל, הגר"י הגר וויזניץ, האדמו"ר משינאווא מאנסי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 08:30 לינק ישיר 

איך האב יעצט געענדיגט רעדן מיט עמיצן פון אר"י וואס איז נאך אויף, איך בין יעצט צו מיד און כ'וויל זיך לייגן. אבער אזויפיל קען איך אייך איבערגעבן. די אידן דארט זענען ממש נישט ביי זיך פון די אויסטערליש שיינע שמחה, וואס איז זיי פולקאם ערגענצט געווארן מיט די אזוי-אויסגעקוקטע ערשיינונג פון אונזער גרויסן מנהיג, כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.

דער עקסטאז, דער ריזן ציבור, דער הערליכער אויבנאן פון אלע שיכטן און קרייזן פונעם יהדות החרדית, ועל כולם איז געווען דער קלימאקס ביי די פייערדיגע דרשה פון כ"ק רבינו שליט"א ביים קבלת פנים, וואס די דארטיגע אידן - די אייגענע און פרעמדע - זענען בכלל נישט געוואוינט צו דעם שטייגער קאך און ווארעמקייט. בפרט ווען דער רבי האט דערמאנט די הייליגע אבות, ובראשם רבוה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע וועלכע קומען אראפ, און באזונדער זיין חשוב'ע שוועסטער הרבנית הצדיקת ע"ה וואס קומט צו די חתונה פון איר אייניקל, און ס'איז דאס ערשטע מאל וואס זי ווערט באגלייט אויפן וועג אראפ דורך איר הייליגן טאטן זי"ע.

יעצט רישט מען זיך אין שפאנענדער ערווארטונג אויף דעם געהויבענעם שב"ק בצילא דמהימנותא פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.

[ס'זענען געווען קליינע פאנטשערס, וואס זענען העכסט נארמאל און ערווארטעט פאר אזוינע וואס פירן צום ערשטן מאל אן אזא ריזן אונטערנעמונג (ס'איז נאך אין סאטמאר בני ברק קיינמאל אזוינס נישט צוגעשטעלט געווארן! אפילו ביי די געהויבענע באזוכן פון רביה"ק זי"ע איז אזוינס נישט געווען!). עס איז אויך געווען קליינע רייבערייען מיט וויזשניץ איבער ווער עס איז דער טאן געבער ביי די חתונה. איך וואלט עס ניטאמאל געשריבן, איך שרייב נאר ווייל כ'בין זיכער אז די וועלכע פלאצן יעצט פון קנאה וועלן אויפשפילן איבערן קאפ יעדע נארישע דורכפאל, ווי דאס אז ס'איז נישט געווען קיין פלאץ...]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 08:32 לינק ישיר 

פריערדיגע בילד ביי די פינטלעך
איז האדמו"ר מוואסלוי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 17:57 לינק ישיר 

[באקומען אין אישי:]

איינער האט געלייגט אויף צופר א געוואלדיגע קליפ פון די סאטמאר וויזשניצער חתונה, איך ווייס נישט פארוואס יענער האט נישט געלייגט אויפן פארום, פליז לייג עס ארויף

http://www.tsofar.com//zofar/mashtap/show.asp?id=5617



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2006 06:45 לינק ישיר 


א הערליכע בילדער גאלערי, פון די חתונה. גיט א קוק

http://www.hnn.co.il/index.php?module=albums;task=view;id=1580




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2006 09:37 לינק ישיר 

די חתונה, האט נישט געברענגט צופיל כבוד פאר סאטמאר. פאר די בני ברקע אלגעמיינע עולם בכלל, און פאר ויז'ניצע חסידים בפרט, האבן סאטמאר גיט באשמוצט זייערע פנים אין די חתונה.
די מעמד קבלת פנים אין ביהמ,ד הגדול אין שיכון סאטמאר, איז געווען אויסעגעוונליך שיין און געהויבן, קיין איין נישט סאטמארע חסיד האט זיך נישט אמאל פראבירט אריינצושטופן אין ביהמ"ד וואס איז געווען איבערגעפילט מיט בלויז סאטמארע חסידים.  רבינו שליט"א האט גערעדט גאר שטארקע דיבורים מיט ברכות, אין א יזן ציבור האט דאס געהערט פון דרויסן נישט קענענדיג אריינגיין.
די חופה איז געווען עפעס נישט צו באשרייבן, א ריזן מאסן ציבור, (רוב פון ויז'ניץ), די קאפעלע האט זייער שיין געארבעט, און אלע האבן געקענט מיטהאלטן.
אבער, ביים חתונה האט זיך אלעס געקראכט. דאס זאל איז געווען פיצי קליין פאר די מאסן ריזן ציבור וואס האבן געהאלטן אין איינשטרמן צום חתונה, אבער בשעת קיין איין סאטמערער חסיד איז נישט געבליבן אהן קיין ארט, אפילו די קליינע אינגעלעך זענען געווען גיט מסודר אויפן פארנטשעס. איז פארן ריזן ריזן ויז'ניצע עולם נישט געעוען אפערטל ארט וואס זיי דארפן האבן, זיי זענען גבליבן אינדרויסן, און מ'האט זיי זייער נישט שיין אנגענומען.
אויסער דעם, ווען הרה"צ רבי ישראל האגער שליט"א זיידע פון כלה, אריין אין זאל, האט די מוזיק וואס איז געווען פארבונדן מיט סאטמאר, נישט געלאזט זינגען "קול רנה", אין דאס האט געברענגט אז די ויז'ניצערס האבן געהאקט די מוזיק.
שפעטער איז געווען זייער זייער נישט מיט סדר, איין גרויסע צומישעניש. די סאטמארע עסקנים האבן זיך נישט עצה געגבן מיט אזויפיל נישט היימישע סאטמארע עולם וואס איז געווען אין זאל, און מ'האט זיך גענומען שרייען קולות מיט ווארפן שטריימלעך וכו' וכו'. דאס אלעס האט נישט געברענגט כבוד פאר סאטמאר.


ווידער אמאל שבת, א ריזן עולם פון שטאט האט געוואלט אריין גיין צום טיש, ס'איז געווען אינדרויסן אגרעסערע ציבור פון וואס איז געווען אינעווייניג. מ'האט נישט אריין געלזאט פרעמדע, און דאס איז הונדערט פראצענט גערעכט, וויל ס'איז נישט מעגליך געווען. אבער, ס'איז דא אן אנדערע וועגן נישט אריין לאזן, מ'דארף נישט שיקן די קינדער ארויף גיין אויף די דעכער און אראפווארפן כל מיני זאכן און שפריצן וואסער מיט אלע סארט משקאות אויף די ריזן עולם וואס האט געשטאנען אינדרויסן.

און בכלל, מ'דארף זיך גיין לערנן אין אנדערע קרייזן, וואו אזוי באנעמט מען זיך נעבן רבי'ן, אין גער למשל, איז ארום דער רבי שטיל, דער רבי איז פריי אינגאנצן, נאר אסאך אינטער אים גייט די עולם. דא איז דער רבי שליט"א געווארן געשטופט אינגעשטויסן אגאנצע צייט, דורך זיינע חסידים, וואס האבן כביכול געשטיפט לכבודו.
מ'דארף דאס אינבאטראכט נעמען אויף אנדערע מאל, מ'זאל נישט קענען זאגן, אוי להם למי שלמדם וכו', זאל זיין א מוסטער פון "אשרי רבו שלימדו תורה".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2006 14:54 לינק ישיר 

עס איז נישט אמת ! אני הייתי שם הסדרנים של ויז'ניץ הגיעו הרבה לפני הסדרנים של סאטמאר והלכו ובלבלו את הסדר וכמות השולחנות שהיה מוסכם מראש באמצע היו שני שורת שולחנות שהיה עליהם דגלונים ''לאורחים מחו''ל'' הלכו הם והזיזו הדגלונים וגנבו שתי שורות מהשולחנות שהיו מיועדים לסאטמר ובכלל העולם שלהם הגיעו הרבה לפני העולם של סאטמאר כי בכלל לא השתתפו בחופה הם כבר היו באמצע הסעודה וכשהגיעו האנשים מסאטמאר כבר היו בחסר של מנות , ובכלל הפרו במצח נחושה וביודעין כל הסיכומים שסיכמו כמה ימים לפני החתונה בכדי למנוע חיכוכים מיותרים למשל סוכם שהמחותנים משני הצדדים מגיעים כולם יחד לסעודת החתונה והתזמורת והמקהלה תתחלק שוה בשוה בין הצדדים ומי שינגן בתורו בזמן כניסת המחותנים ימשיך עם הניגונים, לבסוף הזיידע הרה''צ ה'ויזניץ'ער רב שליט''א הגיע באיחור רב אז הם התחילו להשתולל ולנגן ניגונים אחרים ולשבש את סדרי החתונה המוסכומים עד שהרה''צ הזיידע מויז'ניץ גער בהם שהם מביאים עליו בזיונות ובושות כדו' וכדו', והתנהגו גם בהמשך כמו חיות רעות מן היער שהשתחררו עכשיו למקום ישוב ממשו עד כדי סכנת נפשות הסדרנים שלהם איבדו השליטה ועמדו אין אונים , ואחרי כל זאת נעמד לו אחד שאולי אפי' לא היה שם ומעביר בקורת .  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2006 18:42 לינק ישיר 

וואס גייט פאר מיט די ארונים ווי זיי גייען מאכן זיי א שטינק,

אין סאטמאר ווייסט מען שוין די לעצטע זיבן יאר וואס זיי קענען.

יעצט ביי די חתונה אין בני ברק ביי וויזניץ, 


פארשטייט זיך אז משה גבאי איז אלעס שילדיג.............



תוקן על ידי - פשטידא - 26/11/2006 23:03:52



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די סאטמאר'ע חתונה אין בני ברק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.