פארוואס זיי לייגן נישט אין דער בלאט איז ווייל זיי האבן נישט קיין געדולד אריינצוגיין אין
מיילעך דייטש'ס|שמואל ווידער'ס מחשבות וועם צו געבן פוסק הדור, וועם נאך די נאמען פון די ספר,
וועם הגה"ק. אז מיילעך דייטש האט אנגעהויבן צו שפילען פאליטיק האבן זיי מיטגעשפילט.
ולגופו של ענין פליפ די גאנצע סטארי אויף תולדות אברהם יצחק און דער איד.
יעצט וועגן כולל שומרי החומות. עטץ דארפטס ענק נישט באליידיגן יעדע וואך עקסטער ווען עס קומען
אויף פרישע מעשיות אז מוסדות און גדולי ישראל שטייען מיט מיט סאטמאר. לא זו הדרך. קיינער
מיינט נישט ענקער שלעכטס. די טבע פון א מענטש איז אז ווען ער וויל וויסן ווער סאטמאר איז
קוקט ער ווי דער עולם איז.
אויב האט עטץ נישט גענוג א שטארקע פי אר צו מסביר זיין פאר די וועלט אז סאטמאר מיינט
ערליכקייט און דער עולם בייים עם הארץ ווייזט אויף גארנישט, טרייטס נאכאמאל. עס וועט נאך אמאל
קומען א צייט ווען אלע ריכטיגע גדולי ישראל וועלן טוישן זייער מיינונג און איינזען דעם אמת.
אבער זיכער נישט יעדע וואך פריש וויינען.
נשלח ב-20/11/2006 21:07
יאנעס69 און אלע אנדערע פערדן.
עטס זעטס וואס אוי_לנו שרייבט?
די זאליס באלעקן זיך די פינגער מיט ענקער סקאנדאל.
נשלח ב-20/11/2006 21:14
איך האב שוין לאנג אפגעהאקט מיט כולל שומרי החומות, מיין פושקע האט שוין די גארביטש טראק אוועק געטראגען פאר 7 יאר צוריק .
שטאצט דעם געב איך די געלט פאר אונזער הייליגע כולל לצדקת רבי מאיר בעל הנס, כולל מצויינים ויואל משה דסאטמאר בירושלים עיה"ק
נשלח ב-20/11/2006 21:25
יישר כח פאר די קאמפלימענטן
אז מרעדט שוין פון פרשת "תולדות"
לאמחר מאכן א קליינעם חשבון
אז תו"א שטייט קעגן אינז וועל מיר אויסגיין פאר הונגער? אז דער נאר וואס פירט זייער מוסד. האט פריוואטע אינטערעסן און ער שטעלט דאס פאר זיין אריגינעלע פליכט וואס איז קוקן וואס איז די בעסטע פארן מוסד פארוועם ער ארבעט
און דאס זעלבע מיט די אנדערע ארגנחזאציעס
אגב אוילנו א כלל אויף אייביג. אז די ווילסט פאנטאזירן לאז אינז וויסן פראנאויס א דאנק
אין יעצט א קליינע טשעפע, זיי מיר מוחל
אז די פאנטאזירסט שוין און די חלומ'סט בלייב שלאפן ביטע שעהן
נשלח ב-20/11/2006 21:37
די דיבעט פארפארט שוין
אבער דער אמת איז אז דער ש מאיער מאכא אלץ אונטערן ריקען פון די וועד הפועל
פאר 2 יאר צוריק האט אן ארוני אויפמערקזאם געמאכט די הנהלה איבערן זשורנאל קוקען זיי עס דורך, זיי קענען נישט יעדע מינוט שטיין מיט ש מאיער און וואטשען
אז מען האלט זיי פאר קענען זיי טוען ,אבער דער ש. מיט זיין טיעם זענען זייער ראפינירט
איבער די אנדערע איז אזוי
קיינער לייגט נישט יא אבער ניין און בלאט וועגען די איסור
למשל:
תו"א זיי לייגען נישט וועגען זייערע תומכים זענען זאליס און ווייל איין טשעק פון זיגי בראך איז מער ווערט ווי זייער גאנצע געלט וואס זיי וועלן מאכן פון די דינער פון וואס די אהרונים וועלן צושטייער געבן און אויך פארשטייט זיך זענען זיי נאך שונאים ווייל משה גבאי האט גענומען א שטעלונג מיט זיי ווען זיי האבן זיך געקריגט און דער רבי זייערע האט גאר ווייניג געהאלטן פון דעם ברך משה ז"ל
אבער די זעלבע זאך איז פארקערט
שוה"ח האלט אז מיטן געבן פארן בלאט אסאך געלט מיט עדס כשר'ט ער זיין חזיר פיסל
וואס דאס איז דער אמת'ע עוולה
דער בלאט עס איז נאך נישט קיין הכשר אויפן ישרות מיטן סאטמארען ציבור
נשלח ב-20/11/2006 22:04
עס איז דא א חבריא פון אהרונים וואס זענען אוועק פון כולל שומרי החומות , און האבן זיך צוזאם געשטעלט מיט כולל חבת ירושלים זיי האבן פאר יאר צוזאם געשטעלט איבער 150 טויזענט דאללער, און זיי האבן געפענט א כולל לע"נ ר' אלעזר ריישא זי"ע.
מען קען זאגן אז עכ"פ רוב געלט איז אוועק פון כולל שומרי החומות.
נשלח ב-20/11/2006 22:13
אבער זיי לייזען נאך אלץ זייער אסאך געלט פון אהרונים
פארטיס - פישקעס שול-וואנט פישקעס אלע ארונים שולען פולען זיי אן א פישקע ואין פוצה..........