| נשלח ב-20/11/2006 18:34 |
|
| |
פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש
עס טומלט שוין ווידער.
עפעס האבן "מומחים" אויפגעוויזן ביי אן אסיפה פון רבנים אז זיי האבן געפונען חלב דאורייתא ביי "מיל מארט" , און די מנקרים ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם, דעריבער זאל מען נישט עסן קיין מיל מארט פלייש, אויך שרייבן זיי אז וועגן כשר'ן די כלים זאל יעדער פרעגן זיין מורה הוראה. (אויך פרעגט צי מ'זאל שוין איצט נאכאמאל כשר'ן, אדער זאל מען שוין צואווארטן ביז די קומענדיגע סקאנדאל.. .)
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2006 18:48 |
|
| |
זיי שרייבען ווער זענען זיי ?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2006 20:41 |
|
| |
ווען וועלן שוין די פרינטערס פארברענט ווערן?
ליידיגייערס האבן נישט וואס צו טוהן, מ'שרייבט א צעטל, מ'טייפט עס אפ, מ'פארעכט וואס מ'וויל, און אפס מ'קוועטשט דעם פרינט קנעפל, און ויסעו, דער צעטל איז אינדרויסן.
איז נישט דא קיין רבנים וואס קענען ארויסקומען דערוועגן? און בכלל ווער איז התאחדות הרבנים.???? ווער??? די וואס זענען אונז שוין מאכיל כל דבר אסור פאר די לעצטע 10 יאר? די וואס פאר א טשעקל שיקן זיי א מאשני? כ'מיין סיז שוין געקומען די צייט וואס התאחדות זאל אראפגיין פון די שעלף'ס, גענוג פארשטאפט די קעפ פון אונז און אונזערע קינדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2006 21:41 |
|
| |
איך בין פולשטענדיג איינשטימיג מיט דיר, חשוב'ער התאחדות.
די פאשקעווילן איז ממש א עון פלילי בל יכופר. א עקל און א גרויל. מענטשן, מיט ליידיגע צייט אויף זייערע הענט, האבן נישט וואס צו טוהן מיטן טאג און מיטן נאכט, מען טראכט אויס כל מיני עבירות אויף וועמען מען קען נאר, און אין די פינסטערניש פון די נאכט מאכט מען אן א חילול השם ביי אלע בתי מדרשים, און מ'ווארפט אויס די העסליכע צעטלעך.
דאס פאסט אפשר פאר אראבערס צו טוהן, נישט ביי אידישע קינדער. ווי ס'קוקט אויס, ווערן די חברה גאר פרייליך ווען מען פאקט איינעם ביי עפעס, אזוי האבן זיי מיט וואס אנצופילן די נאכט שעות.
לו יהא אז יעדע פאשקעוויל איז אמת, און מ'דארף טאקע נישט עסן קיין פלייש אדער מ'דארף ארויסטרייבן טריפה'נע זינגערס פון שטאט, פון וואנעט נעמען זיי דעם נארישן דרך פון פאשקעווילן? פון וועלכן צדיק אדער ערליכן איד? דאס איז א געמיינער גוי'אישער וועג פון באשמיצן יענעם אין פובליק! און גויים, אומות העולם, זעהען יעדן צווייטע וואך נאך שמוץ ביי די אידישע שוהלן. אוי לאותה בושה!
ס'זענען פאראן גענוג וועגן ווי אזוי צו פאררעכטן עוולות. שיסן פאפירן אין די גאסן אן אן אונטערשריפט איז א שרעליכע עוולה און חילול השם. מען טאר דאס נישט לייענען! (און איך שוטה לייג דאס נאך אין היידפארק!) און די אומ-מענטשן זענען עתידים ליתן את הדין!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2006 22:05 |
|
| |
יש דברים בגו?
איז טאקע געווען אן אסיפה?
אדער איז די גאנצע זאך אויסגעזויגען פין פינגער.
אויב איז געווען אן אסיפה, קען זיין אז די היפוך איז אמת, כידוע אז רח"ד כ"ץ האט בשעתו
ארויסגעווארפען אינגעלייט פין שטוב וואס האבען געטענה'ט אז זיי האבען געטראפען אין סאטמאר
בוטשער חלב דאורייתא צווישען די כשר'ע שטיקלעך פלייש, און דאס קומט אביסעל פארדעקען אויף דעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2006 22:41 |
|
| |
כידוע אז רח"ד כ"ץ האט בשעתו ....... כידוע.... כידוע איז עס ניש אמת, והמבזה תלמוד חכם אין תרופה למכתו, כמו שנאמר עד עלות חמת ה' עד אין מרפא !
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2006 23:11 |
|
| |
ב"ה ס'האט זיך ווייטער ארויסגעוויזן אז ערליכע אידן האבן סעיתא דשמיא
לא שמתא ולא ארור
דאס קליין הייטעלע איז א חלק וואס באהעפט די לעבער צו די חלק הפנים פון די בהמה.
און אזוי ווי אייביג
די וואס ווילן סתם פארפירן און פארדרייען זאלן ווייטער פארדרייט ווערן
און די וואס מיינען שמו יתברך הוא מצילן מכל רע.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2006 23:46 |
|
| |
איך פארשטיי נישט פארוואס די התאחדות עקש'נט זיך וועגן מנקר זיין לכולי עלמא.
איך ווייס פאר א פאקט אז מען לאזט נישט פאריכטען.
זיי האבען טאקע א מסורה אבער זיי געבען דאס צו עסען פאר מענטשען וואס האבען אנדערע מסורות.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2006 04:38 |
|
| |
ווען רובאשקין איז געווען דער אישו דא אין אנ"ש (בשעת די שבח פרשה) איז נישט געווען אזויפיל
מגיבים אויף די עקל און גרויל פון סתם לשון הרע....
ויהי לפלא
תוקן על ידי - יוסקעלע - 21/11/2006 4:39:17
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2006 15:37 |
|
| |
איז נישטא רבנים וואס קענען ארויסקומען קעגן נירבאטור?
ווען א מאכיל חלב טראגט א פלאטשיגע קאפעליטש איז דא א אנדערע הלכה?
דאן מוז זיך ארום טראגן א שמועה פון א אסיפה ביי התאחדות דורך שישקעס? אדער דורך נישט אונטער געשריבענע צעטליך?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2006 16:20 |
|
| |
יוסקעלע, עס איז יא דא רבנים וואס קענען ארויס קומען קעגן אים, און זיי האלטען אין איין פראבירען אים צו כאפן מיט פראבלעמן, למעשה איז ער א ירא שמים און א מומחה און די אלע פראבלעמן וואס מ'ווארפט ארויף אויף אים כסדר איז אויסגעזויגן פון פינגער
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2006 16:56 |
|
| |
יוסקעלע
זיי מיר מסביר דיין רצון פון אינדערערדלייגן דעם חשובן רב מחטן פלאכן קאפעלוטש?
מן הסתם האסטו א אמתע גוטע סיבה
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2006 20:53 |
|
| |
די מחרחרי ריב פון התאחדות הרבנים זענען נעבעך אובד עצות, זייער הכשר איז פון די שוואכסטע, ס'גייט מטה מטה, דער באטערער רב מיט זיין ברודער דער וואלאווער רב זענען היינט צו טאג פון די גרעסטע בעלי מכשירים, דער טראק פון קרית יואל פאלטערי שפרייזט ארום דא אין בארא פארק א גאנצן טאג, ווי אויך זעט מען זיי כסדר אין וויליאמסבורג, און אין מאנסי, און רעב איצא האלט דאס נישט אויס, פראבירט ער כסדר צו מאכן א טומעל כאילו די אלע אנדערע הכשרים זסענען מפוקפק, דא האט ער פרובירט מיט קרית יואלער פלייש מיט א מעשה מיט זאלץ, ווע מען האט עם געפרעגט אז אויב איז א שאלה אויף די זאלץ, (וואס אגב האט ער רבי ז"ע זייער מקפיד געווען צו נוצן נאר די זאלץ, איז היתכן אויף פסח ניצט מען נאר די זאלץ, אויב איז דאס נישט כשר איז ויאזוי איז דאס כשר אויף פסח, (די זעלבע ווי די עירוב פייטערס, וואס שרייען געוואלד אז מען טאר נישט און מען קען נישט מאכן א עירוב אין ווילאמסבורג ווייל עס איז דאך א רשות הרבים דאורייתא, איי וויאזוי איז מען מתיר אים סוכות, אויב איז דאס א רשות הרבים טאר מען דאך סוכות אויך נישט מאכן, איז דער ענטפער, תיקו) כשראה רעב איצא אז די זאלץ פראבלעם קלעבט נישט, איז געווארן א נייער פראבלעם מיטן נאמען "בדיקת סכינים", אז ס'איז נישטא א משגיח קבוע לבדיקת סכינים, איי דער רבי זי"ע האט ארום געטענה'ע מיטן אלטן באטערער רב ז"ל וועגן דעם נידון און האט געטענהעט אז אינדערהיים האבן די שוחטים אליין בודק געווען די סכינים, ער האט בהחלט געוואלט אז דאס אחריות זאל זיין דווקא אויף די שוחטים און נישט אויף איין אדער צוויי משגיחים, ער האט נאר קוים מסכים געווען אז עס קען זיין א משגיח נאר "בנוסף" צום שוחט'ס בדיקת הסכינים, דער אחריות זאל קלאר בלייבן אויף די ערליכע שוחטים, און אזוי איז איינגעפירט אין קרית יואל און און אין מיל מארט,
כשראה רעב איצא אז מיט קרית יואל קען ער זיך קיין עצה נישט געבן, (טראץ די העפליכע הילף פון דעם לונעטיק אלתר משה גאלדבערגער וואס האט נעכטן ביינאכט אין קאנטינענטאל געזאגט שמייכעלדיג אז ער ווייסט אז די גאנצע פרשה איז באלאני (כלשונו הקדוש) נאר אז זיין איינציגער ציל איז צו צוקלאפן די הצלחה פון קרית יואלער שחיטה, ווייל ווי ער ווייסט איז רוב רובו פון היימישן עולם אין גאנץ ניו יארק זייער מהדר צו קויפן נאר די דאזיגע שחיטה), און בכל זאת העלפט דאס עם נישט און האט בחרפתו הגדולה געמיזט צוריק ציען פון זיין פארארדענונג צו די עטליכע קעטערערס וואס האבן זיין הכשר נישט צו נוצן קרית יואלער שחיטה, האט רעב איצל מחליט געווען זיך צונעמען איבער שונא נומבער צוויי, דער באטערער רב, און ערפינדען א נייעם מכשול, חלב דאורייתא אין די צונג, זיי האבן דערווישט א צונג וואס איז כלומפערשט געקויפט געווארן ביי מיל מארט, וואס איז נאכנישט מנוקר געווארן, און כידוע, ברית כרותה "ללשון" הרע שתתקבל, מען לויפט ארום מיט די צונג צו אלע רבניםלעך, וואס האבן אין זייער לעבן נאכנישט געזען קיין צונג, (איך מיין פון א בהמה, ווייל דער עלם שטרעקט זיי כסדר ארויס די צונג...) און זיי האבן שוין א מיינונג, דער באטערער רב שליט"א האט זיך אפגערעדט אז אינטרעסאנט אז יעדער רב האט שוין געהאט די זכי' צו זעהן די צונג, אויסער... ער אליין, צו עם, דער ארגינעלן בעל מכשיר איז נאך קיינער נישט געקומען ווייזען קין שום מכשול, למעשה איז דאס א געלעכטער ווייל קודם כל איז אין די צונג בכלל נישטא קיין חלב, דאס וואס מען איז מנקר די צונג איז נאר די אדערלעך און ביי די צונג איז דאס נאר "ליתר שאת" ווייל די צונג קאכט מען נישט דאס ווערט געבראטן און דארט איז נישטא קיין חשש פון בלוט, אבער ווי געזאגט דאס אלעס איז אויב דער גאנצער פראבלעם וואלט אמת געווען, למעשה איז די גאנצע זאך א בלויזער שקר פיל מיט סתירות און פיל מיט רשעות און ווי געזאגט איז דער איינציגער ציל איז נאר מבאיש ריח זיין פארן באטערער רב שליט"א וואס איז איינער פון רעב איצלס גרעסטער קאמפעטישאן, און איז כידוע איינער פון די גרעסטע מומחים אויף דעם פעלד פון הכשרים,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2006 21:37 |
|
| |
יאנקעלע
ביסט כמעט אינגאנצן גערעכט
נאר מרעדט דא פון לעבער-כבד
טויש נאר די מליצה. מיט
הקנאה ו התאוה ו"הכב"ד מוציאין.................
|
|
|
|
|