נימוקי הגרי"ב המבואר
לשון הגרי"ב: "מיל-מארט, וואס מאנכע מאל איז עס באקאנט אלץ סאטמאר פלייש, נירבאטער פלייש...
אמת ויציב ונכון. אין אלע שמחה האלל'ס ווען מ'רופט אריין פרעגען וועמען'ס פלייש קעטערין זיי, איז עפ"י רוב די תשובה: סאטמארע פלייש! אויף די שאלה וועלכע סאטמאר, וואס סאטמאר, איז דער ענפער: מיעל-מארט - נירבאטער.
לשון הגרי"ב: די אינצידענט וואס האט פאסירט, אז איינער האט געקויפט לעיבער, געטרייבערטע לעיבער
און נישט ווי מ'האט גע'טענה'ט פריער אז ס'איז געווען נישט קיין געטרייבערטע.
לשון הגרי"ב: ס'איז פארהאן איין קליינע spot נעבן די שפיץ פון די לעיבער, וואס כמעט אלעמאל ווערט אפגעשניטן ווען די לעיבער ווערט ארויסגענומען פון די בהמה... דארט, ביי די שפיץ פון די לעיבער, איז עס באהאפטן צו די point פון די רעכטע כליה (kidney).
אין דעם מקום איז פארהאן א געוויסע מאס "חלב הכליות". דאס איז איינע פון חלבים וואס איז אסור מדאורייתא...
און נישט ווי מ'האט גע'טענה'ט פריער אז אין דעם מקום איז נישט פארהאן "חלב הכליות" דאורייתא.
לשון הגרי"ב: געווענטליך ווען מ'נעמט ארויס די לעיבר פון די בהמה, קומט דער שטיקל חלב נישט מיט. פארוואס? ווייל דער ארבעטארער וואס נעמט ארויס דעם לעיבער, האט א מעסער אין זיין האנט! און צושייד דעם לעיבער פון די בהמה, און ער שניידט עס ארויס ביי דעם צוזאם-טרעף פונקט, ווי עס איז באהאפטן. און כמעט אלעמאל ווערט דאס אפגעשניטן א האלבע אינטש אריין אין די לעיבער
אמאל אמאל פאסירט, אז דער מעסער גיט זיך א פארדריי, צוליב א פראקטישע רעפלעקסישע אקציע, און שניידט דורך א קליין ביסל פון די מאטריאל פון אינטער די לעיבער.
דאס הייסט אז דער מנקר אינגאנצען נישט שילדיג, ווי אויך נישט דער משגיח, און אוודאי נישט דער רב המכשיר. דער גאנצער שולד פאלט נאר אויפן "מעסער" צוליב פראקטישע רעפלעקסישע אקציעס... וכמפורש כן בדבריו לקמן.
לשון הגרי"ב: דעמאלסט קען פארבלייבן א spot פון "עפעס" (קרי: חלב הכליות!!!) צוגעקלעבט צום לעיבער, אזוי גרויס ווי א האלבע נאגל פון די פינגער, אדער ווייניגער.
דאס אלעס נאר צוליב דעם "מעסער" וואס פרובירט עס אפצוטיילן.
וכמבואר לעיל, צוליב פראקטישע רעפלעקסישע אקציע פון א מעסער.
לשון הגרי"ב: דער ארבעטארער האט דורכגעלאזט איין לעיבער, ווי ס'איז פארבליבן א קליינע Spot...
ס'איז פארבליבן נאר א קליינע Spot פון "סם המות" - כרת ר"ל.
לשון הגרי"ב: דער לעיבער איז דורכגעגאנגען דעם ערשטן שטאפל פון פאקונג (packaging) און דער קליינער Spot איז איבערגעבליבן דארט...
מה כל הרעש? הרי...
לשון הגרי"ב: אזעלכע קליינע זאכן פאסירן כסדר...
ה' ישמרנו! תצילנה אוזן כל שומעת! ניין, בשום אופן ניין! אזעלכע "קליינע זאכן" פסירן נישט כסדר ביי ערליכע הכשרים ווי עדה החרדית אין ירושלים, אדער ביי הרב לאנדאו אין בני ברק.
לשון הגרי"ב: מ'פאררעכט זיי,
שקר וכזב! פאררעכטן קענען נאר די וואס זענען "מודה על האמת" אז ס'איז געווען א מכשול. די וואס האבין געלייקענט ברבים (כתוב וחתום) אז "אין בו אף שמץ קטן מחלב כלל וכלל", האבין קיין נאמנות נישט...
לשון הגרי"ב: און מ'גייט אן ווייטער מיט'ן לעבען.
אמת! כאילו לא היו דברים מעולם. עורבא פרח.
לשון הגרי"ב: מ'גט זיך נישט צוליב אזעלכע קלייניקייטן...
מ'גט זיך מיט "גיטין מעושין", אדער מיט הפקעת קידושין, וד"ל. אוי לאותה בושה ואוי לאותה כלימה, אז דער בעל דברים אלו זאל זיין דער "שר המסכים" אויף מיעל מארט, וואס "איז באקאנט אלץ סאטמאר פלייש"...
לשון הגרי"ב: עמיצער איז אריינגעקומען צו מיר און געוויזען דעם לעיבער, האב איך איהם געזאגט: ריכטיג (קרי: ס'איז טאקע חלב הכליות), איך וועל זיך תיכף פארבונדען מיט'ן רב המכשיר, און ביז פינף מינוט וועט אלעס ווערן ארלעדיגט... מ'וועט נאכאמאל מזהיר זיין די משגיחים און ביז מארגן וועט אלעס ווערן ארלעדיגט...
5 מינוט, מארגען, אלעס איז ארלעדיגט: אין בו אף שמץ קטן מחלב כלל וכלל!!!
לשון הגרי"ב: אזוי נעמט מען קעיר (care) כסדר, אלעמאל, פון אזעלכע פראבלעמען.
אמת ויציב ונכון: "אזוי נעמט מען קעיר (care) כסדר, אלעמאל, פון אזעלכע פראבלעמען".
לשון הגרי"ב: מ'האט נאכגעזאגט אין מיין נאמען, אז רב בעלסקי זאגט, ס'איז חלב דאורייתא, און ס'איז טעריבעל (terrible). דער פראבלעם איז אבער, אז מ'האט גענומען א קיטשען סיטואציע (kitchen situation), און מ'האט עס איבערגעדרייט צו א נאצינאלע סקאנדאל...
עס איז טאקע א "קיטשען סיטואציע", אמת, אבער נישט א קליינע פריווטע Spot קיטשען, וואס איז אזוי גרויס ווי א האלבע נאגל פון די פינגער, אדער ווייניגער, נאר גאר גאר א גרויסע ריזיגע קיטשען פראססעינג וואס סערוו'ט אגרויס חלק פון כלל ישראל נעישענווייד...
לשון הגרי"ב: דאס איז דער גאנצער פראבלעם....
דבר שפתיים אך למותר!