בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/12/2006 21:52 לינק ישיר 

אין בו שמץ של חלב אין זיין בריוו.
אין בו שמץ של חלב אין זיין דרשה.

ער זאגט אז ביים לעבער איז דא א קליין שטיקל חלב צווישען אנדערע זאכן וואס איז נישט קיין חלב (די דייעפרעם).

מען נעמט אייביג אראף די גאנצע זאך דארט, אלעס אלעס, די חלב מיט די אנדערע חלקים, חאטש אידער וואלט דאס ממילא אראפגענימן פארן בראטען

קימט א איד אין איז מעורר אז חאטש די שטיקל -וואס איז נישט קיין חלב- איז קלענער ווי א האלבע נאגל, (אין ווען עס וואלט ווען יא געווען חלב וואלט דאס אויך בטל געווארן באלף, אין די לעבער זעלבסט, אין איך וואלט נישט געקענט זאגן חתיכה עצמה נעשה נבלה.) אין ווערט צים סוף אראפגענימען (אנדערש ווערט די לעבער קאליע ביים בראטען)  דאך איז כדי זיכער צי מאכן אין אנזאגן די מנקרים אז מען זאל לייגן א דגיש אז דאס זאל נישט פאסירן.

אויף דעם ענפערט בעלסקי (ריכטיג)  [OK ] (פארוואס זאלט איר טראסטען איינער וואס ארבעט אפשר אין מיל-מארט , דיסייד אליין  אויב סיז א נפקא מינה צווישען OK אדער ריכטיג)

איים סארי מלחמת_X אבער נאכן שרייבן OK איז מיר שווער צי צילייגן דיין קרי, איך האף אז די וועסט נישט ברוגז זיין.
 
איך וועל  זיך (תיכף) פארבונדען מיט'ן רב המכשיר און ביז פינף מינוט וועט אלעס ווערן ארלעדיגט (די ווארט תיכף איז אויך צי געלייגט געווארן ארויסציברענגן די ערענסטקייט אין די הארבקייט פין די זאך)


מ'האט נאכגעזאגט אין מיין נאמען, אז רב בעלסקי זאגט, ס'איז חלב דאורייתא (דא האט אינזער מלחמת געהאלטען אז ער האט שוין געניג ציגעלייגט אז ער מעג זיך שוין ערלויבן ארויסצינעמן א ווארט צוויי)







מלחמת: א פריוואטע טובה, ביטע לייג ארויף די גאנצע דרשה

תוקן על ידי - findodort - 03/12/2006 21:54:05



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2006 21:59 לינק ישיר 

איך האב פארגעסען פין די נקודה



















איז מלחמת_על_ה סתם א שקרן אין איעדער ווייסט שוין פאר וועם ער ארבעט,  יא אדער ניין?




תוקן על ידי - findodort - 03/12/2006 22:02:10



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2006 22:19 לינק ישיר 

מצורף קובץ

קיבלתי באישי

בלי אחריות על אמיתות הדברים

1)





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2006 22:36 לינק ישיר 

מצורף קובץ

2)





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2006 23:20 לינק ישיר 

די עדה החרדית איז מקפיד אויף די אלע זאכען ווייל זיי נעמען אן חומרות וואס פארשידענע סארט קרייזן האבען זיך נוהג געווען אין ירושלים.
און דאס וואס עס שטייט ביי מיעל-מארט אין רויט, ווייזט אז זיי זענען גאר גוט באקאנט אין די הלכות, און מ'שנייט נישט אבי אוועק ווייל מ'קען זיך נישט גוט אויס. כוח דהתירא עדיף!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2006 23:32 לינק ישיר 

דעס צעטל איז שוין געווען אויפן מארק לאנג פאר דעם יעצטיגען סקאנדאל . און א סאך מענטשען האלטן אז מען טוט טאקע אזוי וויא עס שטייט אויסגערעכענט אויף דעם צעטל. אנדערע זאגן אז דאס האט דער קאמפטישאן געשריבן. אבער אפילו הכי איז א פאר זאכען  אמת .ער האט נאר מגלה געווען "סודות פון חדר" וואס אין מגלין אלא לצנועין .(למשל פאר דעם וואס איז באקאנט  "צלע י"ב עצמו מבפנים "   איז ביי די עדה החרדית "מסירין"  אנדערש וויא עס שטייט אין צעטל)  "סאטמארער בוטשער"  טוט כמעט די זעלבע ניקור וויא מיעל מארט. נישט וויא עדה החרדית און נישט וויא סופרים-רובשקין. אבער לעצטענס האט מען משנה געווען לטובה ביי צלע י"ב  (ואין מגלין) אבער יעצט אזוי וויא מען האט אויפגענומען דעם אברך יאקאבאוויטש. וואס ער האט שוין לאנג געוואלט אז פאר אונזערע חסידישע יודען זאל מען מאכן דעם פרומסטען און מהודרדיקן ניקור. האפט מען אז עס פון היינט מאל אהן וועט שוין דא זיין דאס בעסטע.

אזוי וויא נאכדעם ווען מען האט געטראפן מילך פאר יארן צוריק אין די פארעווע קוקיס פון די פרומסטע  חסידישע קאמפאני. נאכדעם איז דאס געווארן די מהודרדיגסטע וד"ל

מען מעג דאס מפרסם מאכען וואס איך שרייב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 03:54 לינק ישיר 

איך בין עס נישט משיג, און איך הייב נישט אן צו פארשטיין, עד היכן הגענו? אז תלמידי וחסידי רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע זענען מפלפל און מדייק בלישנא פון דעם אגודיסטישען "אוי יו" ראביי, כדי זיך צו פארלאזען אויף די כשרות פון מיעל-מארט פלייש.
לא מבעיא פאר אנ"ש, קענען זיינע מכתבים און זיינע דיבורים, איבערהויפט נישט זיין קיין "סימני טהרה", נאר אפילו ביי זיינע ליטווישע קרייזען, זענען זייערע גדולים שארף ארויס קעגען עם,  ווי הרבנים הגאונים הרב אהרן שעכטער ר"מ דישיבת חיים בערלין, צוזאם מיט הרב פייוול כהן  בעל "בדי השולחן" (אין זייער בריעוו צו הרב אלישיב'ן), ווי אויך הרב שלמה מיללער דער באקאנטער ראש הכולל ד'טאראטא אין זיין שארפען בריעוו, קעגען עם (ה"ה רב בעלסקי ובית דינו: ארי' רלב"ג, מרדכי גימפל וואלמארק, מענדל עפשטיין), וואס האט מתיר געווען אשת איש לעלמא ע"י הפקעת קידושין אן א גט כריתות, און האט שוין אנגעמאכט עטליכע "גיטין מעושין" ע"י כפיה, און איז כסדר מתיר "מסירה בערכאות" ר"ל אויף דעם גרעסטען פארנעם. לדוגמא קענט איר דא זען איין פאל, און זיך איבערצייגען:
www.savefile.com/files/312678
בקיצור: אט דער זעלבער רב בעלסקי איז דא אויך א "מחותן", ער איז דא דער "בר סמכא", ער איז דער "סניגור" פאר מיעל מארט פלייש, קעגען רוב היימישע רבנים, און קעגען די מנקרים מומחים ומוסמכים(!). ווי ווייט קען מען נאך פארקריכען??? ווי טיף קען מען אריינפאלן??? 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2006 06:33 לינק ישיר 

איך וויל צולייגען א עובדא מחזק צו זיין די ריכטיגע ווערטער פון "עוד_ישמע". צענליגע טויזענטער אידען האבין געהערט "בחוצות ירושלים" בשעת די אשכבתיה דרבי (די לויה) פונעם ראב"ד הגאון הגדול רבי ישראל יעקב פישער זצ"ל, ווי הגאון רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א האט פארציילט בשעת זיין הספד, אז דער גרויסער נפטר איז אויפגעציטערט געווארן פון די שמועה אז חרדישע רבנים אין אמעריקע זענען מתיר אשת איש לעלמא מטעם "קידושי טעות" אן א גט ר"ל. רבי ישראל יעקב האט דאס גענומען צום הארץ, און צוויי וואכען דערנאך איז ער נסתלק געווארען. די לעצטע חתימה פון רבי ישראל יעקב זצ"ל אויפן כרוז פון בד"ץ איז טאקע איבער דעם פארווייטיגטען ענין וזה לשון הכרוז: י"ז אדר ראשון תשס"ג, שמענו ונחרדנו לשמוע כי ישנם בארה"ב שהתירו אשת איש מטעם קידושי טעות, הננו מוחים נמרצות נגד זה, ועדיין היא אסורה מדין אשת איש עד שיתן לה בעלה ג"פ (- גט פיטורין) כדת משה וישראל". וח"ש (- וחתמנו  שמנו) הביד"צ דפעיה"ק ירושלם ת"ו, ישראל יעקב פישער ראב"ד, מאיר בראנדסדארפער, אברהם יצחק אולמאן.

 

איך מיין אז קאמעטארען זענען איבעריג, אויב הר' בעלסקי איז דער טאקע וואס האט מתיר געווען אן אשת איש אן א גט דורך "הפקעת קידושיה", איז שוין לגמרי נישט קיין חידוש אז "אין בו אף שמץ קטן מחלב כלל וכלל" ומצוה לפרסם הדבר ויאכלו ענבים...                  




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 06:43 לינק ישיר 

כורמיזא !

ראה צל"ח ביצה ב' ע"ב בפירושה של כח דהיתירא עדיף,

ולפי פירושו צ"ע.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2006 06:51 לינק ישיר 

דברי הרב בעלסקי לאחר שנתברר כי בחלב שחלבו עכו"ם ואין ישראל רואהו (דהיינו חלב עכו"ם)

יש בזה חוץ גזירת חז"ל . גם חשש חלב טריפה מפני הפרות שעושין להם ניתוח

וז"ל
כדעת הגר"מ פיינשטיין נוהגים כיום למעשה כל גופי הכשרות המרכזיים בצפון אמריקה,            (ובראשם האוי יו)הנותנים הכשר לתוצרת חלב גם כשזו מיוצרת מחלב שנחלב ע"י נכרים ללא נוכחות ישראל, ללא ציון הסתייגות כלשהי על ההכשר.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 06:56 לינק ישיר 

חוץ מזה ידוע מה שכתב רבינו הדב"ח מצאנז זי"ע על המלמד שאמר "אז דער אוהח"ק האט נישט געמאכט זיין חיבור מיט רוח הקודש אדער ער איז נישט געווען א בעל רוח הקודש" שרייבט דער הייליגער דב"ח זי"ע אז דער מלמד איז א אפיקורס און מען דארף עהם מעביר זיין ווייל א זאך וואס איז נתקבל בכל תפוצות ישראל און איינער איז מחולק איז ער אן אפיקורס

וידוע מה שדיבר ומדבר הרב בעלסקי על רבותינו הקדושים תלמידי הבעש"ט זי"ע (איני רוצה להביא הדברים פה) יותר ויותר כמה פעמים ממה שדיבר רבי אחד נגד רבינו זי"ע או נגד תלמידי החת"ס  והדברים ק"ו על אחת כמה וכמה והוא והוא הנותן הסכמה על כשרות הבשר שלנו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 10:13 לינק ישיר 

זאב,
איך גיי נישט אריין אין די נושא פון כח דהתירא (א וודאי איז מען מקפיד לויט רוב פוסקים), און עס גייט מיר איך נישט אן וואס בעלסקי זאגט.

עס איז קלאר פאר יעדעם איינם אז די געמאכטע סקאנדאל איז א פשוטע קאמפעטישען, פלוצלינג ערשיינן פרישע ניק'ס וועגן די פרשה, און אויך ניק'ס וואס שרייבן קיינמאל נישט האבן פלוצלינג אנגעהויבן צו שרייבן.

די סקאנדאל האלט אין איין טוישען דירעקשאן, אנהויב איז דאס איין פראבלעם דערנאך א צווייטע און יעצט האלט עס מיט א גאנצע רשימה פון קולות קעגן ראבאשקין...

די עיקר פראבלעם פון דער וואס פראבירן אנצוהאלטן דער געמאכטע סקאנדאל איז, אז די כשרות פון וואס זיי רעדען איז אסאך א שוואכערע לעוועל אין כשרות פון נירבאטור.

די באטטאם ליין: מיט שקרים וכזבים בויט מען נישט קיין הכשר, ווילסט זיין אין די זעלבע לעוועל כשרות, זיי משקיע פארלאז זיך נישט אויף קולות (שטחיות) אשר לא שערום אבותינו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 16:16 לינק ישיר 

סתם דרך אגב, כורמיזא, באמת האב איך זיך געוואלט מונע פון פרעגען די קשיא אין דער אשכול, כדי שלא יאמרו,
אבער מהיכי תיתי אז הרב מנחם מאיר ווייסמאנדעל איז ווייניגער ווי הרב אהרן טייטעלבוים, איז ער ווייניגער ירא שמים, א קלענערע תלמוד חכם, וכו'

אדער איז עס ווייל מר רובאשקין אז נישט אזא ערליכע יוד ווי מר וויינשטאק, אדער ווייל ער איז נישט אזא מכניס אורח, אדער בעל צדקה, אדער ווייל ער טראגט אפשר נישט א בארד (אוי וויי ווער טראגט נישט א בארד? וויינשטאק אדער רובאשקין) אדער אפשר שערן זיך די בארד איז נישט אזא חומרא ווי שערען די האר ביי נשים, איך ווייס נישט,

אפשר קענסטו מיר עקלערען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 16:53 לינק ישיר 

עוד_ישמע :
  קעגען רוב היימישע רבנים ???
וואד יא מיינד פליז מיר אויסצירעכענען צוויי דריי רבנים (א צעטעלע פליז, נישט דער האט געזאגט, יענער האט געהערט)

 

מלחמת_על_ה:

איך האב זייער אסך ציצילייגען צי די שקצעריי פין דעם בעלסקי , אבער פארגעס נישט פין די נקודה

דיין פאלשע אין פארפירישע טרעסעלעשען פין זיין  דרשה האט שטארק געשעדיקט דיין העץ קאמפען,  אין סאיז שוין צייט צי טוישן ניק.



אז איך רעד שוין צי דיר, געב איבער פאר על_הגאולה ווען די טרעפסט עם, אז איך פארשטיי זייער גיט
פארוואס:  "באמת האב איך זיך געוואלט מונע פון פרעגען די קשיא אין דער אשכול,"




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 17:56 לינק ישיר 

פון דא און דארט

נו יעצט הייב אהן, קומט דעך אויס אז על הגאולה ארבעט פאר רובאשקין (איך וועל דיר זאגען די אמת, איך וואלט געקענט באשטיין צו באקומען א טשעק)

ממילא ..........................


איז דער באטור רב געווארען א בעסערע בעל מכשיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 10 11 12 ... 18 19 20 לדף הבא סך הכל 20 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.