בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/12/2006 19:09 לינק ישיר 

על הגאולה, כ'מיין אז פוןדאדארט קען דיר ארלעדיגן א טשעק פון מיל-מארט. ער זעהט מיר אויס צו זיין זייער א נאהנטער מענטש צום באטערער. גיב א קוק אויף זיין געשרייבעכץ, בעלסקי'ן האט ער טיף טייער, און דער באטערער איז דער בעסטער רב המכשיר אויף די וועלט... נעביך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 21:59 לינק ישיר 

תמימות = נאמנות.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2006 22:36 לינק ישיר 

FINDODORT

 

בהנוגע דיין בקשה: א פריוואטע טובה, מ'זאל ארויפלייגען די גאנצע דרשה, איך קען אוודאי בעשטיין. איך בין בכלל נישט בעליידיגט פון דיינע עקיוזיישענס. איך האב שוין געבעטען דעם אינגערמאן וואס פארשטייט צו דעם, ער זאל עס מיר אי-מייל'ן, איך זאל עס קענען ארויפלייגען בשלימות. אויב דו פארשטייסט אז רב בעלסקי'ס גאנצע ספיטש וועט דינען דעם באטערער רב'ס אינטערעסען, נו פארוואס טוסטו עס נישט אליין? איך פרעזענדליך האלט אז דער "הכשר" אויף מיעל מארט וואס "בעלסקי" גיט, דינט נישט לטובת מיעל מארט, נאר פארקערט ממש.

  

מ'האט מיר די נאכט אריינגעפאקסט פון ירושלים עיה"ק נאך מכתבים פון בד"ץ עדה חרדית, בנוגע די שרעקליכע פירצות אין די הארבע ענינים פון גיטין וקידושין, וואס דעגרייכען ביז ממזרות ממש ר"ל.

 

שטעל זיך פאר, וואס פאר א פנים וואלט מיעל-מארט געהאט ביים חרדישען ציבור, בפרט ביים היימישען עולם, ווען דער "סעד לתומכו" פונעם באטערער רב וואלט געווען למשל "שלמה גורן" דער רב הראשי וואס האט מתיר געווען (נאר צוויי) ממזרים בישראל.

 

להוי ידוע, אז דאס ווייב'ל וואס האט בעקומען דעם פסול'ער גט (בכפיה ממש) פון רב בעלסקי, האט נישט לאנג צוריק חתונה געהאט (כדת .... וישמעאל). וזה לשון הגאוה"צ הבד"ץ ביום חתונתם: י"א חשון תשס"ה, נדהמנו לשמוע על פירצה חמורה ר"ל להתיר אשת איש ע"י נתינת גט בכפיה ממש, עד שהבעל הוכה בהלם אלקטרי, ובלי קבלת עדות על טענות האשה, ושלא בפניו, ה"ה מרת... הננו לגלות דעתנו דע"ת כי גט פסול הוא ודינה עדיין כאשת איש לכל דבריה עד שתקבל גט אחר כהלכה, ובאם תנשא לאחר, בגט זה, הרי בניה ממנו ממזרים רח"ל".

 

דער מכתב הבד"ץ איז איבער געגעבען גוועארען אין די הענט פון די מחותנים פאר די "חופה", אבער די מוזיק האט וויטער געשפילט. די הויפט מחותנים ביי די חאסענע זענען געווען רב בעלסקי וחברי בית דינו: רלב"ג, וואלמארק הידועים. דער קאפעל איז אריבער וואוינען אין א ווייטע יידישע געגענט (סילווער ספרינג) במקום שאין מכירין.

 

בקיצור: דאס איז דער רב בעלסקי וואס פסק'ענט "אין שום שמץ חלב כלל וכלל" ויאכלו ענוים וישבעו.    

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 23:41 לינק ישיר 

ברוכים הבאים בראשית_ברא

על_הגאולה, איך ווארט שוין "פון דיר" אויף די שאלה היבש לאנג... פאר געוויסע סיבות וויל איך נישט ענטפערען דערויף.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 23:48 לינק ישיר 

I wonder why



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 00:21 לינק ישיר 

האסטו מיר געזעהן מיט אן הרב בעלסקי אין קאפ אריין, שוין א פרישע מהלך אפצופרעגן אלע ריכטיגע טענות פון אלע גולשים וואס ברענגן קלאר ארויס דעם דיון מיט קלארע תגובות.

יא הרב בעלסקי מיט אלע זיינע חסרונות האט געזאגט אזוי און אזוי, סאו וואט? צוליב דעם איז זיכער געווען חלב, כ'מיין מ'שטיינס געזאגט נאר וואס דען?

על הגאולה/מלחמות/וואטעווער_יור_נעים_ איס לאמיר שוין זעהן די אלע וואס זענען אויפגעשוידערט געווארן וזה לשון קדשך

מלחמת_ה כתב:

רעש'ענדיגע נייעס. עס איז יעצט אנגקומען א ידיעה, אז עטליכע מנקרים מוסמכים האבען געזען די קלארע בילדער פונעם לעיבער, און זיי שרייען געוואלד אז נישט נאר דאס ביסל חלב (וואס איז יותר משיעור שעורה) איז חלב דאורייתא, נאר אויך דאס גאנצע הייטעל וואס שטעקט ארויס פון העכער דעם לעיבער, וואס איז דער  "קרום העליון" פון די כליות, חייבין עליו כרת ר"ל.

 

די מנקרים מומחים טענה'ן אז דאס א גמרא מפורשת (חולין צ"ג ע"א) און אזוי איז אויך גע'פסק'נט אין רמב"ם (פ"ז מהלכות מאכלות אסורות הל' י"ב) ווי אויך אין טור ושו"ע (סי' ס"ד סעי' י"ב). והאריך בענין זה בספר "תורת הניקור הירושלמי" עמוד קלג (ג). 



וואו זענען די מנקרים? ווער זענען זיי? האט שטערן דער מנקר מומחה דאס נישט געוואוסט בעפאר? פארוואס האט ער עס נישט געזאגט די סאכדעס האראבאנעם? צו וואס דארפן מיר ווארטן יעדע וואך צו פרישע שוידערליכע רעש'ענדיגע נייעס, וואס מ'מוז עס שרייבן מיט באלד אותיות?

אתממההההההה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/12/2006 06:17 לינק ישיר 

מורא'דיגע נייעס קומט סטעי טונט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 18:24 לינק ישיר 

איך האב יעצט דערווישט פון די התאחדות הרבנים אפיס, א בריעוו פון דעם "ראש המנקרים" אין ירושלים, וואס ער האט אפגעשריבען נאכדעם וואס ער האט געזעהן די בילדער פונעם לעיבער. די קוואליטי פון מיין קאפיע איז צו שוואך, טו איך עס דערווייל איבערשרייבען מלה במלה, וז"ל:

 

בס"ד יום ב' לסדר על כן לא יאכלו בני ישראל את גיד הנשה תשס"ז לפ"ק

 

לכל השואלים בענין ניקור הכבד

 

ראיתי את הכבד בתמונה, ובודאי מה שנשאר עליו הוא חלב הכליות ממש.

 

ומכאן  מודעה לכל הרוצים לדעת את הקבלה האמיתית שקיבלתי מהרב שמואל הומינער [שקיבל מאביו הרב ר' שלמה הומינער שהוא ניקר לפני ולעיני הגאון הגדול רבי שמואל סאלנט והגאון הגדול רבי מהרי"ל דיסקין זצוק"ל] וגם קיבלתי מהרב ר' צבי פריזנט שקיבל ממנקרים שניקרו לפני הגרש"ס והמהרי"ל זצוק"ל שהכבד צריכים לנקר כל הקרומים והחלבים שבאים מחלב הכליות ומחלב הקרב המונח עליו,

 

ואין להקל בחלבים אלו שהן חלב דאורייתא שאיסורה אפילו כשעורה מעבירים אותו עיין שו"ע סי' ס"ד,

 

וכן קיבלתי שבניקור הולכים לחומרא, וכך המסורה שזה נוגע לחלב דאורייתא ואיסורו כרת ר"ל.

 

יהודא איזנשטין

ראש המנקרים

בירושלים עיה"ק

 

נ.ב. קיבלתי מהרב ר' שמואל הומינער ז"ל, שבשבת זו [פרשת גיד הנשה] עשו המנקרים קידוש שהודו להקב"ה שזכו להציל את הציבור במשך כל השנה מאיסור חלב וגיד הנשה והיה להם שמחה.

הנ"ל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 18:47 לינק ישיר 

קודם בין איך געוואויר געווארן אז א מנקר איז א דיין,,,, (אויף וואס די פארפירערס רעדן שוין אין עטליכע תגובות קעגן דעם).

שנית אין רמ"א שטייט אז סיז נישט קיין דאורייתא.

שלישית אז מ'קען פסק'ענען פון א בילד.

רביעית אז  מלחמות וכל שום וחניכא דאית ליה באקומען זאכן פון סאכדעס נאך פאר יעדן.

חמישית אז די קבלה אויף ניקור פון ארץ ישראל איז מחייב די אלע מנקרים פון חוץ לארץ.

תוקן על ידי התאחדות ב- 05/12/2006 18:47:58




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/12/2006 19:20 לינק ישיר 

התאחדות - מאך דין נישט טעמיש. ס'פאסט נישט פאר דיר.

 

קודם כל, א מנקר קען ניקור!!! ער בעדארף נישט צי זיין א "דיין" כדי צי קענען זאגן דאס "מציאות" וואס איז יא חלב הכליות און וואס נישט. פרעג זיך נאך וועסטו הערען אז כדי "דיינים" זאלן קענען "פסק'ענען", פרעגען זיי זיך נאך ביי "מומחים" וויאזוי איז די "מציאות" (און דאס זאגן "מומחים" נישט "דיינים"), און לפי זה קענען "דיינים" פסק'ענען די הלכה.

 

שנית, ס'איז נישטא אזא רמ"א. צי "חלב הכליות" איז אסור מדאורייתא איז לכו"ע. ס'איז אין דעם נישטא קיין מחלוקת (אגב, איך בין איצט געוואויר געווארן אז א "ניק" אין הייד-פארק איז אויך א דיין).

 

שלישית, יא, פון א קלארע בילד קען מען זעהן א "מציאות".

 

רביעית, ביסט גערעכט. לכאורה וואלט "התאחדות" בעדארפט באקומען זאכן פון "התאחדות" פאר יעדן.

 

חמישית, "חלב הכליות" איז "יעדער" מחויב מנקר זיין, סיי אין ארץ ישראל, סיי אין איירופע, און סיי אין אמעריקא! (דאס צי פארשטיין דארף מען נישט זיין קיין "דיין"). דער מומחה פין ארץ ישראל שרייבט "ראיתי את הכבד בתמונה, ובודאי מה שנשאר עליו הוא חלב הכליות ממש". ס'איז א "וודאות" נישט קיין שום ספק.

 

ס'בלייבט נאר איבער אויס-צי-פירן: "יאכלו ענבים ויסבאו"...

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 20:05 לינק ישיר 

שתי תשובות בדבר

1) א מנקר וואס ליינט הייד פארק אין קוקט פיקטשערס אויפען אינטערנעט מעג האבן קבלה פון דעם גרעסטן בעל מנקר און ער מעג האבן מנקר געווען פארן רשכבה"ג אליינס ס'איז גארנישט ווערט.

קיין ערליכער איז ער אוודאי נישט

2) ווי איז משה דוד שטערן געווען ביז יעצט?  ער האט נישט געוויסט אז עס איז חלב?

נאך וואס גייט ער קוקען וואס טוט זיך ביי יענעם ווען ער אליינס ווייסט נישט וואס חלב איז?

בד"א משה דוד ווי געסטו קידוש דעם שבת? פאר א שטיקל (אהרן יודל'ס) שמאלטס הערינג האט זיך אלעס געלוינט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 20:35 לינק ישיר 

ציוואס דארף מען דרייען אהער און אהין און מ'זעט נישט קיין וועג ארויס, אז די זאך ווערט נאך מער קאמפליקעיטעד צוליב א בריוו פון א "אינדעפענדענט" ארץ ישראלדיגער מנקר (אן קיין נגיעות)

דענטמאל טוט מען וואס די "אפענדעד רבנים" (נוגעים בדבר) האבן אפגעענפערט אין תשמ"ג נאך ווען אלע תירוצים (ניקור א"י, אונגארען, עלילת חלב ) איז דורכגעפאלען

מ'האט גענומען א גרויסע שופר און געשריגען "שונאים! שונאים!"

דארף מען היצטערט טון דאס זעלביגער און פיניש.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 22:38 לינק ישיר 

טשעפלין

 

אוי ווי גערעכט דו ביזט. זה דרכם מאז ומקדם, מ'נעמט א גרויסען שופר און מ'שרייט בקול גדול: "שייגעץ", "שונא"...

 

גיב נאר א קוק העכער דיר אויף דיין אויבערשטען שכן "ווערביןאיך", וועסט זען ווי זיי האבען שוין אנגעהויבען זייער טאקטיק. ער האט שוין אנגעפסק'ענט אז דער ירושלימער ראש המנקרים, וועלער איז אן עלטערער חשוב'ער איד, א קארלינער חסיד, איז נישט מער און נישט ווייניגער "גארנישט ווערט". פארוואס? ווייל ער שרייבט אין זיין בריעוו "ראיתי את הכבד בתמונה", האט "ווערביןאיך" מחליט געווען אז ס'מוז זיין אז ער האט דאס בילד געזען אויפ'ן אינטערנעט. אנדערשט איז דאך נישט מעגליך במציאות העולם צו זען דאס בילד. און דערפאר זיגעלט מען עם אפ אז "קיין ערליכער איז ער אוודאי נישט"... אזוי, הייבט זיך אן די העצע קאמפיין.  

 

איך האלט אז "ווערביןאיך" טאר טאקע נישט עסען קיין פלייש אין ארץ ישראל, ווייל דער ראש המנקרים איז דאך "א ודאי" (בלי שום ספק) נישט קיין ערליכער. ווידער פון מיעל מארט מנקרים, וואס האבין איבערהויפט נישט קיין "כתב קבלה" אויף ניקור, יאכלו ענוים וישבעו...

 

ליידער ליידער, איז ראטזאם ענדערשט צו עסען "א שטיקל (אהרן יודל'ס) שמאלטס הערינג" ווי איידער פון מיעל מארט מנקרים.  

       




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/12/2006 22:42 לינק ישיר 

ביטע נאר ברענגן מסורת לינקס.



תוקן על ידי שם_אחר ב- 05/12/2006 22:48:20




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 22:58 לינק ישיר 

וויא לאנג צוויי "אומפארטייאישע" רבנים וועלכע קענען "ניקור" עכ"פ מקופיא . (און באקומען נישט קיין געהאלט פון די קצבים ) וועלן נישט אפאר מאל אראפגיין קוקען וויאזוי מען איז מנקר . און נאך דריי מאל זעהן אז אלעס איז אין ארדענונג וועלן זיי ארויסקומען בכתב אז עס איז אין ארדענונג. ביז דערוויל האט עס נישט קיין געהעריגע "חזקת כשרות"   און פארשטייט זיך (מכלל הן אתה שומע לאו) אז טאמער זיי וועלן אפילו זעהן איינמאל פון די דריי מאל אז עס דא ח"ו א "הזנחה" דעמאלס דארף מען מאכען "נייע גדרים וסייגים" אין דעם ענין פון השגחות בכלל און פלייש בפרט.

איך האב געהערט פון א רב אז איינמאל איז א אפיקורס געקומען צו בעל מעשי למלך "ווייצנער רב ז"ל"  און געפרעגט "וויאזוי ווייסט איר אז עס איז דא באשעפער אויף די וועלט" האט עהם דער ווייצנער רב גענטפערט (בבחינת ענה כסיל כאיוולתו) עס איז געווען ביי אונז אידען איינס פון די גרעסטע חכמים און יודעים דער "הייליגער רמב"ם" וואס יעדעס ווארט זיינס איז געווען געוואיגען און געמאסטן. טויזענטער חכמים פלאגען זיך דורי דורות אויף יעדען אות  פון זיין חיבור. . נאכדעם איז געווען דער "ראב"ד"  (נישט דער סאטמארער אדער דער ירושלימדיגער)  א צווייטער חכם הרזים וואס "הופיע רוח הקודש בבית מדרשו" וואס טאמער דער רמב"ם זאגט איין ווארט וואס עס איז נישט הונדערט פראצענט פונקט אזוי. דעמאלס קומט דער ראב"ד און ווענדט עהם אפ פון קאפ ביז די פיס.

יעצט דער רמב"ם הויבט אהן דעם חיבור הנורא " יסוד היסודות צו וויסען אז עס איז דא א "באשעפער" אויף די וועלט. . איז אזוי טאמער ח"ו אין דעם וואלט געווען די מינדסטע ספק שבעולם. וואלט דאך דער "ראב"ד" תיכף געשריבען א ווארט . אלא מאי אז דער  ראב"ד איז מסכים בפה מלא איז זיכער אזוי בלי שום ספק..

דער קול אריה פלעגט אנהויבען די "דרשה ליל כל נדרי" בזה"ל "דער הייליגער רמב"ם פאסקענט אז מען דארף תשובה טוהן און דער ראב"ד איז אויך נישט מחולק.

האט דער בדחן הידוע מ..  געזאגט  " אז ר"א ט"ב מיט רז"ל"  דארפן באקוקען די פלייש אויב עס איז דא חלב . און טאמער זיי ביידע וועלן זאגן אז עס איז נישטא . דעמאלס איז זיכער נישטא. ווייל טאמער איינער וואלט געזאגט אז עס נישטא וואלט דער צווייטער זיכער געשריגען אז עס איז "שקר" און עס איז יא דא . און טאמער ביידע פאראייניגן זיך דעמאלס איז עס די בעסטע ראי אז עס איז כשר.
(בדרך הלצה) לא ח"ו בדרך ליצנות כמובן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 11 12 13 ... 18 19 20 לדף הבא סך הכל 20 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.