בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/12/2006 23:05 לינק ישיר 

קרעדיט פאר "על_הגאולה" פון "כל העולם כולו".




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 23:05 לינק ישיר 

קרעדיט פאר "על_הגאולה" פון "כל העולם כולו".




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 23:08 לינק ישיר 

קרעדיט פאר "על_הגאולה" פון "כל העולם כולו".




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 23:09 לינק ישיר 

קרעדיט פאר "על_הגאולה" פון "כל העולם כולו".




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 23:24 לינק ישיר 

ידידי ואהובי. אולי רבותי . קודם כל להוי ידוע . אז אין סאטמארער בוטשער אין ליע קארנער ראדני. קומט אריין יעדען מיטוואך "בהמה לעבער" מיט די חלב שעליו נישט געטרייבערט. . און א מנקר "בארענשטיין" איז עס דארטן מנקר . נישט אויף דעם אופן בכלל נישט וויא עס שטייט דא אין די אויבערדערמאנטע בריוון. ממילא קען עס נישט זיין קיין חלב דאורייתא . ווייל דאס ווערט געטון מידי שבוע בשבוע לעיני כל . ובהסכמת דייני הקהילה ר' ליבוש ובראשם אביו הראב"ד שליט"א. שנים על שנים.
 
עס קען העכסטענס זיין מנהג שאר מקומות או חומרא ועוד.

טאמער איינער וועט זאגען אז די דיינים האבען נישט מדייק געווען נאכצוקוקען "דעם מנקר בארנעשטין" זו קשה מן הראשונה. (עיין רש"י במדבר יב סוף פסוק ח) אז טאמער מען זאגט אז ער האט נישט געוויסט איז דאס נאך ערגער רח"ל.
צווייטענס אויב אזוי  ..(אז זיי ווילן נישט מהדר זיין מיטן ניקור בעסער וויא מיעל מארט )פארוואס דארף סאטמאר באשטעלען נישט מנוקרדיגע "לעבער" פון מיעל מארט זאלן זיי באשטעלען מנוקרדיגן מיטן באטורער הכשר. אזוי וויא זיי נעמען די ריעפ סטעיק אויך מיטן באטורער ניקור. (עס קען נישט זיין ווייל זיי ווילן עס זאל זיין א ביסל פרישער. ) אלא מאי מאכט סאטמאר א בעסערן ניקור . און דאך איז עס לגמרי נישט וויאזוי די אויבערשטע ברייון זאגן. ממילא כל אחד ידין לעצמו מאי היא האמת וד"ל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2006 00:09 לינק ישיר 

נאך א זאך . פון די אלע בריוון זעהט מען קלאר אז די יעצטיגע שערורי' (פראבלעם) איז נאר געווען (טאמער עס איז געווען) ביי די בהמה לעבער. וואס כמעט קיינער קויפט דאס נישט . דאס איז נאר א דעליקאטעסען.. (אפשר די ליווער סאלאד פון מיעל מארט וואס איז אויפגעשריבן דערויף "ביעף ליווער") אבער מכלל לאו אתה שומע הן . ווייל נאך אלע זוכענישן האט מען נאר געטראפן אפשר ביי די לעבער . איז א סימן אז די פלעיט. און די ריעפ סטעיק. און על אחת כמה וכמה די שאולדער סטעיק אדער מארך ביינער. איז נישט געווען קיין שום שאלה נישט וויא עטליכע האבען דא געשריבן אז ביי עטליכע בוטשערס אין בארא פארק האט מען געטראפן "פארשידענע חלבים" . (דאס אז מען איז נישט מנקר און מען איז נישט מסיר צלע י"ב וכדומה . אזוי וויא ביי אנדערע פלעצער. דאס האט מען דאך שוין מחליט געווען (סאטמאר... כדי שלא יוציאו לעז) אז מען וועט נישט אהנעמען אלע חומרות ביי דעם."ניקור"  ממילא איז יעצט נישט געשען קיין חדשות. . דעל אלטער הרב גענוט ז"ל וואס איז געווען א מנקר מומחה אויך א  דיין (נישט א דיין אין היידפארק  ) האט שוין בימים ההם געזאגט אז אין א סאך מקומות וואלט מען נישט געגעסן דעס פלייש מיט אזא מין ניקור. ווייל עס הייסט "חלב"  (טשיקען מיט מילך) אדער טורקי ראלל מיט א קאפי מיט מילך הייסט אויך "בשר בחלב" חאטש עס האט קיין שום שייכות נישט צו קיין דאורייתא. (ווייל בשר עוף איז נאר דרבנן און ווייל עס איז נישט געקאכט צוזאמען וכדומה)

עפעס א רבי אין וויליאמסבורג האט יעצט געזעהן דעם בריעף פון די התאחדות . ער האט זיך אזוי שטארק געפרייט כמוצא שלל רב . דאס פנים האט עהם געשיינט פאר שמחה . אבי ענדליך האט מען שוין עפעס געטראפן. נישט קיין חילוק ווואס . נאר אבי געטראפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2006 00:22 לינק ישיר 

אינעם "דער איד" פון עש"ק ויצא תשמ"ג פונקט 24 יאר צוריק האט דער עידיטאריעל געשריבען אויף די רבנים האוסרים ביי די "חלב פרשה" ובראשם כ"ק הגה"ק מקאשוי זי"ע נישט מער און נישט ווייניגער

די הונט זאלן "בילען" און דער צוג פארט זיך ווייטער . רח"ל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2006 01:32 לינק ישיר 

ווייסט איינער וואס סחדעס וויל דא מיט זייער בריוו ?
ווייסט איינער פארוואס מלחמות טאנצט ?

יעדער ווייסט אז אויף די לעבער איז דא חלב הכליות - א טריקענע מחבר
יעדער ווייסט אז נישט אלעס אויף די לעבער איז חלב - א טריקענע רמ"א ס"ד סי' י"ב
יעדער ווייסט אז מענעמט אלעס אראף - א חלק מין הדין אין א חלק מצד המנהג
יעדער ווייסט אז אויף א שטיקעל לעבער פין מיל מארט איז עפעס געווען - א בפירישע באטער






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2006 01:44 לינק ישיר 

 יעדער איז פארנומען מיט "כבוד" כבד אהער כבד אהין אבי נאר מיט כבד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2006 02:51 לינק ישיר 

"פוןדאדארט": ס'איז טאקע זייער שווער צו פארשטיין וואס התאחדות וויל מיט זייער בריעוו. ס'איז ממש א פלא.

דו וואלסט ליעב געהאט ווען די התאחדות וואלט ווען געשריבן "יאכלו ענוים וישבעו"....

עס ווייטער מיל-מארט מיט אפעטיט. בתיאבון, אז די "שומן"(!) זאל דיר רינען פון די וואנצן....  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2006 10:31 לינק ישיר 

על הגואלה,
דאס איז די מעכדיגע נייעס פון וואס דו רעדסט? איך האב געמיינט אז עס קומט א פרישע מכשול מיט הוכחות.

פארשטיי מיר נישט פאלטש: לאורך כל הדרך האב איך קיינמאל נישט געשריבן בנוגע די מקרה צו ס'איז יא געווען חלב דאורייתא אדער נישט.
נניח אז עס איז געווען חלב דאורייתא און עס איז א שטארקע דארכפאל. דאס טוישט נאכנישט די לעוועל פון כשרות. ביי עדה החרדית איז שוין אויך געווען גאר שטארקע דארך פעלער. אפאר יאר צוריק איז געווען א פראבלעם ביי טונה-פיש וואס איז געווען כבוש מיט דגים טמאים וואס א משגיח פון הרב לנדוי האט געטראפן. מ'האט מתקן געווען און געענדיגט.

און ווען עס איז דא א פראבלעם פירט מען נישט קיין מערכה אויף אן אופן פון קאמפעטישן, אדער מיט נייע ניקס אויף היידפארק (חוץ איין אלטע ניק HOTWIRE וואס האט אנהויב אביסל געשריבן), מ'פראבירט צו פאררעכטן.

-

די כשרות אין אמעריקא דארף באמת א גרויסע תיקון, און אנשטאט צו זוכען יענמס מכשולות זאל יעדער משקיע זיין ביי זיך צו העכער'ן די לעוועל.
עס איז דא א מציאות אז דער בעל מכשיר איז גרויסע תלמיד חכם און א אמת'ע ירא שמים, אבער ער איז נישט אזא מומחה אין כשרות אדער פארלאזט ער זיך אויף געוויסע קולות אדער בטל דביטול וואס עס איז נישט קלאר וועלכע איסור איז חוזר וניעור...
לעומת זאת איז דא א מציאות אז די בעל מכשיר איז א מומחה און האט פארגעשריטענע קאמפיוטער סיסטעם מיט אלע אינגרידיענס צוטייל ביז'ן ערשטע יסוד, אבער נישט אזא גרויסע ירא שמים...

שורה התחתונה: די עולם קען און דארף פארלאנגן א הויכען סטאנדארט אין כשרות און אויף אזא אופן וועט ווערן א שינוי לטובה, למעשה איז געווען א שיינע ציבור יודען אין מאנסי וואס זענען נישט נכשל געווארן ביי די 'שבח' פרשה, ווייל זיי זענען געווען גרייט צו צאהלן מער כדי צו האבען א בעסערע הכשר (א וודאי וועלן זיין וואס גייען שרייבן אז אמת מיט שבח זענען זיי נישט נכשל געווארן [וואס איז אפשר נאר א ספק...] אבער ביי מענדלאוויטש און מיעל מארט זענען זיי נכשל געווארן מיט חלב...). היינט צו טאג איז גאנץ גרינג צו מברר זיין וואס טוהט זיך אין כשרות פעלד, און מ'קען אויסלערנען אויך פאר קינדער אז אינדרויסן פון שטוב פאר מ'נעמט עפעס אריין אין מויל דארף מען פרעגען פון די עלטערן צו די הכשר איז גוט (אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין ארץ ישראל).

יאכלו ענוים וישבעו וישמן ישורון ויבעט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2006 16:43 לינק ישיר 

וואס שטייט אין די בריוון?
אז מ'טאר נישט עסען מיעל מארט? ניין!
אז מיעל מארט לעבער האט חלב? ניין!
אז מיעל מארט איז נישט מנדר די קרום? ניין ווייל זיי זענען עס יא מנקר!
ווער קען מיר מסביר זיין די בריוו?

ווייז מיר איין בוטשער קצב וואס וויסט נישט אראפצונעמען די קרום אויפן לעבער?
מ'דארף נישט זיין צודעם קיין מר בר רב אשי דאס אראפצונעמען דאס איז אזוי פשוט ווי אפשיילן א אראנדש פארן עסען.

אוודאי אז מ'גייט קויפן אומגעבראטענע לעבער דארפסטו וויסן אז דאז איז א חשש כרת רח"ל
איז ווער קויפט אמאל אומגעבראטענע לעבער?
חוץ א בוטשער סטאר ווייל געבראטענע לעבער האלט זיך נישט לאנג

אבער דאס רשעות וואס ליגט אונטער די בריוו אז כאילו מ'האט מאכיל געווען דעם עולם חלב אין דער עולם איז רח"ל נכשל געווארן מיט איסורי כריתות איז הימל שרייענד.

על הגאולה, מלחמות אויב דאס איז די גאנצע נאך אזויפיעל רידערען און נאכן ארום לופן אפאר יאר זיכען א שטיקל חלב מיט לעכט עס איך זייער רואיג בהמה פלייש מיט לעבער.

איך האב פאר ענק א עצה עטס זאלטס נישט דארפן ארבעטען אזוי שווער שטעלטס ענק צוזאם מיט הרב שלמה יודא גראס ער וועט ענק קענען אסאך ארויס העלפען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2006 17:04 לינק ישיר 

כורמיזא, די ביסט שב על קיאו נאך אמאל מיט נאכאמאל

די פוינט איז זייער פשוט, איך ווייס אויך אז עס מאכט זיך א פראבלעם מען טרעפט א מכשול איז נישט עק וועלט, מען פאררעכט עס און מען גייט ווייטער, א סימן פין א גוטע הכשר איז אז מען טרעפט מכשולות און מען פאררעכט, בעסער האט נישט קיין שיעור.

די נקודה דא איז עפעס אנדערש:

א] די באטור רב האט לכתחלה אהן בכלל נישט געוואלט מודה זיין אז עס איז בכלל דא א פראבלעם (עיין מכתבו הראשון שנתפרסם ביום ד' לפני שבועיים), ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין חלב, ס'איז בכלל נישט שייך קיין חלב, ס'איז איז נישט מצוי וכו' וכו' נאך תירוצים, זיינע מנקרים האבין בכלל נישט געוויסט אז עס איז שייך צו זיין חלב דאורייתא אויף די לעבער.

ווען די באטור רב זאל תיכף און מיד זאגען חטאתי עויתי ס'האט זיך געמאכט א פראבלעם מען גייט פאררעכטען, החרשתי, אבער ער האט געזיכט באהאלטען מזייף זיין פעלטשען, דאס איז די נקודה, ער האט אליין אויף זיך ארויף געברענגט דעם פייער, און דאס איז וואס די אלע בריעווען ווייזען, איידעלער הייט אנטקעגען וואס ער האט געזאגט.

אפילו אין די אנדערע צוויי בריעווען מיט הוספות וואס ער האט מפרסם געווען דאנערשטיג און פרייטיג, שרייבט ער נאך אלטץ אז ס'איז נישט געווען חלב, נאר שומן וואס דרכינו להסירו, כאילו ס'איז נאר א מנהג, אלעס ווייל ער האט נישט די קוראדזש מודה זיין אז ס'האט זיך געמאכט א פראבלעם ביי איהם.

ב] די מערכה האט גארנישט מיט די קאמפעטישאן, ווייל ווען ס'זאל זיך מאכען אזא סארט פראבלעם ביי די קאמפעטישאן, זאל עס זיין מי שיהיה, סופריעם, אינטערנעשינאל, התאחדות, וכו' אד"ג צו ביי פלייש אדער ביי עני אנדערע פראדוקט און מען וואלט מזייף געווען וואלט איך געפירט די זעלבע מערכה און געמאכט די זעלבע ויצעקו.

ג] ביי מיר זענען די אלע רבנים וואס געבען הכשרים דא אין אמעריקא בערך אויף די זעלבע לעוועל, הן און עהרליכקייט, הן און לערנען, הן און ידיעה און הכשרים וכו' נישט קיין חילוק צו ער הייסט באטור וואלאווע ווייסמאנדעל גרובער אד"ג, א יעדער האט זיך זיינע מעלות און זיינע חסרונות, זיינע קולות און זיינע חומרות, קיינער פון זיי איז נישט 100% פראצענט פערפעקט, איך האב פאר דיר נייעס אפילו די עדה אדער רב לאנדא מאכט זיך אויך פראבלעם, דער אישוי איז נאר ווי אזוי מען באהאנדעלט די פראבלעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2006 17:25 לינק ישיר 

די ביזט מיר מאכיל מיט קיא נאכאמאל און נאכאמאל מיז איך עס אויסברעכן כסדר...
די באטור רב האט נישט באקומען די שטיקל לעבער אז ער זאל קענען מודה זיין. מ'האט גלייך אנגהויבן מיט א מערכה.
אז קיין איין הכשר איז נישט פערפעקט איז ביי מיר נישט קיין נייעס. פארדיר האב איך נייעס אז אין אמעריקע זענען נישט אלע הכשרים די זעלבע לעוועל און אפילו נישט 'בערך', צא ולמד.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2006 17:42 לינק ישיר 

נאכאמאל, די באטור רב האט קיינמאל נישט געוואלט קומען קוקען די לעבער רב בראדי האט איהם געקלונגען דער ערשטער, ער האט נישט געוואלט קומען צו די התאחדות מיטינג, נאך גרויסע דרוק האט ער געשיקט זיינע משגיחים און מנקרים,

that's all his fault, אפשר איז דאס א חלק פון זיין טריק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 12 13 14 ... 18 19 20 לדף הבא סך הכל 20 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.