פרישע נייעס. היינט בייטאג האבין זיך צוזאמען גענומען דריי פראמינענטע רבנים פון בארא פארק, הרה"ג ר' בנציון שטראססער אב"ד נייטרא ב.פ., הרה"ג מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא ב.פ., הרה"ג משה מנחם ווייס דומ"ץ פאפא ב.פ., און זענען אריבער צום באטערער רב רעדען "תכלית".
די רבנים האבין דערקלערט, אז דער מצב הכשרות קען ווייטער אזוי נישט אנגיין. דער "סיסטעם" מוז אפגרעידעט ווערין. דער חרדישער ציבור הקונים האט א רעכט צו באקומען א מהודר'דיגע סטאנדארט, אזוי ווי עס פאסט זיך. פארוואס זאל'ן מיר, אין אמעריקא, נישט האבין דעם סטאנדארט פון ארץ ישראל, לאנדאן, אדער אנטווערפען וכו', וואס איז פיל העכער.
דער "חלב" וואס איז פארבליבען אינעם לעיבער, איז נאר א סימפטאם, ווייל למעשה איז שוין פריער געטראפען געווארען אנדערע חלקים וואס זענען נישט מנוקר געווען כהלכה.
צווישן די תיקונים וואס די רבנים האבין געפאדערט, איז, אז די מנקרים ביי מיעל מארט מוזן האבין דורכגעלערנט קלאר הלכות ניקור און באקומען א "כתב קבלה" אויף זייער בקיאות און מומחיות, כראוי וכנהוג, ווי עס ווערט דערמאנט אין דעם כרוז פון בד"ץ עדה החרדית (תשמ"א) וזה לשונם: "באנו להזהיר שכל הבא למלאות ידו במלאכת הניקור, יהיה זה דוקא אצל מנקר מומחה ויר"ש מפורסם, ואחרי שהלז יתן לו הודעה ואישור שלימודו עלה יפה, ובקי וזריז במלאכתו, יופיע בפני בי"ד, או חכם המקובל להורות הוראה, להבחינו, ואז יקבל ממנו "כתב קבלה" לסומכו למשרת מנקר".
ס'איז נישט גענוג מיט דעם ר' י. וואס מיעל מארט האט יעצט אויפגענומען אלץ משגיח אויפ'ן ניקור. זעלבספארשטענדליך, נישט בלויז ער מוז זיך צי-לערנען און באקומען א כתב קבלה, נאר אין אלע פלעצער איבער די וועלט וואו מיעל מארט טוט "כשר מאכען" דאס פלייש, מוז זיך באזונדער געפונען א מנקר מומחה וואס פארמאגט א כתב קבלה.
דער באטערער רב האט געענפערט פאר די רבנים, אז מצידו איז ער (שוין) גרייט נאכצוגעבען די פארלאנגטע תיקונים, אבער היות ווי מיעל מארט טוט "כשר מאכען" פלייש אויף אסאך ערטער איבער די וועלט, ווי צום ביישפיל: סאוט אמעריקע, קאסטא ריקא, שיקאגא, טאראנטא, מאנטריאל, קווינס, ועוד, דערפאר וועט מוזען דויערען א לענגערע צייט ביז מ'וועט קענען איינשטעלען די נויטיגע תיקונים אין די אלע ערטער. "מדארף האבין סבלנות"...
די רבנים האבין אפגערעט ווידער זיך צו-טרעפען מיטן באטערער רב, מיט'ן ציל אויפצוהויבען די כשרות סטאנדארטען, ווארום אויסער "ניקור" איז דאך פארהאנען אנדערע שטחים אין כשרות הבשר וואס דארפען האבין א גרויסן תיקון, ווי למשל "סירכות" וואס זענען ווייט פון "גלאט" כשר. מ'וויל וויסען פארוואס ביי מיעל מארט איז די פראצענט פון "גלאט" פיל העכער ווי ביי אנדערע חרדישע שחיטות וואס שחט'ן אויפן זעלבען פלאץ. פארוואס געפינט זיך אין געשעפטען אזויפיל "גלאט בית יוסף" פון מיעל מארט, אפילו ווען מ'באשטעלט עס נישט פאראויס, און ביי די אנדערע שחיטות איז נישטא געניג "גלאט בית יוסף" אפילו פאר די וואס באשטעלען עס יא. פארוואס ביי מיעל מארט ווערט נישט געמאכט קיין "בדיקות חוץ" (אויף די לונגען) ביי בבהמות דקות (Lamb), ועוד שאלות כיו"ב המחכים לתשובה.
עס איז צו האפען אז ס'וועט בעה"י ארויסקומען גרויסע תיקונים פון די איצטיגע התעוררות, אמן כן יהי רצון.
(-- און דערווייל: "יאכלו ענוים וישבעו"...)