על הגאולה,
דער באטור איז נישט מחויב צו גיין אין ערגעטץ נישט, אז איינער טרעפט א פראבלעם דארף מען ברענגען דער פראבלעם צו אים אין שטוב. די חברה האבען פשוט געוואלט מאכען א סקאנדאל האט מען גלייך אריין געמושט אנדערע רבנים און אהין גערופן דער באטור רב.
עבד עברי,
איך האלט שטארק פון מאכן תיקונים און אדרבא אויב דאס וועט זיין די תוצאה קען זיין אז עס האט זיך געלוינט, אבער פארשטייט זיך אז די רבנים דארף'ן מאכן די תיקונים ביי אלע היימישע הכשרים. (OU מיט בעלסקי זאלן ווייטער גיין צו די סעמי יודען).
לויט די יעצטיגע סקאנדאל (ווען עס וואלט געלונגן) וואלט נישט געהאלפן קיין תיקונים פון די נירבאטור ווייל ער איז נישט באגלייבט, און דאס איז געווען וואס איך האב געשריבן דא כל הזמן, עס איז דא איינער וואס איז אויף א העכערע סטאנדארט ווי געווענליכע הכשרים אין אמעריקא, באנוץ זיך מיט אים אז ער זאל מאכען די נויטיגע שינויים, און פסל אים נישט ווייל דעמאלטס וועט קיין תיקונים קיינמאל נישט ווערן.
(עם כל הכבוד צו הרב שטיינמץ פון ב"פ, עס קען זיין אז פאר 'בוני עולם' טויג ער עקסעלנט אבער פאר כשרות דארף מען האבן מומחים). עס איז כדאי צו אראפ ברענגען מומחים פון ארץ ישראל פון די גרויסע מערכות כשרות און זאל'ן העלפן אוועק שטעלן די כשרות אין אמעריקא אז עס זאל זיין אויף א נארמאלע סטאנדארט.
טייערע אידישע קינדער אחי ואהובי. איך וויל נאר דערמאנען בקצה המזלג א דמיון פון עטליכע קלייניקייטן . ווען עטץ וועט אי"ה עלטער ווערן וועט עטץ דערציילן פאר ענקערע קינדער די מערכה קעגן באטור בשנת תשס"ז (אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח וכו' בכל יום שיבא)
וואס דאס איז א געלעכטער קעגען די אמאליגע מערכות ווייל היינט איז שוין א אפענע וועלט און ליידער א פארדארבענע וועלט וואס רוב מענטשען גייט שוין נישטאמאל אהן אפילו מען וואלט טאקע געטראפן חלב דאורייתא ח"ו. (ווייל מען האט אויסגענוצט דאס קנאות אויף סתם שטותים רח"ל)
אבער אנפאנג ווען וועלט איז נאך געווען א שטיקל וועלט און מען האט נאך גוט געקענט טערארזירן. ווען מהדרין האט אנגעהויבן גרויס צו ווערן . האט מען געפייערט קעגן "העולם טשיז " רח"ל מיט שרעקליכע מעטאדן. איינער פון די בעה"ב פון מהדרין (ער לעבט שוין נישט א באקאנטער פיוגור א קראליר תלמיד א שטיקל בדחן) איז ארוםגעלאפן אין די געשפטן און ארויסגעשמאטץ אלע פראדוקטן פונעם צד שכנגד און געשריגן אויף יעדען קאסטומער שרעקליכע קולות. (בבחינת אזוי וויא גרינבוים ועוד כמה שרייען ארום אין די גאסען וועגן עירוב מידי שבת בשבתו ווייל זיי מיינען נאך היינט אז וועלן דאס קענןאונטערברענגן) און דאס אלעס איז געשטיצט געווארן פון די באהערדע אזוי וויא די שרייעכטצער אין גאסען ווערט געשטצט דורך די (שוין אזויגערופענער ארענטליכער באהעארדע ) אז מען וויל זיך פארשטעלען וויאזוי דער טעראר האט אמאל דא אויסגעזעהן . וויא מען איז באפאלן דעם טאשער רבין שליט"א ווייל ער האט געוואלט לאזן נוצען אנדערע מילך. וכדומה. דער זאל זיך פארשטעלען די מעשה יעצט קעגען "קלצקין וחביריו " וואס די עדה החרדית פירט אהן א שרעקליכע מערכה קעגען זיין דרוקעריי. און יעדער ווייס דאך קלאר אז גערעכט איז נאר די לוחמים און קלצקין איז א רשע עוכר ישראל. קיינער איז נישטאמאל אינטערסירט צו הערן אדער וויסן וואס זאגט דער צווייטער צד. און אזוי וויא ביי אונדז אליין איז געווען ביי "גל-פז" וואס מען האט זיך פארזאמעלט יונגלעך בחורים ואברכים און געשריגעןו און פארפירט. און אריינגעמישט די פאליציי . אלץ פארן כבוד פון מלך מלכי המלכים .און פאר א פאר מענטשענס אינטערעס אדער פאקעט.
אזוי קינדעלעך האט אויסגעזעהן די מערכה . קעגן "העולם טשיז" ווער עס האט עס פארקויפט דאס אין זיין גראסערי. . איז געווען טויזענט מאל ערגער וויא דער וואס פארקויפט דעם המודיע . עס איז אויך געווען דעמאלס אנדרייערס . בעלי אינטערעס צוזאמען מיט סתם נישט בעלי אינטערעס. און מען נאכגעשריגן ווער עס האט עס געקויפט.דעם טראק האט מען געבלאקט און אוועקגעגאנבעט די קעסטלעך. (מען קען עס היינט נישט גלייבן) אזוי וויא מען וועט אמאל נישט גלייבען אז אין וויליאמסבורג האט מען נאכגעשריגען פרויען מענער וייל זיי פאלגן זייערע רבנים. . און אזוי וויא די וואס האבען אלס קינדער און בחורים נאכגעשריגן אין קרית יואל אלע קעגענער "שייגעץ ארויס _שייגעץ אריין" שעמען זיך היינט מיט זייערע רשעות וואס זיי האבען אפגעטון בשם התורה ובשם הצדק. און זיי ליקענען עס. אזוי וועט ווערן מיט די צייט . (איך גיי נישט אריין אין די מעשה פון קלצקין . אפשר איז עס דא יא א מערכה לש"ש.. אבער אזוי וויא איך געדענק דאך אלע מערכות האט יעדער וגם אני בתוכם קלאר געמיינט אז דאס איז נאר "כבוד שמים" ממש.. ווייס איך שוין היינט נישט קיין שום מערכה אויב דאס איז א כבוד שמים צו סתם א כבוד ואינטערעס עצמו פון אני ואפסי וכדומה. . איך רעדט שוין נישט . וואס יעדען טאג אין חדר . איז אריינננגעקומען הרב א.ד. (ער לעבט שוין נישט עטליכע יאר . און אלע יונגלעך האבען זיך געמוזט אויפשטעלען מלא קומתם אזוי וויא ביי קדושה "קדוש קדוש" און ער האט פארגעזאגט מיט פארמאכטע אויגן. " דער קלאצענבארגער גלח זלמן לייב האלבערשטאם ימ"ש וזכרו אמן" און אלע יונגלעך האבען נאכגעשריגען בקול גדול די זעלבע ווערטער. אזוי איז ער געגאנגן מחדר לחדר. (בדרך אגב דער באטורער איז שיעור נישט געווארן א איידעם ביים קלויזענבורגער רבין. שטעלט אייך פאר וואס וואלט דעמאלס געווען. )
נחזור לעניינו . די מערכה ווערט היינט אנגעפירט פון די חברה "מיעל מארט" ומשגיחיהם ומנהליהם קעגען דעם קאמפטישאן "רובשקין" און מען לייגט אלעס אריין אין "שמד שטיק" שקרים און כזבים ליבאוויטשער שוחטים . וכדומה. וועגען דעם איז א פליכט מפרסם מאכן . היינט איז שוין א אפענער וועלט אביסעל. מען זאל וויסן עס קען זיין אז באטור איז כשר.(איך ווייס נישט יא מכשול נישט מכשול) אבער א קאמפיטישאן איז אלץ גוט. און "רובשקין" איז פונקט אזוי כשר צו יעדער צייט. אפילו עס קען זיין אז די ניקור ביי רובשקין איז בעסער אויסגעהאלטן להלכה . אזוי וויא מען זעהט שווארץ אויף ווייס אויף די צעטלעך פון "דעל-יוסער" דאך אונזער ניקור האט מען געטון אין א סאך שטעטלך אין אונגארן אפשר. ואין להאריךאון מען איז צוגעוואינט דערצו איז עס אויך כשר.
יעצט זעהט מען אז "העולם טשיז" האט באקומען ברגע אחת די השגחה פון הרב בנימין גרובער. אהנע שום שינוי די זעלבע ליובאוויטשע משגיחים (אזוי פלעגט מען איינרעדען דעם עולם בימים ההם) . ממילא זאל יעדער נישט האקען אויף יענעםס.העכסטענס זאל זיך יעדער האלטן צו זיינס. (אפילו ביים עירוב . דאס איז די זעלבע טעראר וואס מען האט א אמאל נאכגעשריגען ווער עס איז נישט געגאנגען אין שוואונג אזוי שרייט מען היינט מיט א פאלשן שלייער פון קנאות און משוגעת . אלעס איז נישט תורת משה רבינו עליו השלום. אלעס איז תורת לאקשען. תורת אני ואפסי נאר איך בין בעה"ב נאר מיין שחיטה איז כשר. נאר איך בין א ערליכער איד. וכדומה . איך וויל נישט אריינגיין טיפער . ווייל דער פאלשער שלייער ווערט שוין ממילא אויפגעדעקט. עס קומט שוין באלד די ליכטיגע ציייט פון "ומלאה הארץ דעה את השם" וגר זאב עם כבש (זיי וועלן שוין אויך האבען שכל זיך נישט צוקריגען). אונזער עולם באקומט שוין אויך שכל... ובינה .
מען זאל ח"ו נישט אוסטייטשן אז איך האב עפעס מיט רובשקין וכדומה אדער ח"ו מיט קלצקין, ביי מיר איז נאר יעדע מערכה "כבדהו וחשדדהו" אפשר ליגט אין דעם איינעמס אינטערעס אדער איינעמס פאלטיק אני ואפסי. אבער אפשר איז דא איינער וואס מאכט פרנסה פון אנדרייען און מאכן מערכות און ער נוצט אויס די שוואכקיייטן און איינרעדעניש פונעם עולם פאר זיינע אינטערעסן . אזוי וויא עטליכע צייטונג שרייבער סיי אין איד מ. ש. און סיי אין בלאט וואס קענען אנדרייען דעם נאיוועןן עולם לטובתם ולטובת זייער פארטיי. לא חרבה ירושלים אלא מפני וכו' שהעמידו דיניהם על דין תורה .(ב"מ ל) יעדע זאך און שמד שטיק האבען זיי אריינגעלייגט אין די תורה... דער אייבישטער יתברך שמו שרייט (מדרש איכה הקדמה) "הלוואי אותי עזבו ותורתי שמרו" הלואי לאזן זיי מיך ארויס פון זייערע געשעפטן און זאלן נאר אפהיטן די אמתע תורה.
דער הייליגער חת"ס האט געזאגט פאר די תלמידים. אז עטס ווילטס נאכזאגן מיינע תורות אין ענקער נאמען דעמאלס געזוטערהייט. איך געב רשות. אבער פארקערט ענקערע מעשיות און תורות נאכזאגן אין מיין נאמען . זה לא "ח"ו." לאזט מיך ארויס פון ענקערע געשעפטן. אנו על אחת כמה וכמה.
והשי"ת ירחם על עמו ויערה עלינו רוח ממרום. וועלן מיר קענען אויפציען שיינע ערליכע אמתדיגע אידיש חסידישע דורות לשם ולתפארת מען זאל האבען מיט וועם צו גיין קעגן משיח צדקינו אמן
_________________
נשלח ב-7/12/2006 18:03
איך בין א אנהעגער פין בעטעור רב'ס השגחה,
אזוי איך האלט איך אז מיעל מארט איז א גרעסערע סטאנדערט ווי רובאשקין, כידוע לכל,
קיינער וועט עס נישט קענענן פארווישען, ניטאמאל באצאלטע היידפארק שרייבער ווי עבד עברי,
פארפאלן דער עולם האט ליב שוחטים, וואס מען דערקענט אויף זייערע ווייבער אז זיי זענענן אידן, {פאר ווער עס פארשטייט נישט וואס איך מיין, זאל זיך נאך פרעגן ווי אזוי מען גייט אין ליבאוויטש}
ליבאוויטש'ע שוחטים האט נאך א חסרון, כידוע האט זיך אויסגעדריקט אמאל די חכימא דיהודא דער הייליגער וואדעסלאבער רב זי"ע אויף זיי, אז עס איז א רעליגע וואס איז די מערסטע ענליך צי די אידישע רעליגיע, בקיצור עס האלט נאך נישט ביי א מצב אז דער עולם וועט אקסעפטן ליבאוויטשע גרופ אלץ זייערע שוחטים,
עס האלט נאך נישט ביי א מצב, אז דער עולם וועט אויפהערן צי עסן בהמה פלייש,
מיעל מארט האט נאך א געוואלדיגע מעלה, וואס רובאשקין האט נישט, אז די טריפה בהמות איז נישט זייער דאגה זיי נעמען נאר די כשר'ע בהמות אין די פלענט וואס זיי שחטן משא"כ רובאשקין האט זייער אייגענע פלענט, איז יעדע בהמה א נומבער, ווען א שוחט שעכט דארט א בהמה, אין עס קימט אויס טריפה איז עס א היזק פארן בעה"ב, ער מיז עס פארקויפן פאר טריפה ווי ער מאכט ניטאמאל די פערטל געלט משא"כ מיעל מארט, קען א שוחט שעכטן וויפיל ער וויל, אפילו רוב איז טריפה איז נישט מיעל מארטס פראבלעם, ער גייט זיך ווייטער אין דער גוי פארעט זיך מיט די טריפה בהמות
מילא זארג איך מיך אינגאנצן נישט אויף מיעל מארט, דער עולם וועט אי"ה ווייטער קויפן אין פארלאנגען מיעל מארט,{חוץ די מעלה אז עס איז בעסערע קוואלטי, די פרויען האבן עס בעסער ליב,}
נאר וואס דען, איך האלט אז רובאשקין גראבט זיך דא זיין אייגענע גריב, אזוי אויך די וואס רעדן זיך איין אז זיי העלפן רב ווייסמאנדעל דא, זאלן וויסען אז זיי הרגענענן אים אוועק מיט יעדע תגובה וואס זיי שרייבען אין ווארפן שמיץ אויפן נירבאטעור, די גאס האט איצט א שטארקע סימפאטיע צום נירבאטעור יעדער זעט אז ער איז געפאלן דא א קרבן פין א גיט פינאצירטע ביזנעס, מענטשן ווערן מער אין מער גערעגט אז מען זעט ווי מען רודפט יענעם על לא דבר, אין מען בויקאט דערפאר די וואס שטייען אינטער די קאמפיין,
בקיצור פארן נירבאטעור וועט שוין נישט שאטען, די קאמפיין דא, עס ברענגט אין נאר מער אין מער סימפאטיע פאר אים אין כעס אין שנאה קעגן די וואס טיען עס
דרך אגב כ'האב יעצט געקאלט ר' הלל וויינבערגער שליט"א כהאב אים געפרעגט צי עס איז אמת אז מען טאר נישט עסן מיעל מארט האט ער געענפערט אז להד"ם, ער האט געזאגט פארקערט לעת עתה איז דאס די בעסטע פלייש בנוגע כשרות כהאב אים דערציילט וואס רובאשקין'ס מענטשון שרייבען דא אויף הייד פארק אז ער האט געזאגט אז עס איז נישט גיט, האט ער געזאגט אז עס איז שקר
איך וויל טאקע בעטן יעדעם איינעם דא, אז מען זאל זיך נישט פוילען מען זאל טיען וואס איך האב געטיען
1}קאלן התאחדות אין פרעגן אויב מיעל מארט אז שלעכט, אויב יא מיט ווואס עס איז שלעכט,
1) אז ביי ראבאשקין שעכטען דווקא יא משיחיסטן (מפי עדים נאמנים וואס פלעגן פארן אויף א רעגלמעסיגן אויפן)
2) פארוואס אז מ'פירט א מערכה אויף צו הייבן כשרות סטאנדארט, פארוואס מוז דאס גיין מיט יענעם צו באגראבן? למשל נעם דע מערכה דא מיט די חלב
פארוואס איז הרב מ. ד. ש. נישט אריבער צום באטורער גראד?
זיין טענה אז דער באטורער וועט עם נישט אויסהערען, איז לעכערליך ווייל מ'קען מיט נעמען רב ברוידא אין אריבער גיין צום באטורער אין מען ווייזט עם.(נישט רוף עם צו דיר נאכן אנשטינקען וואס ווייזט קלאר אז מ'האט געזוכט נאר זיין בלוט)
פארוואס רידערט הרב ה. וו. שליט"א
ווייל התאחדות הרבנים עם כל הכבוד פאר די רבנים, אבער זייער אדזשענדע צו באגראבען די רבנים המכשירים ספעציעל אין דריי קאטעגאריעס דהיינו פלייש, מילך, און וויין, וואס איז דריי לעבענס וויכטיגע ידישע פראדוקטען ווי זיי האבען נישט קיין צוטריט און זיי זוכען מיט אלע מיטלען אנצוקומען צו געבען א השגחה דערויף. און דאס איז פשט פון זייער צעטיל אויבן, עס האט אזויפיעל שייכות מיט סטענדערט ווי איך מיט די לבנה.
אויך די אנדערע ניקס דא אויפן נעט זענען אלע מיט איין ציהל צו באגראבן דעם באטורער, נעם למשל מלחמות א מונקאטשער וואס מונקאטשער רב האט געפירט א מערכה קעגען דעם באטורער פארן ארויסווארפן א שוחט א מונקאטשער חסיד ווייל ער טראגט מיטן עירוב אין ב.פ. און דעמאלטס האט דער מונקאטשער ארויסגעווארפן דעם באטורער פון זיין ישיבה. (בד"א איז דער באטורער געווארן א מחותן מיט דעם שוחט, יא זיי האבן זיך משדך געווען)
אדרבה זאלן די רבנים ארבעטען צוזאמען צו העכערען דעם סטאנדארט אבער אהן קיין העצעס.
נשלח ב-7/12/2006 18:59
א איד א שטיקל ת"ח ומומחה וועלכער האט יארן לאנג געארבעט אין א פלייש קאמפאני, האט מיר געזאגט בנוגע די יעצטיגע קאכעניש:
"איך גיי נישט אריינרעדן אין דעם יעצטיגן ענין בפרטיות, אבער איך טוה שוין יארן מיט פלייש, איך קען גוט הלכות שחיטה און טריפות און אלעס וואס איז נוגע פלייש, איך קען דיר איין זאך זאגן, אויב טרעפט מען פראבלעמען ביי ניקור, איז די שחיטה הונדערט מאל ערגער, איך וואלט געווען בכח, וואלט איך געשטורעמט אז מ'זאל אפשטעלן די גאנצע שחיטה אויף גסות דא אין אמעריקא".
איך זאג נישט קיין קאמענטארן, אבער איך שפיר א אחריות דאס ארויסצושרייבן.
נשלח ב-7/12/2006 19:04
ס'איז פשוט נישט ציגלייבן דאס אומפארשעמטקייט פון דעם ניק trant_lottער שטעלט זיך אוועק און זאגט "מוסר" אז איין שחיטה ווערט גארנישט בעסער מיט ווארפן שמוץ אויפ'ן קאמפעטישן. בו בזמן וואס מיט איין מינוט פריער ווארפט ער אליין שמוץ אויף "supreme", ער קומט ארויס מיט שקרים וכזבים כאילו הרב ווייסמאנדעל'ס שוחטים זענען ליובאוויטש'ער חסידים וואס די ווייבער גייען מיט ביי-האר וכדומה. עבדעברי43 האט שוין פריער געשריבען אז ס'איז פשוט שוא ושקר. די שוחטים פון סופרים זענען יראים ושלימים. קיין איינער פון די ווייבער גייען נישט ח"ו אפילו מיט ביי האר. אדרבא כמה וכמה שוחטים וואס די ווייבער גייען אהן גארנישט, אדער מיט שפיצלעך. און ווער עס גלייבט נישט, אדרבה, הייבט אויף א טעלעפאן צי די רבנים, וועט עץ געוואויר ווערן. [צי באמערקען: איך רעד פון הרב ווייסמאנדעל'ס "supreme", לאפוקי פין כלליות רובאשקין וואס דארט איז יא דא נישט "היימישע" שוחטים].
דערפאר trant_lott, אז דו ווילסט זאגן ליגענט: געזונטערהייט. ס'איז נישט די ערשטע ליגענט דיינע. אבער לכל הפחות הער אויף צי זאגן "מוסר" וועגן באשמוצען אנדערע.
און אז די רעדטסט פון ווארפן שמוץ, וועל איך דיר זאגן, "supreme" דארף נאר זייער זייער אסאך שמוץ ווארפן ביז זיי זאלן ציקומען צי א פערטל שמוץ וואס דער באטערער טוט אויף זיי ווארפן...
איך האלט איך אז מיעל מארט איז א גרעסערע סטאנדערט ווי רובאשקין, כידוע לכל, עס קען זיין אז די האלטס אזוי, אין עס קען זיין אז סאיז אמת, אבער דאס מאכט דאס נאך נישט ידוע לכל.
בכלל וואס זאגטסטי צי דעל_יאזערס טשארט ?
דאס אז כח דהתירא עדיף דאס איז אלעס זייער גיט ווען איין מנקר וויל זיך פארהערן מיט די אנדערע. אבער פארן קאנסאמער איז דאס נישט נוגע. פארן קאנסאמער איז בעסער אז מען איז בכלל נישט מנקר צלע י"ב אדער פלעטס.
תוקן על ידי findodort ב- 07/12/2006 21:24:23
נשלח ב-7/12/2006 21:19
איך האב שוין מער נישט געוואלט ענטפערן . פאר מענטשען וואס זענען אנהענגער פון פארטייען און ווילן נישט וויסן דעם אמת. און הערן נישט אויף צו ווארפן שמוץ אויף אנדערע און חאזערן איבער דעם זעלבען שקר צענדליגע מאל. נאר כדי שלא יאמרו "מדשתקי רבנן ש"מ דניחא להו(גיטין נו) " און אזוי וויא איך האב געזעהן אז ב"ה יש קושטא בעלמא(סנהדרין צז) עס איז דאס אמת נאך אויף די וועלט . דער חשובער "בראשית ברא" וואס ער האט מיט א פאר קורצע שארפע אמתדיקע קלארע דיבורים אפגעווארפן דע גאנצען הוילען בנין שוא פון דעם וואס איז א א אנהעגער פון זיין אייגענע הילוך המחשבה. .ודו"ק
לדעתי וואלטן דאס די רבנים המכשירים דאס געדארפט פארלאנגען לפרקים,
_________________
איך האב שוין מער נישט געוואלט ענטפערן . פאר מענטשען וואס זענען אנהענגער פון פארטייען און ווילן נישט וויסן דעם אמת.
עבד איך וויל ברענגען צי דיין עטענשען אז עס איז דא פיל מער ליינערס ווי שרייבערס
קיף אף דע גאד ווארק
תוקן על ידי findodort ב- 07/12/2006 21:45:12
נשלח ב-8/12/2006 03:07
וואס איז א גוט ספר אויף ניקור הלכה למעשה וואס די היימישע מנקרים ניצען?
נשלח ב-8/12/2006 05:17
עסזענען איבעריג די אלע פלפולים של הבל פון טראנטלאט, פון יוסףנפתלי, די לאנגע דרשות פון עבדעברי, און אוודאי פון דעם קליינעםקאפ. ווייל אויב מוז'ן מנקרים זיך פארהערין אויף זייער בקיאות און מומחיות און קריגען א "כתב קבלה", מיינט דאס: אז דארט וואו מ'נוצט א מנקר וואס (זיין ווייב גייט אינגאנצען אנגעשוירען, אבער ער) האט זיך נישט פארהערט אויף זיינע ידיעות בהלכות ניקור חלב ודם, מוז - על כרחך - ארויסקומען, כסדר, גרויסע מכשולות מתחת ידו. די "לעיבער" פרשה איז נאר א סיגנאל, וואס טוט אויפמערקען אז ס'איז דא פראבלעמען. און דערויף וועט נישט העלפען קיין ויכוחים. דאס איז א מציאות שאין לחלוק עליו. והא ראיה אז די מנקרים האבין געענפערט (ביי די ישיבת בי"ד יום א' תולדות) "על האסור מותר", עי' שו"ע יו"ד סימן א' סעיף ב'.
נשלח ב-8/12/2006 07:46
צום אנהענגער פון באטורער רבס השגחה.
אזוי וויא דו האסט אליין מודה געווען ברבים אז דו ביסט אן אנהענגער פונעם באטורער רבס השגחה איז "הודאת בעל דין כמאה עדים"(ב"מ דף ג) אז דו ביסט א עכטער נוגע בדבר(עבו"ז ג ועיין תוספות יבמות פרק הערל ריש דף עז). ממילא איז דיין מיינונג קיין מיינונג אין דעם ענין. שטעל דיך פאר אז איינער באלאנגט צו די וויליאמסבורגע סאטמארע פארטיי וועט ער ענדערש עסן די טשיקענס פון וויינלעד וואס מען פארקויפט דא אין 82 בוטשער חאטש ער ווייס הונדערט פראצענט אז די קרית יואל שחיטה איז בעסער. גייט דאס עהם נישט אהן. דאס זעלבע א קאשויער חסיד אדער תלמיד וואס וויל נישט עסן קיין בהמה פלייש פקודתו שמרה רוחי . וועט ממילא נישט עסן נאך אלע תיקונים (אפשר פון שור הבר יא אדער לעת עתה נישט) ממילא רעדט איך נאר צו די נייטראלע מענטשען וואס זענען נישט קיין אנהענגערס. און קיין נאכשלעפערס. אזוי וויא דער חשובער ניק "פון דא דארט" האט מיך מעורר געווען מיט זיינע דברי חיזוק (עיין בגמ' שבת הי' לך לעזרני מיד וכו'(שבת פט)) אז עס איז דא א סאך לייענערס וואס זענען אומפארטייאיש און ווילן ב"ה וויסן דעם אמת. . ממילא דאס וואס דער כורמיזא שרייבט אז אוי יו מיט בעלסקי זאל נאר זיין סעמי כשר. הוא הדבר אשר דיברתי. מיעל מארט מוז צושטעלען פלייש נישט נאר פאר אידען שומרי שבת נאר זיי מוזן אויך צושטעלען פאר מחללי שבת (נישט די וויליאמסבורג חסידישע מחללי שבת ח"ו) אין אלע סטעיטס. ווייל כשר ווילן זיי נאך יא עסן. ממילא אנשטאט מען זאל מאכען עטליכע דרגות אין כשרות .אזוי וויא ביי די מצות פון פסח. אדער ביי די אתרוגים . איז די פלייש פון מיעל מארט די זעלבע "לעוועל", "מדריגה" פארן פרומסטען איד פון סאטמאר בוטשער אדער פארן קוים א איד פון טשעטונאגא דזשארדזשיא. אדער דעווענפארט אייאווא . וכדומה. חאטש יענער דארף דאס נישט . נאר ווען עס גלוסט זיך עהם קען ער אריינגיין אין א טרייפענע רעסטוראנט קויפן טריפות רח"ל אדער ווען ער וויל קויפן פאר זיך אינדערהיים קען ער באשטיין צו קויפן כשרס. און פארשטייט זיך אז מיעל מארט קען דארט נישט רעכענען די זעלבע פרייז וויא אין וויליאמסבורג . בארא פארק . ווייל דעמאלס וועלען זיי עס נישט קויפן ווייל עס וועט מער נישט זיין ביי זיי דער כלל פון לא שביק התירא ואכיל איסורא(חולין ד)
ממילא מוזן מיר ליידן און עסן פלייש (חלב מנהג) פון צלע י"ב אדער אויסזאלצן אונזערע פליישן צוזאמען מיטן "טענדערליין סטעיק" ווייל דאס איז מאסן פראדוקשאן פאר רבבות אידן. ..
זעהט אליין דא אין וויליאמסבורג איז דא שחיטה מתונה פאר עופות ביי מתתי קאהן אויף פלאשינג עווע. (דאס איז נישט קיין אדוועטייזמענט איך נעם נישט קיין אחריות אויפן כשרות) פאריגע וואך האט זיך דעם שוחט געדאכט אז ער האט געטראפן אפשר א פגימת הסכין . האט ער למפרע אוועגעווארפן 80 עופות. . און דאס איז א געוואלדיגער שאדן ביי א פרייועט בוטשער. אבער ביי א מאס פראדוקשאן איז קוים מעגליך צו האלטן קאפ און חשבון. אני הגבר בין דאך שוין געווען ביי די בהמה שחיטות און איך ווייס. וד"ל. יעדער ווער עס וויל קען אליין גיין זעהן. .
דאס וואס דער אנהענגער שרייבט אז רובשקין גראבט זיך א אייגענע גרוב. נישט רובשקחן נאר יעדער איינער ווער עס וויל באגראבן דעם צוויטן באגראבט זיך (חופר גומץ יפל בה.(קהלת י) ווער איז געלאפן צו רבי מאטעלע וויזניצער רבי און פארפירט מען זאל נישט קויפן "רובשקין" ווער באטורער רב אדער הרב וויסמאנדל. אז מען וויל באגראבען יענעם זאגסטו דאך אליין אז מען באגראבט זיך
פארוואס דארף מען קאלען דעם רבי הלל וועגען באטורער קאל רבי הלל אויך וועגען רובשקין סופרים אפשר ועט ער זאגען אז עס איז כשר ו
נאר אויף דעם גלייבסטו עהם נישט אפשר ווייל ער איז א קאזין פאר הרב ווייסמאנדל.
נאך די פינסטערע פרשה פון "פינקל" וואס דער עולם איז געווען אזוי צובראכן מען האט זיך געקעלט צו עסן א שטיקל פלייש . און די סטאקס פון הרב ווייסמאנדל האבען זיך אביסעל געהויבן ווייל ער איז געווען דער הויפט מעורר קעגן פינקל.. איז געגאנגען דער באטורער רב נאך מער מש/וגע מאכן דעם מאנסיער עולם און פארדרייט רבי מאטעלעס קאפ . נו ווער וויל באגראבען וועמען.. הכר נא למי החותמת ולמי הפסילים... ונהפוך הוא
יעצט לגבי דיין אנגהערישקייט צום באטורער רב שליט"א . איך בין פונקט אזוי אנהענגער פון באטורער רב שליט"א וויא דו, ער איז א אדם חשוב מאוד פון די חשובע רבנים פונעם נייעם דור. א ת"ח א ערענסטער מענטש. אדער לאמיר שוין זאגען אז ער איז באגלייבט אפילו ער באקומט געלט פון מייעל מארט (וואס דאס איז קעגען די תורה) אבער ער איז נישט באגלייבט צו זאגען אויף יענעם כמובן
.