בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/12/2006 09:22 לינק ישיר 

נאך א דוגמא ידידי אהובי (איך ווייס נישט אין וועלכען חדר דו האסט געלערנט)  אבער אין אלע חדרים און מיידל סקולסוואס זענען געווען נכנע אונטער סאטמאר .פלעגט מען אהיימשיקן צעטלעך צו די עלטערן פון די קינדער אז אלע נאש פון די פירמא "פאשקעס" איז טריפה (נישט כשר)  סיי ווען עס האט געהאט די השגחה פונעם גרויסווארדיינער רב ז"ל . און להבדיל בין חיים לחיים די הכשר פונעם אודוואריער דיין שליט"א (איך האב נאך די צעטלעך) . און מען פלעגט דאס דארשענען ברבים. 
און ווען דער אודוואריער דיין האט שוין מער נישט געוואלט ארומפארן בכל קצוי תבל. צו זיין יעדע וואך אין א אנדערע סטעיט אין די מרחקים מקצה יונייטעד סטעיטס עד קצהו. האט ער איבערגעבען  די השגחה אויף אלע צענדליגע פאשקעס פראדוקטן פאר הרב בנימין גרובער. און באותו רגע איז דער פולער ריזיגער "וועירהאוז" פון "פאשקעס" אויף פירסט עווע. ברוקלין יצ"ו וואס דארט איז געליגען טויזענטער באקסעס מיט אלע מיני נאש וואס יעדעס איינע ווערט געמאכט אויף א אנדער פלאץ אנגעהויבן פון טשיקאגא. און מיניאפלאס. און טולסא אקלאהאמא און טעקסאס. ביז סען פרעסיסקא. . סען חאזע. לאס אנדזשעלעס. טאראנטא קענעדע. אלעס געווארן אין איין רגע כשר מען האט אלע באקסעס אראפגעזיגעלט מיטן זיגל פון בנימין גרובער דומ"ץ התאחדות הרבנים.(געהערט פונעם משגיח הראשי פונעם אודוואריער דיין שליט"א וואס ער איז דארטן געווען צוזאמען מיטן דיין בשעת מעשה.) (בדרך אגב קענסטו פרעגן דעם בעה"ב פון "פרימא ספייסעס" טאמער ער וועט דיר ווילן דערציילן. אז באותו רגע ווען ער האט געגעבען פאר בנימין גרובער דעם ערשטען טשעק פאר די השגחה. האט ער געמעגט ארויפקלעבען "סטיקערס " אויף אלע ספייסעס. וואס זיי ווערן אימפארטירט פון די מזרח לענדער דורך פארשידענע דיוסטריביוטארס. ( נאר דער אמת איז אז פאשקעס איז געווען פאר דעם פונקט אזוי כשר. און אפשר נאך בעסער. דאס "זעלבע פרימא ספייסעס" אזוי אויך העולם און ניו סקווער מילך.

אלזא מיין טייערער פריינט ווילסטו טאקע אמתדיג אז מיעל מארט זאל זיין "טאפ אף די מארקעט" דאס בעסטע. (נישט וויא די וואס ווילן סתם באגראבן )  און ווילסטו טאקע אז סופרים-רובשקין זאל ווערן טריפה ביי יעדען און יעדער זאל מודה זיין און שווערןאז מען נוצט ליובאוויטשער שוחטים מיט ווייבער מיט אייגענע האר ח"ו. דעמאלס האסטו איין עצה נכונה

אנשטאט מיעל מארטזאל שטאפן די ניקים אויף היידפארק מיט געלט(וואס דאס איז אויך א שקר מוחלט וויא אלע ליגענטס) זאל מיעל מארט געבען א "פעטען טשעק" פארן מנהל פון התאחדות הרבנים און מסכים זיין צוצולייגען דעם חותם פון די התאחדות צום באטורער הכשר . און באותו רגע ווען דער זיגל פון די התאחדות וועט צוגעלייגט ווערן אויף די באקסעס פון מיעל מארט פלייש. וועט אלעס למפרע ווערן כשר אפילו די פליישן וואס ליגן שוין ביי יעדען אינדערהיים אין פריזער. און אפילו די געקאכטע פליישן וואס זענען שוין אין די קענס .  און נאך מער "קיינער קיינער וועט זיך נישט דערוואגען צו מאכן א "ערעור" ווייל די גאנצע אפאראט וועט ארבעטין קעגען עהם (אזוי וויא עס איז אמאל געווען איינער א חשובער רב(חכימא דיהודאי) האט פרובירט מעורר זיין קעגען די פסחדיגע צוקער פון די התאחדות)  עס וועט אפילו אפשר ארויסקומען א בריוו צו הילף פונעם ביד"צ  פון די עדה החרדית אין ירושלים עיה"ק תובב"א מחזק זיין די זאך אזוי וויא אונדזער בי"ד האט יעצט מחזק געווען די עדה החרדית ביי די מערכה קעגן דעם דרוקער "קלצקין" דער רשע מרושע וואס האט א חוצפה (א איד מיט א ברייטען ביבער היט מיט לאנגע פאות ) צו האבען אן אייגענעם דרוק . און לאזט זיך נישט שמייסן.  דעמאלס וועט נישט העלפען די גרויסע געלטער וואס "עבדעברי" באקומט פון רובשקין.
ווייל עבדעברי וועט אין איין רגע הייסן א אפיקורס. ער איז דאך מחולק מיטן די גאנצע התאחדות (א פולער באס מיט 60 70 רבנים) און ווער עס וועט אפילו לייענען זיינע דרשות וועט אויך הייסן א אפיקורס. און דער וואס אפילו "קלערען" אדער "טראכטן" אנדערש איז אויך א אפיקורס.
און סופרים-רובשקין וועט זיך מוזן פארמאכן  ווייל די התאחדות וועט רודפן יעדען געשעפט וואס וועט דערוואגען אריינצונעמען סופרים . און דער אנדרייער וועט ארגאנאזירן "פרעטעסטן" ביי דעם געשעפט אזוי וויא  ביי "גל-פז" והיתה למיעל מארט המלוכה . און מען וועט מער נישט דארפן אנקומען צו דיין אנגעהערשאפט צו מיעל מארט. נאר אפילו דו וועסט וועלן ארבעטין דערקעגען וועט שוין נישט העלפן

געדענקסט נאך ווען שב.. ווינשטאק ע"ה פון מיעל מארט איז אריינגעקומען אין פלענט אין מעספעט און געזאגט אז מען אויפגעזאגט דעם באטור. נאכדעם האט עהם דער רבי דער ברך משה געווארענט אז ער נעמט נישט צוריק דעם באטורער וועט מען עהם אסרן.  על אחת כמה וכמה ווען עס וועט האבען די התאחדות צוזאמען מיטן באטורער וועט עס זיין דאס בעסטע כלשונך.

אבל הסך הכל דער פאקט איז אזוי וויא דער  איד החשוב מאוד נעלה "פון דא דארט" ברענגט פון מיר אז צוויי רבנים זאלן גיין אין ביידע פלעצער און ארויסגעבען א פרטי כל דעמאלס וועט דער אמת נתגלה ווערן.
ויה"ר שיתן השי"ת בלבנו שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם ושנדבר כל אחד את חבירו בדרך הישר והרצוי לפניך ואך יעלה בלבנו שום שנאה מאחד על חברו חלילה ותחזק התקשרותנו באהבה אליך כאשר גלוי וידוע לפניך שיהא הכל נחת רוח אליך  וזה עיקר כוונתינו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2006 09:36 לינק ישיר 

די ציונים האבען אמאל ארגאנאזירט א גרופע אפגעפארענע בחורים צו פארן קיין "אוישוויץ" ווען מען איז אנגעקומען צום  פלאץ פונעם "גאז קאמער" האט דער מדריך (דער פירער פון די אפגעפארענע בחורים) געזאגט פאר זיי אז אויף דעם פלאץ האבען די נאציס ימ"ש יעדען טאג פארברענט און דערשטיקט 18 טויזענט אידען בשנות תש"ד. אנשים ונשים וטף ל"ע. דא אויף דעם פלאץ זענען די היילי גע נשמות פון יונג און אלט ארויפגעגאנגען צום כסא הכבוד. יעדער איז געבליבן געפלעפט. . ווען די חברה זענען ארויס . איז איין בחור געבליבען דארט זיך אומקוקען האט ער געטראפו א "קליין צעטל" וואס א לעלובער חסיד האט דארט איבערגעלאזט דאס איז געווען . דיי הייליגע פארכטיגע תפילה פונעם הייליגען רבין רב אלימלך פון ליזענסק זי"ע . האט עס דער ציוניסטישער בחור געלייענט . און געזעהן אז דער היילגער רבי רב אלימלך גיסט זיך אויס דאס הארץ פארן מלך מלכי המלכים מיט אזאלכע רירענדע ווערטער. וואס איך האב פריער געברענגט "שנראה כל אחד מעלת חברינו וכו' ותחזק התקשרותינו אליך באהבה  וכו' שיהא הכל נחת רוח לפניך. דער בחור איז אזוי בארירט געווארן און ער האט זיך מקבל געווען  אז ער גייט זוכן וויאזוי מען ווערט ערליך און מען קען זיך מדבק זיין אין הייליגען  לעבעדיגן באשעפער אונזער געטרייער טאטע זיסער אין הימעל. . און ער איז צוריק געפארן קיין ארץ ישראל און געווארן א בעל תשובה און ער האט אויפגעשטעלט א שיין דור יראים ושלימים . פון אייןן ווארט פונעם הייליגען רבין רב אלימלך זי"ע ועל כל ישראל אמן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2006 09:42 לינק ישיר 

איך וויל דא אויסדרוקען א אויסטערלישן שכוח פאר הרב עבד עברי, איך רוף דיך אן עבד ה'. שפתים ישק משיב דברים נכוחים. (איך וויל נישט מאריך זיין מיט דעם).

איך האב דאך געוואלט שרייבן בערך די זעלבע זאכן נאר איך בין זיך שוין מוצא מיט דיך.

איך שרייב דא אויף אפאר זאכן פון עטליכע מגיבים אן קיין געהעריגן סדר

אוי געדענק איך נאך אז דער קלויזענבורגער פלעגט רייטן אויף א פערד יעדן שבת, און נאך אזעלכע שטותים. וגו' וכו'.

צו פארשטיין אביסל דעם מהלך פון באטור- מיל מארט, דארף מען נאר אפלייענען דא די תגובות פון קליינעם קאפ. (עס וועט נישט שאטן זיך אונטער צוהאלטן מיט די תגובות פון די אנדערע מילמארט ארבעטער און העלפער דא, אבער עס איז גענוג די פון מחקטן)

און אצינד לאמיך פארשטיין, אפאר וואכן צוריק ווען עס האט זיך געמאכט אן איינמאליגן פראבלעם ביי התאחדות טוירקי, אין מאנטריאל האט דער באטערער געמאכט א שטינק דערפון אן איינמעלדן פאר התאחדות דערפון, - כאטש אפילו ווען זיי האבן געהערט דערפון האבן זיי תיכף מודה געווען, און געטוישט דעם סיסטעם כדי עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל - איז וואס איז די טענה יעצט אז מען האט עם נישט גערופון קודם. כאטש אפילו מען האט עם גערופן צו די ערשטע אסיפה ביי התאחדות, נאר ער האט געשיקט מ.ר. אנשטאט.

יעצט אזוי ווי איך זע, האבן דעם באטערערס מענטשן דא אויפן פארק זייער שווער געארבעט צו פארוואנדלען די גאנצע פרשה אין א באטור-ווייסמאנדל, מילמארט-רובאשקין קאמף, ביז עס איז זיי טאקע געלונגען, וועל איך אויך אריינגיין אביסל אין דעם ענין.

דערנאך לאמיך פארשטיין, דער באטערער איז געלאפן צום וויזניצער רבי - צוזאמען מיט אן אנדערן רב וואס מען האט אמאל ארויסגעווארפן פון רובאשקין - און פארקויפט שקרים אקעגן רובאשקין מיט ווייסמאנדל, בשעת ווייסמאנדל איז נישט ארום געלאפן צו קיין רבנים האקן אויף באטור, דערווייל האט ער צוריק געכאפט אין פנים אריין אזוי ווי ס'שטייט אין משנה אבות. ממילא מוזן זיינע חסידים דא זאגן אז עס שמייסט צוריק אין פנים פאר דעם באטערערס קעגנער'ס.

רובאשקין האט טאקע לובאוויטשער שוחטים, און אויך משיחיסטן, אבער ער וואלט געקענט זייער שנעל האבן א חסידישע הכשר, טאקע פון דעם וואלאווער רב, (יא ער איז גרייט געווען עם צו געבן א הכשר אויף דעם רובאשקין ברענד), אויב וואלט ער זיי אוועק געשיקט און אריין גענומען נאר "היימישע שוחטים", און ער האט עס נישט געוואלט טון, ער האט נישט געוואלט מקפח זיין זייער פרנסה, דאס הייסט ביי מיר ערליכקייט, - אנדערש ווי ביי מיל מארט כידוע ליודעים. און למעשה האט טאקע ווייסמאנדל גענומען נאר "היימישע" שוחטים און משגיחים, און די חבדסקער זענען געבליבן מיט זייערע פרנסות ביי רובאשקין.

אוי איז דאס אלעס אמת, די טעראר, איך האב זיך אלעמאל געוואונדערט פארוואס מען דארף איינשפאנען די גאנצע חסידות מיט די גאנצע פאליטיק אין א שלייער פון קדושה זיך אנצונעמען פאר א פאר יחידים, ווי מיל מארט אדער גאלדען פלאי - מהדרין, ביז איך האב אמאל געזען אין דער איד, ווען מיסיס וויינשטאן איז נפטר געוווארן, און מען האט איר באשריבן, איז געשטאנען דארט אז אין די בראשית יארן ווען עס איז נאך געווען א דחקות ביים רבי'ן אין שטוב, פלעגט די מיסיס וויינשטאק יעדע וואך ברענגען א טשעק פאר די רביצן, אויב אזוי פארשטיי איך שוין, ווייל די שטוב מענטשן (קרי די אינשי דלא מעלי, כלשונו הק' פון בעל ברך משה ז"ל) האבן אויך געמאכט שבת פון די טשעק, אויב אזוי מוז מען טאקע איינשפאנען די גאנצע אפאראט לטובת זייער קאמפאני מיל מארט.

המשך יבא בלי"נ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2006 09:59 לינק ישיר 

אוי עבד עבד, איך האב מורא אז אפילו רובאשקין האט נישט גענוג געלט דיר צו באצאלן, אוי שרייבסטו גוט.

איך האב זיך טאקע געחידושט אויף די דריי רבנים פון ב.פ. וואס זענען געגאנגען צום באטערער און גהייסן מאכן תיקונים, - און ער האט טאקע מסכים געווען אויף אלעם (אוודאי אפילו תיקונים, נאר ענדיגטס שוין מיט די פרשה) און זיי טראסטן טאקע עם מיטן מאכן - און אנהאלטן - די אלע תיקונים, אפילו צוויי יאר נאך וואס מען וועט שוין פארגעסן פון די פרשה.

איך האב אמאל גהערט א מעשה אויף איינעם פון די גדולי אונגארן (איך געדענק שוין נישט ווער) ווען ער איז געווארן רב אין א גרויסע שטאט, און ער האט געזען וויפיל קצבים ס'זענען דא דארט האט ער מורא באקומען מי יוכל לעמוד בכל אלה, סך הכל איז ער נאר איין מענטש, האט ער גערופן די אלע קצבים צו זיך, יעדן עקסטער און האט זיי געזאגט, זאלסט וויסן אז יענער קצב רעדט אויף דיר כל דבר אסור, און אזוי האט ער געזאגט פאר אלע קצבים ביז ער האט אנגעמאכט אן ערנסטן מחלוקה צווישן אלע קצבים, דערנאך האט ער זיך אנגערופן, יעצט וועל איך שוין קענען שלאפן רוהיג.

היוצא לנו מזה, אז קאמפעטישן ברענגט תיקונים אין כשרות, יא אפילו קאמפעטישן צווישן רבנים און די אלע קאמפאניס וואלטן געמעגט האבן מער ווי איין רב וואס זאל געבן א הכשר, נישט אלע צוזאמען נאר יעדער עקסטער, ויכה יוסי את יוסי. זיי וועלן שוין מאכן זיכער צו טרעפן פראבלעמען ביי דעם אנדערן רב, אזוי וועט יעדער מוזן זיכער מאכן עס זאל זיין וואס בעסער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2006 10:09 לינק ישיר 

איך האב לעצטענס גערעדט מיט דעם קעיטערער פון דעם גרויסן זאל עטריום אין מאנסי, און איך האב עם געפרעגט צו זייט די פינקל פרשה עסן מענטשן ווייניגער פלייש ביי חתונות. ענטפערט ער מיר, מען האקט אויף אלע באקן, פונקט ווי פריער,

וואס איך האב געזען פון דעם איז, אז דער עולם איז גרייט תשובה צו טאן, און אפילו פאסטן איין טאג, נישט געפערליך מען קען עס נאך אראפשלינגען, אבער זיך צוריק האלטן פון עסן פלייש, דאס שוין נישט. ווי זאגט מען, עס איז גרינגער צו שטארבן אויף קידוש ה' ווי צו לעבן אויף קידוש ה', ווייל שטארבן קען מען נאר איינמאל, אבער לעבן דאס געדויערט אסאך צייט, און עס איז צו שווער.

און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מען וועט ווייטער קויפן מילמארט פלייש, נישט ווייל די אידענעס בעטן עס, און נישט וועגן כשרות. נאר ווייל דער עולם וויל פשוט עסן פלייש, גוטע סטעיק, וכדומה. און מיל מארט שטעלט דאס צו, און רוב זאלן האבן דעם הכשר פון דעם באטערער, און מען לאזט נאר דאס אריין. ממילא וועט מען טאקע ווייטער עסן.

אכלתי ואוכל עוד.

ויאכלו ענווים ויסבאו. (איך האב גע'גנב'ט דעם ספעלינג פון איינעם דא אויפן פארק, יישר כח עס איז זייער אמת)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2006 17:59 לינק ישיר 

עבד עברי,
הוידל בוידל  ממילא איז דער באטורער רב א טעראריסט וואס זיכט צו טעראריזירען,
סאיז הויל שקר אז ווייסמאנדל האט באצאלט פאר א עבד עברי אזוי אראפצורייסען דעם באטורער,

וואס זאל איך דיר זאגען די רעדסט און די רעדסט אהן א שיעור אהן קיין מסקנות.

ווייל ר' א.ד.ט. ע"ה האט טעראריזירט קלויזענבארג וואס גראדע געדענק איך דעס אלעס ווייל איך האב דעס אלעס מיטגעלעבט,
און ווייל ר' בנימין גראבער האט געזאגט פאר א טשעק אז גאנץ פאשקעס איז כשר
און מארגען גייט קליינס אייזקריעם באצאהלען א טשעק פאר התאחדות און זיי גייען שוין אויך גיין אין די שיטה
איז וועגען דעם נישטא קיין משיחיסטישע שוחטים ביי ראבאשקין.

די לייקענסט שמש בצהרים.

יא די איינציגסטע פראבלעם ביי ראבאשקין זענען די שוחטים.
יא זיי האבען אסאך א בעסערען סיסטעם ווי מיעל מארט.
אבער וואס זאל איך טאן אז און שו"ע ווערט געפסקנ'ט אז א שוחט מוז זיין א יר"ש מרבים, א שוחט וואס איז א משיחיסט איז א כופר בביאת הגואל.
דעס וואס די זאגסט אז סופרים ניצט נישט די שוחטים לויט ווי איך האב געהערט פון איינע פון די שוחטים דארט, 
איז סופרים דערווייל א ברענד נאמען און מען
ניצט די זעלבע שוחטים פאר יעדען.

דעס אז התאחדות וויל איבער נעמען קאנטראל אויף די שחיטה היא הדבר אשר דברתי בין איך אייניג מיט דיר

די שרייבסט אזוי
"ווער איז געלאפן צו רבי מאטעלע וויזניצער רבי און פארפירט מען זאל נישט קויפן "רובשקין"   ווער באטורער רב אדער הרב וויסמאנדל. אז מען וויל באגראבען יענעם זאגסטו דאך אליין אז מען באגראבט זיך"
איך האב פאר דיר נייעס וויזניץ ניצט נישט קיין רובאשקין פלייש ס'איז
שקר מוחלט
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט זיינע אייגענע שוחטים תחת פיקוחו פון הרב שטיינמעץ מו"ץ בוויזניץ און זיי שחטן ביי רובאשקין פלענט
ס'האט אפאר סיבות און איינע פון די סיבות איז ווייל הרב שטיינמעץ מיט הרב ווייסמאנדעל מיט הרב שפיגעל זענען אלע דריי נאנטע ידידים און דארט האט ער געקענט באקומען אלעס וואס ער האט געוואלט.

בעצם אז מ'דארף האבען א אןמפארטייאישען בי"ד לעניני כשרות
תחזקנה ידיהן פאר דע וואס קענען דאס דורך פירען

תוקן על ידי - יוסף_נפתלי - 08/12/2006 18:02:17

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2006 18:28 לינק ישיר 

עבד עברי,
א זייטיגע הארה
ווען די בעטסט ברך עלינו מעגסטו יענעם אויך אינזינען האבען המתפלל בעד חברו והוא צריך לאותו דבר,
און ווען די זאגסט די תפילה פון רבין ר' אלימלך זי"ע מעגסטו דיך אויך אינזינען האבען.

גביר אדיר,
די שרייבסט
"איך האב לעצטענס גערעדט מיט דעם קעיטערער פון דעם גרויסן זאל עטריום אין מאנסי, און איך האב עם געפרעגט צו זייט די פינקל פרשה עסן מענטשן ווייניגער פלייש ביי חתונות. ענטפערט ער מיר, מען האקט אויף אלע באקן, פונקט ווי פריער,

וואס איך האב געזען פון דעם איז, אז דער עולם איז גרייט תשובה צו טאן, און אפילו פאסטן איין טאג, נישט געפערליך מען קען עס נאך אראפשלינגען, אבער זיך צוריק האלטן פון עסן פלייש, דאס שוין נישט. ווי זאגט מען, עס איז גרינגער צו שטארבן אויף קידוש ה' ווי צו לעבן אויף קידוש ה', ווייל שטארבן קען מען נאר איינמאל, אבער לעבן דאס געדויערט אסאך צייט, און עס איז צו שווער.
 "

נא דיר   פאר דיינע טייערע ווערטער
שפתים יושק די ווייסט גארנישט ווי גוט די זאגסט 

דא אין בארא פארק האט זיך אפגעשפילט אפאר וואכען צוריק א מעשה מיט א גראסערי וואס האט פארקויפט אליין איבערגעפאקטע פלייש אהן קיין השגחה און ער האט ניטאמאהל געפונען פאר וויכטיג ארויפצושרייבען אויף די פלייש דאס ווארט כשר, יא איהר הערט גוט ס'איז נישט געשטאנען אויף דעם פלייש כשר, און חסידישע אינגעלייט מיט שיך און זאקען האבען געקויפט די פלייש.
לא יאומן כי יסופר אבער א מציאות.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2006 18:52 לינק ישיר 

עבדעברי43: אמת, ס'איז א גרויסע "תעודת עניות" פאר'ן באטערער, אז הרב בעלסקי, וואס געבט א הכשר אויף חלב עכו"ם (היינטיגע צייטן חלב טריפה מדאורייתא) בישול עכו"ם. פת עכו"ם. גילוח הזקן. גט מעושה (חשש אשת איש מדאורייתא) קומט עדות זאגען צוזאמען מיטן באטור רב.

 

פונדעסוועגן, לאמיר נישט איבערטרייבען. די אלע עוולות וואס איר רעכענט דא אויס, איז נאר א בעווייז אז דער רב בעלסקי איז א ריכטיגער אמעריקאנער ראביי, אבער דערמיט ווערט ער נאך נישט "פסול לעדות" צו קענען באשטעטיגען א "מציאות" צו איז עס חלב אדער שומן בעלמא.

 

דער פראבלעם מיט דעם רב בעלסקי, איז גאר אן אנדערער, גאר א קאמפלעצירטער. אז דמיון מיט מציאות (ריאלעטי) זענען משמש ביי עם בערבוביא. זיין "כח הדמיון" איז אין לשער, אז עס וועגט איבער די "מציאות".

 

דעם דיאגנאז אויף דעם בעלסקי'ן איז נישט מיינער. איך בין נישט קיין סייקאיעטריסט און אפילו נישט קיין סייקאלעדזשיט. דאס שרייבט איינער פון גאר חשוב'ע ליטווישער רבנים ה"ה הרה"ג רבי אלי' פסח ראמינק שליט"א, א געוועזנע ראש ישיבה פון "חיים בערלין", וואס איז ידוע ומפורסם בעולם התורה, וואו מ'רעכענט זיך שטארק מיט זיין שיקול הדעת.  

 

אט דעם דיאגנאז איז נישט מפי השמועה משמו, נאר מפי כתבו, פון א בריעוו וואס ער האט געשריבען קיין ירושלים צום ליטווישען פוסק הדור רב אלישיב י"ב אייר תשנ"ח לפ"ק, וז"ל:

       

 

"לכבוד מורנו ורבנו פאר הדור והדרו.... בענין הגט שקבלה.... על ידי כפיה... אני הייתי חבר בבי"ד זה יחד עם הרב ישראל בעלסקי הרב אריה רלב"ג...אחרי כן הסתלקתי מן הבי"ד... שהייתי משוכנע שאין שום בסיס עפ"י הלכה לכפיה, והגט שנערך ע"י כפיה הוי גט מעושה והאשה... אסורה להינשא... בענין התשובה ששלח הרב ישראל בעלסקי להגנה על הפסק דכפיה, נזדעזעתי לקרוא את התשובה שיש בו שינוי המציאות, ייצור של הגדת עדות, וגילוי כח הדמיון שלו... האמת ניתן להאמר שהרב בעלסקי זייף את כל המציאות ואת כל הגדת עדות...  הכח הדמיון של הרב בעלסקי היה שולט לייצור פסק שלא היה ולא נברא... החותם לכבוד התורה בהוקרה והערצה אלי' פסח ראמינק מ'[לפנים] ר"מ רבי חיים ברלין כעת רב בפאר ראקאוויי".

 

מיט דעם ביטערען דיאגנאז, פאלען אוועק אלע קשיות וואס בתחילה האט דער בעלסקי געזאגט אז ס'איז חלב דאורייתא, און שפעטער (אין זיין בריעוו) איז עס נהפך געווארען פאר שומן בעלמא "אין שום שמץ של חלב כלל", און ווידער אין זיין שיעור איז עס צוריק געווארען "עפיס" חלב דאורייתא, אבער דער גאנצער שולד איז נאר דאס "מעסער", ונהפוך ונהפוך, אשר ישלטו שינוי המציאות וכח הדמיון לייצור פסק שלא היה ולא נברא...

 

ליידער ליידער, אזא פנים האבין האט עס, זייט דער באטערער האט זיך "משדך" געווען מיט דעם בעלסק'ין מיט זיין מיאוס'ער מערכה קעגען די היימישע גאר-חשוב'ע בעלי הוראה, צו דערשטיקען זייער חוות דעת אין די פרשת העירוב כידוע.

 

עס איז נישט קיין סוד אז זעקס און צוואנציג יאר צוריק לערך, איז דער בעלסקי געווען דער "חתימות קאלעקטור" קעגען דעם עירוב  (צוזאמען מיט מרדכי טנדלר און משה ווסמאן), און שוין דענסמאל האט ער גענוצט זיינע אויבענערמאנטע כשרונות "לזייף את כל המציאות" מיט שקרים וסילופים שונים ומשונים, כדי אריינצוכאפען היימישע רבנים צו חתמ'נען אויפ'ן "קול קורא" הידוע.

 

ס'איז נאכנישט פורים, אבער דער "ונהפוך הוא" איז פלאי פלאים וחיישינן לגומלין. פאר בעלסקי לוינט זיך כסדר צו פאברעצירען אז "דער סאטמער רוב האט געהאלטען אז ברוקלין איז א רשות הרבים דאורייתא", און דער באטערער רב היימישע שחיטה פארלאזט זיך אויף בעלסקי'ס "יאכלו ענוים וישבעו" - והא ראיה אז דער בעלסקי שרייבט "בכתב ידו" אז "ער אליין" עסט אויך דער באטערערס פלייש...

 

אגיטען פורים.                 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2006 19:06 לינק ישיר 

ס'האט מיר איצט געזאגט א איד א חכם, אז מ'זעהט בחוש, אז אפילו אז ר' הלל וויינבערגער האט געווארפן א מילך-קעסטעל אויפ'ן באטערער - מוז מען זיך צוליב דעם נאכנישט גט'ן...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2006 19:36 לינק ישיר 

עודישמע, כ'מיין אז די ביסט נישט מדייק בלישנא פונעם בעל השמועה. מסתם האט דער חכם אזוי געזאגט:  

 

מ'זעהט בחוש, אז אפילו אז ר' הלל וויינבערגער האט געווארפן א "מילך"-קעסטעל אויפ'ן באטערער'ס "פלייש" - מוז מען זיך צוליב דעם נאכנישט גט'ן...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2006 19:47 לינק ישיר 


די לאנגע מגילות רבוש"ע

פנים אל פנים וואלט איך דיר ווען געענטפערט.  דא אויפן פארק

האסטו מיך געמאכט אויפגעבן.

הוילע דעמאגאגיע . און פוסטע פאנטאזיעס פון א באצאלטן מענטש
האב איך נישט קיין נערווען צו ווינטשאבלען

ענדזשוי יארסעלוו 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2006 20:14 לינק ישיר 

יוסף נפתלי. עס איז טאקע א גרויסע בושה צו קויפן אזוי אן קיין שום לעיבל. די שאלה איז נאר צי אויב די וועלכע האבן געקויפט, האבן מברר געווען וואס זיי קויפן, אדער נישט, פארגעס נישט גאלדען פלאו מילך האט נישט קיין שום הכשר אויף'ן באטל, און אויך נישט קיין אויפשריפט כשר, נאר מען קען שוין דעם קאמפאני. אבער דאך זאגסטו א שטארקן פוינט, בפרט היינטיגע צייטן.

דרך אגב, האב איך אלעמאל גהאלטן פאר א עוולה וואס עס איז נישט דא קיין שום הכשר אויפן גאלדען פלאו באטל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2006 20:24 לינק ישיר 

יוסף נפתלי, איך שרייב שוין אין מיין תגובה, און איך האלט טאקע אזוי, דער סיסטעם ביי רובאשקין איז בעסער, אבער ער האט שוחטים משיחיסטן וכו' (עיי' אין מיין פריערדיגע תגובה) אבער סופרים האט נאר אייגענע "היימישע שוחטים", איך ווייס דאס בבירור.
וויזניץ האט נישט קיין אייגענע שוחטים, רב שטיינמעץ'ס שחיטה דארט איז אסאך קלענער פון רב ווייסמאנדל'ס, און שטיימעץ ניצט ווייסמאנדלס שוחטים, פאר ווייסמנדל איז דארט געווען האט ער געניצט מארגערעטען'ס שוחטים.
בד"וו וויזניצער רבי האט אראפגעשיקט שליחים דארט, און זיי אנגעזאגט אויף וואס זיך אומצוקוקן, אן דעם וואס מען זאל וויסן אויף וואס זיי קוקן. און זיי זעננן געווען זייער צופרידן. ועל סמך זה לאזט רבי מאטעלע ווייטער עסן שטיימנעץ'ס שחיטה און ווייסמאנדל'ס שחיטה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2006 20:31 לינק ישיר 

איז א משיחיסטישע שוחט שחיטתו נבילה? איז שחיטה פון א בני יואל נבילה? איז שחיטה פון א ליטוואק נבילה? איז שחיטה פון א נבילה (ת"ח שאין בו דעת) בעסער? רעדן מיר דא צו משוגעים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2006 20:37 לינק ישיר 

 

אחרי כיכלות הכל, נאך וואכען אינוועסטן אין PR אראפציריסען דעם נירבאטעור  
נאכן אינטערריקען א שטיקעל לעבער פין א אנדערע פלענט מיט חלב דערויף אין זאגען אז עס קימיט פין מיעל מארט
{זייער אסאך מענטשן האלטן אז די ערשטע לעבער איז קיינמאל נישט געקימען פין מיעל מארט, בפרט אלע רבנים וואס מען האט געוויזן די היידפארק פרינטס, ווי אזוי רובאשקין חברה, טרייבערן דעם נירבאטעור, האבן זייער אסאך געזאגט, אז עס איז גאר א גרויסע ספק פין ווי די ערשטע שטיקל לעבער קימט, כידוע איז קיינמאל נישט אויפגעוויזן פין ווי די לעבער קימט, שטערן האט עס געענפענט ביי זיך אינדערהיים,}

איז אינטערסאנט צי זען וואס עס בלייבט, א סך הכל
מיין סך הכל איז, אז רובאשקין האט גארנישט אויפגעוויזן אז ער איז אויך גיט,ער האט נישט אויפגעוויזן  אז ער איז פינקט אזוי גיט ווי מיעל מארט
איך זאג נישט ח"ו אז ער איז עפעס שלעכט, נאר די קאמפיין האט אים גארנישט געהאלפן, נישט מיטן ווארפן שמיץ קעגן די קאמפיטישען ווערט מען גיט, פינטל
ער איז נישט גרייט צי טוישן זיינע ליבאוויטשע שוחטים וואס ער האט פאר ביליגער, ווייל זיי האבן זיך אהינגעצויגען דארט אין אהייא
רובאשקין וועט אי"ה ווייטער בלייבען די גאר גיטע שחיטה פאר אלע נישט היימישע וואס ווילן צאלן ביליגער אין זיכען נישט צי קויפן די טייערע פראדאקטן וואס מיר היימישע זענענן מקפיד
אין מיר היימישע וועלן ווייטער בלייבען מיט די גאר מהדור'דיגע שחיטה פין נירבאטעור, וואס איז ספציעל דיזיינט פאר אונז היימישע אידן יראים ושלמים, ווי בי"ד הגדול שבירשולים אינאיינעם מיט רבני התאחדות האבן אראפגעשטעלט די יסודות תשמ"ג

טאמער וויל מען זיך אויפירען להבדיל ווי עבד_עברי/מלחמת_ה/על הגאולה, קען מען דא מאכען שמאלץ אים מטעמים, פין די התאחדות בריוו, אין אזוי אויך פין רובאשקין הכשר {לשוטתם, פין די שרייבערס דא, אז עס טאר נישט געשען קיין טעות}
יעדער הכשר מאכט פין צייט צי צייט טעותים, א מענטש מאכט טעותים, אין ווער עס זאגט אז ביי אים האט זיך נאך קיינמאל נישט געמאכט קיין טעות דער איז א שקרן אין ער איז נישט באגלייבט, איך אליין ווייס פין אפאר גראבע  טעותים, אין מיסטעקס וואס עס איז געשען ביי התאחדות אין ביי רובאשקין, איך גיי עס אבער נישט שרייבען, ווייל איך ווייס אז א טעות מעג געשען, אין עס גייט ווייטער געשען, מען לערנט זיך פין טעותים, עס א גזירה מן שמים אז א מענטש פין פלייש אין בליט מאכט טעותים, דאס איז די ארבעט כסדר פין יעדעם איינעם, זיי די וואס גיבען הכשרים זענענן בדרך כלל גרויסע תלמידי חכמים, אין איך גיי מיר נישט איינשטעלן מיינע 70 אין שרייבען אויף זיי, אלעס כדי איך זאל זיין א הירא אויף היידפארק  --בפרט אז איך באקים נישט באצאלט, איז עס זיכער נישט ווערט, אין פאר געלט וואלט איך עס אויך נישט געטיען, עס איז נישט ווערט,-- מילא דער שטורעם איז שוין פארביי די זאמט זעצט זיך שוין, די וואס האבן געהאט שכל אין דערצווישען נישט ארינטער צי רייסען ת"ח ווי קלים ורקים, קענענן יעצט גיבן א שמייכעל אז זיי זענענן אדורוך די נסיון, אין די וואס נישט קענענן עס באדוירען, באדעם ליין האט זיך נישט געריקט די נאמבער פין סעלעס ביי קיינעם, מיעל מארט איז געבליבען ביי זיינס אין רובאשקין איז געבליבען ביי זיינס



תוקן על ידי trant_lott ב- 08/12/2006 21:03:23




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 15 16 17 18 19 20 לדף הבא סך הכל 20 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.