|
|
| נשלח ב-8/12/2006 20:37 |
|
| |
אזוי ווי יעדער זעט עס זענען דא מענטשן דא וואס האבן צייט ביז איבערן קאפ איך האב נישט
און ס'איז מיר נישט אזוי וויכטיג צו זיצן דא און קייען וואסער מיט אפאר יוצא דופן'ס{נדרים כ"ט ע"ב}..........אויך א מין בהמה ..ברענג מיר נישט קיין מראה מקומות און ווייז מיר נישט דיינע ידועות. ווייל אז דיין קאפ איז דער מעוקם{שבת קי"ט ע"ג} דעמאלטס איזנישטא מיט וועם צו גיין צום טיש
----------------------------------------- איין קליינע מהלך . די וואס זענען קלוגער פון זייערע רבי'ס וועלן אייביג
וועלן קיינמאל נישט זיין קיין מנהיגים אדער אנגענומענע רבנישע אויטאריטעטן. און וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן מיט די מהלך היידישקייט. צו איז עס כשרות צו איז דאס יהדות
איז אזוי מעגליך אז פאר קיום היהדות איז דאס וויכטיג אז אינעם DNA פון יידישקייט זענען דא עקסטרעמיסטן . סאיז א שמועס פאר זיך ואכמ"ל
יעצט לענינו
רביה"ק האט געזארגט פאר "זיין" ציבור און פאר כלל ישראל
ער האט געמאכט "זיין" שחיטה לויט "זיינע" סטאנדארטן און מרירט זיך נישט פון זיין מסורה
און נאך מער וויל איינער זיין פרומער תבא עליו ברכה און ב"פ סאטמאר רבי חיים דוד איז אריין א דזשוק ער וויל אראפנעמען די 12 טע . NO PROBLEM משטעלט אים צו וואס ער וויל
-------------------------------------- און אויב עס וועט זיין א רבי אדער רב וואס וויל איינפירען נייע חומרות אדרבא ואדרבא צו מדארף דאס? ניין און ניין. {לויטן סאטמאר רבי זי"ע} חלק ב"י איז דא גענוג ווייל מגרייט אן גענוג פונקט ווי די סאטמארע שחיטה איז דא גענוג
און קודם מאכט מען סאטמארע ארדערס און נאכדעם וואס בלייבט איבער איז חלק םון רעגולער אינווענטארי דאס זעלבע מיט חלק ב"י ----------------------------------------------------
די קעלבעל גלאט דרשה איז סתם הוידעל בוידעל. אלעס איז לויט די שיטת המסורה פון די ק"ק הספרדים ---------------------------------------------------
ניקור חם
א נייע איינרעדעניש קודם איינס ניקור חם האט להלכה קיין שום מקור 2טענס רובאשקין מאכט אויך נישט נאר אויף איין חלק פונעם שאלדער אבער דאס וועט נישט אויסמאכן צום פאמפען דא א פרישער שגעון די קעלבלעך און די לעמעלע און רוב חלקי הבהמה מאכט ער נישט קיין ניקור חם אבער דא אז ס'איז א לשון קודש ווארט מיינט ער אז ער וועט שחטן "דא" אפאר קעלבער ---------------------------------- OWNING THE PLANT
דער חסרון פארשטייט יעדער
איי אז מיעל מארט האט נישט דעם פראבלעם פון די טריפה פארוואס שניידן זיי נישט ביזן 12 טן און פארקויף עס אזוי פארן גוי? ווייל אין די אינדאסטרי פארקויפט זיך א HINDQUARTER ביז אהין . דאס איז א טאטאל מארקעט PHENOMENON וואס מקען נישט טוישן איו נישט נאר ביי אונז יודען איך רעד פון די גאנצע אינדאסטרי ------------------------------------------------------------------- און איך בין נישטא צו האקן רובאשקין יעדער וואס איז א היימישער איד וועט דאס סייווי נישט עסן שוחטים ....האר....בייבערד..................טעלעוויזיע.......בחירות............. יא משיח נישט משיח.........מסורה םון ניקור....מאנסי וויזניץ....שפיגעל ....ווייסמאנדל...... דאס וועל איך לאזן פאר די פערדן דא ----------------------------------------------------------------
דער שטיקעל איז נישט געווען "חלב" דאס וועט זיך נישט טוישען ------------------------------------------------------------------- ------------------------------------------------------------------- צוריק צום שורש
אז מוויל זיין קלוגער פונעם הייליגן רבין פארלירט מען די סייעתא דשמיא וואס איז מיטגעקומען מיט זיין הדרכה
און די וואס פאלגען יא. וועלן אוודאי ביישטיין יעדע שטרויכל און יעדע השמצה
כי הצדק "והצדיק" אתם
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2006 21:00 |
|
| |
טרענט, ביסט א פאלנער שקרן, די ווייסט זייער גוט אז די לעבער איז באשטעלט און געקויפט געווארען ביי ירושלים פלייש געשעפט, און געפענט געווארען ביי הרב שטערן בפני די בעל הבית מיט זיין ארבעטער
און יעדער וואס וויל וויסען די אמת קען זיך נאך פרעגען ביי די געשעפט
הרוצה לשקר ירחיק עדותו, אבל בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגי, זעט אויס אז ביי טרענט מילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי גייט נישט אהן ביי איהם
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2006 21:04 |
|
| |
מח-קטן
יו לאסט מי, ווי קומט אריין די מסורה פון רבינו הקדוש והטהור זי"ע בעל דברי יואל צו די גאנצע נושא בכלל. האט איינער דא בכלל אטאקירט די מסורה פון די הייליגע שיטה פון ניקור הבשר.
די לעבער האט קלאר יא געהאט חלב, כעדותו של הרב בעלסקי שליט"א כמה פעמים, וכפי דעתו של הרה"ג מסערדאהעלי-נייטרא, גאלאנטע, מעזיבוז, רב דקהל שערי אורה ועוד מנקרים מומחים למיניהם.
אמת, געוויסע רבנים האלטען אז א קליין שטיקעל חלב איז נאר א KITCHEN SITURATION וואס ס'איז גארנישט,
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2006 22:18 |
|
| |
who is lying , i dont have to tell you, because you know that you are lying
the kitchen situation is generally speaking
the shtikel was NOT cheilev at all
in that corner of the liver there IS no chailev CANT be
of course unless you attach a long hanging piece from the back
and that was what rav machpud said, before his words fell into YOUR distorting fact bungling mind
just like ur mind is connected to ur body but if u cut it willfully away, the connection gets severed, and we get farkrimte tegivos
git shabbis
and im not gonna give u teidas kashrus on BELSKY or w/e he stands for, or his dimyoinos,
and now continue to bomb away on ur melamed that said klauzenburger ruv yemach shmoi, and how idiotic the maaruchos were and are,
while you are a initiator, and duplicator to all of the afformentioned MAALOS you are now trying to pretend that you are against
and drob your bombs on BELSKY the BATERER and whoever is not ready to listen to YOUR
TALMID CHUCHEM "BEN YOIMOI" meshigasen
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2006 22:35 |
|
| |
אחי ורעי . היום קצר והמלאכה מרובה.(אבות פ"ב טו) עס איז עש"ק נאכמיטאג. פון די קורצטע טעג דא אין ניו יארק. . איך בין יעצט געגאנגן צו קאמפיוטער און איך זע אז עס איז דא א סאך הערות. אמתדיגע און ליידער פאלשע. אבער קודם כל וועל איך מקדים זיין און ענטפערען פאר דעם וואס רופט זיך "קליינקאפ" ווייל ער איז א גרויסער עניו . ער איז גארנישט קיין קליין קאפ ער איז א מח גדול. אדער איז ער איינער פון די הויפט שוחטים ביי מיעל מארט (אדער אפשר גאר דער באטורער רב שליט"א אליין בכבודו ובעצמו אדער דורך א שליח) . ממילא זאגט דאך די גמרא לא צריכא אלא להקדים.(כתובות קו)
מפלפל צו זיין אין מראה מקומות וואס ער ברענגט איז יעצט צו שפעט. און עס איז נישט נוגע צום ענין און עס האט נישט קיין פלאץ דא אויפן פארק. . קצת אמת וואס ער זאגט אז טאמער מען וויל קלוגער זיין פונעם רבין זי"ע טויג נישט . און אויך אמת אז עס מוז זיין א פאר מקטרגים כדי עס זאל בלייבן אויפן זעלבען דרך וואס דער רבי זי"ע האט געוואלט און עס זאל זיך ח"ו נישט אפגליטשען. און אויך אמת אז דער רבי זי"ע האט זיכער ח"ו נישט געוואלט אז אזא איינער וויא "הרב בעלסקי" זאל זאגען זיין דעה בכלל אויף אונזער שחיטה וניקור. אפילו סתם א מציאות אויך אזוי וויא דער רבי זי"ע ברענגט וועגען די גמרא אין ברכות ביי די ערד ציטערניש כידוע. (ברכות נט)
אבער אהובי ורעי . דאס איז דאך כולי עלמא מודים דא אויפן פארק און בכלל מודה אז באטורער רב שליט"א מיט זיין פולן גרויסקייט און רעספעקט האט א נגיעה . קודם כל ווייל ער איז דער רב המכשיר און נאכדעם ווייל ער באקומט געהאלט. דאס אויב איך "עבדעברי" באקומט געלט איז דאך נאר א ספק . איז דאך דער כלל "אין ספק מוציא מידי וודאי"(יבמות לח) און אפילו איינער וועט זאגען ברי זיכער אז איך באקום געלט "העכסטענס " בין איך אויך נישט באגלייבט" אבער עס מאכט נישט אז דער באטורער רב זאל יא ווערן באגלייבט.
נאך א מוראדיג דקותדיגע "נקודה" למשל א רב פון אוי יו אדער אוי קעי וואס געט א הכשר אויף חלב עכו"ם און טרינקט אליין חלב עכו"ם און ער געט א הכשר אויף א פראדוקט וואס איז נישט חלב עכו"ם נאר "חלב ישראל" איז ער דען באגלייבט ביי עהם איז דאך דאס די זעלבע.
נו באטרער רב שליט"א האלט אז צלע י"ב וכדומה. און חלק ב"י איז סתם א שטות ווייל דער רבי האט נישט געהאלטן דערפון פאר אנדערע מענטשען (דער רבי זי"ע האט נאר געגעסען קעלבל בכלל)
ער רופט אהן רח"ד כ"ץ חומרא א דזשוק. . אבער הונדערטער אחינו בני ישראל יוצאי אשכנז וואס ביי זיי איז דאס חלב עכ"פ מצד מנהג. ומצד נדר דאורייתא. און נישט חלק ב"י איז ביי זיי טריפה. און על אחת כמה וכמה ביי יוצאי ספרד און ביי וואס נעמען אהן חומרת השל"ה איז עס טריפה ממש.
למשל הגאון הגדול הצדיק המפורסם רבי יונתן שטייף זי"ע ווינער רב האט געגעבען א הכשר אויף מאשין מצות וואס לויטן דברי חיים איז דאס חמץ גמור. נישט חלק ב"י איז ערגער וויא "עסן פסח געבראקס. וואס יוצאי אונגארן ונכדי החת"ס האבען געגעסען.
די קעלבל גלאט דרשה איז אמת ויציב הרב פולאק (משגיח פארן באטורער רב)פון וויליאמסבורג האט דאס געזאגט ברבים
ניקור חם קען זיין אז עס איז טאקע א איינרעדעניש. אבער היינטיגע צייטן ווען מען מאכט ציצית "ניפוץ לשמה" און אין ענייני העוה"ז גשמיות קויפט יעדער דאס שענסטע און בעסטע הדר שבהדרים פארוואס ביי ענייני שמים זאלן מיר נישט האבען דאס בעסטע . ?
אמת באטור רבס טאטע ז"ל האט אויך אזוי געהאלטן מיטן טענקער רב ז"ל אזוי וויא מען הערן אויפ טעיפ פון תשמ"ג (אז מען זאל גארנישט משנה זיי)אדער חוץ וואס דער של"ה הקדוש זאגט אז אין גאנץ מלכות ארץ ישראל ואגפיה (דאס הייסט אלע מזרח לענדער) האלט מען דאס פאר טריפה. היינט אויך. און אין חו"ל איז אויך דא אידען וואס עסן מהודר שבמהודר "חלק ב"י " נאר ביז צלע י"א . וכדומה
על כן טאמער איינער וועט מאכען מער מהודרדיגער אבער טאמער עס איז דא מער מהודרדיגער . זאל מען נישט קומען פארקויפן די אלטע תורה לאקשען. ליובאוויטשע שוחטים . אייגענע האר.
צו גביר אדיר . ביזט דאך א מוראדיגער גוטער שרייבער א "ספרא רבא" דו פאקסט מיך איין . איך שרייב דאך שנעל חאפ לאפ . איך קוק ניטאמאל איבער וואס איך שרייב. דיינע ווערטער זענען זייער שיין און קלאר.
דו שרייבסט " צו פארשטטין די מהלך פון באטור דארף מען לייענען "קליינקאף" ואני אומר אולי הוא בעצמו ואם שגיתי השם הטוב יכפר בעדי. כי הוא ראוי לאותו איצטלא.
וועגען די מעשה מיטן וועלאווער וועגען רובשקין .. וויסן זאלסטו אז התאחדות הרבנים האט געוואלט צושטעלען זייער נאמען וחותם אויך צו מהדרין צענדליגע מאל. נאכדעם אז עס איז נישט געגאנגען האבען זיי געוואלט ארויסקומען מיט אייגענע מילכיגע פראדוקטן .(זיי קענען נישט נאכמאכן די גוטע פראדוקטן וואס ווערן געמאכט עקסלוסיוו ביי "פרענדשיפ" אדער בייסאן" דער ברך משה האט זיי בשום אופן נישט געלאזט ער איז געשטאנען כחלמיש צור . לעצטענס האט הרב הלל וו"ב דוקא יא געוואלט אדער ארויסקומען מיט אייגענע מילכיגס אדער זאל מען עהם לאזן צושטעלען דעם נאמען.
הרב שמואל מאיר לייפר נ"י פון די בעה"ב פון מהדרין (וואס איז זיין מחותן) האט זיך געבעטן צו עהם . און זיי האבען זיך ממש געקריגט (ואכמ"ל) ביז מען האט געגעבען פאר די התאחדות "מאה אלף" לא יחרץ געלט(אפטריט געלט) זענען זיי מער נישט ארויסקומען ריטעיל נאר "האלסעיל פאר בעקעריס האבען זיי "קאהאל" מילכעדיגע פראדוקטן. ווייל ביים באקן שפירט מען נישט אזוי גרויסע חילוק אין טעם . ממילא וואלט זייער פראדוקטן ממילא נישט געגאנגן וד"ל
דו שרייבסט אז אז פאסטן איז גרינגער וויא נישט עסן פלייש. וועגען דעם איז תענית הראב"ד וואס מען סטאפט אינמיטן בעסטן עסן .שווערער וויא א עכטער תענית וואס מען עסט אינגאנצען. נישט
דו שרייבסט ,לעבען אויף קידוש השם איז שווערער. דאס זאגט די גמרא אז די הייליגע חנניה מישאל ועזריה וואס האבען זיך געלאזט אריינווארפן אין פייער אין נבוכדנצרס קאלעך אויבן . ווען מען וואלט זיי נישט אריינגעווארפן אין קאלעך אויבען פארברענט צו ווערן. נאר מען וואלט זיי געשמיסן דעמאלס וואלטן זיי זיך ח"ו "געבוקט צום צלם" (כתובות לג) ןעיין שם בתוס'
יוסף נפתלי דו האסט טאקע מיטגעלעבט ווען א. ד. וכת דילי האבען טעראזירט "נישט נאר" קלויזענבורג. אבער דאס איז געווען דער אפענער באפעל. געדענק וואס איז געווען ביי די ניחום אבלים פון לאנצוטער רב זי"ע בשנת תשכ"ז אבער דו זעהסט אויס לפי דעתי א וויזניצער חסיד האסט דאך אליין מיטגעמאכט דעם טעראר ווען דער רבי שליט"א איז ארויס פון פראטעסט אין מאנהעטען. וד"ל . און דו שרייסט אז דו האסט האסט געהערט פון "איין" שוחט דארט.ביי רובשקין נו טייערע איד "געווואלד" איין עדות איז דען באגלייבט ווען עס נישט בידו " דו קענסט דאך לערנען.
דיינע נייעס וואס מען עסט אין וויזניץ ווייס איך בעסער וויא דיר . אדער דו ווייסט אויך און ביסט סתם מפיץ שקרים. און פארדרייסט פאקטן. אין זאל אין סקול טערעס . עסן נישט די וויזניצער רבינס קינדער אפילו די עופות נאר וואס עס שעכט דער שוחט פארקאש. איך בין כמה פעמים געווען דארט אין קאך און געזען די באקסעס עופות סתם געקומען ניטאמאל פאר צייכענט אז עס איז געשאחטן געווארן דורך פארקאש . אויסער דעם עס איז דא יחידים וואס זענען מקפיד אין וויזניץ אזוי וויא דעם רבינס קינדער וכדומה און זיי באשטעלען נאר מיט וויזניצע שוחטים. און טאמער עס איז אמת אז וויזניץ נוצט נישט רובשקין נאר איגענע שוחטים .וואס האט דעמאלס דער באטורער רב געוואלט פונעם וויזנייצער רבין שליט"א . אפשר האט ער געוואלט אז ער זאל נישט נוצען זיינע שוחטים נאר קויפן "מיעל מארט" . איך קען דיר אויפווייזען "פאקטען" אלעס שווארטץ אויף ווייס עס איז מיר נישט נוגע וואס מען געט אין וויזניץ וייל וויבאלד עס איז מיט די הסכמה פונעם רבין שליט"א אפילו די קינדער עסן דאס נישט איז דאס גענוג קאמפעטעאנט.
דו שרייבסט איך זאל מיך אונזין האבען ביי די תפילה פונעם רבין רב אלימלך זי"ע
ווייל איך האב טאקע מיך אונזין ביי די הייליגע תפילה פונעם רבין רב אלימלך זי"ע וועגען דעם האלט איך מיך צוריק און שרייב נישט ארויס פרטים וואס זאל ח"ו וויי טון פאר אידישע קינדער. און טאמער איינער וועט מיך מעורר זיין אז עס טוט עהם וויי וואס איך שרייב ובצדק. דעמאלס וועל איך מיטן אייבישטעןס הילף מער אכטונג געבען ביים שרייבען . ווייל איר מוזט מיר אנטשולדיגן איך שרייב זייער שנעל אזוי וויא מען רעדט כדבר איש אל רעהו. וועגען איז נישט הונדערט פראצענט זיכער אז די מראי מקומות וואס איך שרייב דא איז ממש דארט (עס קען זיין א בלאט אהער אדער אהין אמאל)
צו עוד ישמע דבריך הם קילורין לעיניים " חאטשיג איך האלט אז מען טאר נישט רעדן אויף קיינעם. אבער עס איז ידוע אז דער הייליגער בארדיטשעווער רב זי"ע פלעגט אנרופן יעדען איד " " "צדיק"
האט זיך א פשוטער איד אנגערופן "רבי אז איך בין א צדיק און דער רבי איז א צדיק לאמיר זיך משדך זיין. " האט דער הייליגער קדושת לוי גענטפערט. יא מיין קינד ביזט טאקע א צדיק. אבער יעדער "צדיק דארף זיך משדך זיין מיט זיין גלייכען "צדיק" דאס זעלבע אויך אזוי וויא פוסקים שרייבען איינער אויפן אנדערען "כבודו במקומו מונח" בעלסקי איז טאקע גוט . אבער נישט פאר אונדז וד"ל.
צו עס איז א נקמה פון א שוחט וועגען די עירוב פרשה ווייס איך נישט. אבער דער מונקאטשער רב שליט"א איז גערעכט אז טאמער דער באטורער פארלאזט זיך נישט אויף רח"ל כ"ץ ועוד רבנים גדולים עד כדי כך מקפח צו זיין פרנסה פון א שוחט וועגען פאליטיק . נו פארוואס זאל זיך דער היימישער כלל ישראל פארלאזן אויף עהם אליין.
ער קען נישט טעענען אז ער וויל מחמיר זיין בענייני עירוב ורשות הרבים. ווייל ער שרייט דאך אז ער וויל נישט מחמיר בענייני חלבים וטריפות. איינער וואס באדינט דעם ציבור דארף זיך רעכענען מיטן גאנצן ציבור נישט מיט זיינע פרייועט אינטערעסן. וד"ל . איך בעט ענק אלע איבער . עטץ אלע און אונדז אויך זאלען מיר האבען א פרייליכען שבת קודש. סיי די וואס עסן פלייש און סיי די וואס עסן נאר עופות און סיי די וואס טראגן מיטן עירוב און סיי די וואס טראגען נישט הכל על מקומו יבא בשלום
ונזכה להיעוד שרש"י הקדוש מביא בסדרה זו ואימתי ילך (בראשית יג פסוק לד) בימי המשיח שנאמר ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו והיתה לשם המלוכה אמן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 02:58 |
|
| |
דאס האב איך געפינען שבת אין בית המדרש ווי איך דאווען. איז דאס געווען אויך אין אנדערע בתי מדרשים?:

תוקן על ידי שם_אחר ב- 18/12/2006 20:09:27
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 05:09 |
|
| |
תוקן על ידי שם_אחר ב- 18/12/2006 20:05:35
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 07:00 |
|
| |
נאטיצען פינעם שקר-סקאנדאל
1} נירבאטעור איז געבליבען די בעסטע השגחה אין די מארקעט
עס איז דא א באנקאטע מימרא פינעם בעל ברך משה זי"ע אז ער קען נישט טיען קיין עבירות,
ווייל הינדערטער אידן שטייען אין קיקען יעדע רגע, ער זאל מיט עפעס קענענן דורכפאלן כדי זיי זאלן אים קענענן כאפען מיט עפעס
לעניניו, די חברה וואס שטייען אינטער דיי העצעריי דא אין פארק, קיקען שוין נאך דעם נירבאטעור גאנצע פיר יאר {4} יאר
הינטדערטער, הינדערטער שטיקלעך בהמה איז שוין געקויפט געווארן דורוך זיי, לאוו דווקא לעבער, אין מען האט עס אדורוך געקיקט
ביז צי זייער גרויס שמחה האבן זיי געטראפן די לעבער מיט די טעות ,קימט אויס אז דער נירבאטעור איז געבליבען די בעסטע בעסטע בעסטע השגחה
קיין שום השגחה איז נאך נישט דורוך אזא שווערע טעסט אזוי לאנג אין א צי, אין עס זאל האבן געווען אזוי גיט אז מען זאל אין נישט קענענן כאפען
פין יעדע השגחה האט מען שוין געהערט אין די דריי יאר טעותים, אבער ביי דעם דעם נירבאטעור האבן זיי לדאבונם גארנישט געקענט טרעפן
2}לויט אסאך עקספערטן איז די לעבער אינטער געשטעלט געווארן אין די לעבער קימט נישט פין מיעל מארט, ווייל שטערן האט עס גע'ענפענט ביי זיך אינדערהיים
זיי אליינס האבן אזוי געשריבעם אויבן- אין שטערן איז כידוע נישט באגלייבט, ווייל ער באקימט געלט פין רובאשקין PR
נעמט אין אכט, שטערן איז נישט אין די קעטערינג ביזנעס ער האט נישט באשטעלט פאר זיך קיין פינף גאנצע בהמה לעבער, ער דארף עס נישט אויף שבת,
ער האט נישט וואס ציטיען דערמיט, די לעבער איז באשטעלט געווארן נאר לקנטר צי כאפען דעם נירבאטעור,
אזוי ווי אלע זייער ארדערס די לעצטערע צייטען, ממילא איז קלאר אז שטערן איז נישט באגלייבט צי זאגען פין ווי די לעבער קימט,
אין עס בלייבט א ערענסטע ספק פין ווי די לעבער קימט טאקע, אפשר איז די לעבער פין די קאמפיטישענס אין זיי זאגען נאר אז עס קימט פין מיעל מארט
עס איז נאר איינע פין אלע זייערע ליגענטס די לעצטע צייטען מען וועט לכאורה שוין קיינמאל נישט וויסען דעם אמת פין ווי די לעבער קימט טאקע
שטערן איז טאקע ערליך, אבער ער איז א נוגע בדבר, זיי זענענן נישט באגלייבט
תוקן על ידי trant_lott ב- 10/12/2006 7:09:20
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 07:06 |
|
| |
|
|
המשך נאטיצען
3}די לעבער איז נעלם!!!!
זיי די רשעים, לויפן ארום צי אלע בעלי מנקרים נאר מיט א בילד דערפין, נישט מיט די עכטע שטיקעל לעבער- {ווי יעדער זעט אין די בריוון}
זיי האבן פאר עפעס א אימבאוויסטע סיבה באהאלטן די לעבער, זיי ווייזן עס נישט פאר קיין שום בעל מנקר
זיי האבן עס נאר געוויזן פאר רבני התאחדות, וואס טיען נישט אין ניקור אין גיבן נישט קיין השגחה אויף ניקור ,
אבער פין דא אין ווייטער, קען עס מער קיינער נישט זען, וואס איז די סיבה דערפין??????
יעדער ווייסט וואס מען קען אלץ טיען מיט בילדער היינט ציטאגס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
המשך יבוא אי"ה
ה
|
תוקן על ידי trant_lott ב- 10/12/2006 7:12:03
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 07:17 |
|
| |
אבער איך וויל דיך "טראנט" פרעגען איין קליינע שאלה. עס קען זיין די לעבער איז נישט פון מיעל מארט. . אבער לויט וויא דו זעסט דאס בילד איז עס חלב דאורייתא פון חלב הכליות אדער נישט?
ענטפער מיר דאס איין ווארט יא! אדער ניין!! . עס קען זיין אז א בילד קען מען היינט משנה . עס קען אויך זיין אז מען קויפן א לעבער ביי גויישן פלייש פארקויפער.
אבער נאכאמאל איין פראגע . דאס וואס דו זעסט דא אויפן בילד אזוי וויא עס ווייזט יעצט. איז "חלב דאורייתא אדער נישט.
נאכדעם וואס דו וועסט קלאר ענטפערען יא!! אדער ניין!! וועל איך דיר ווייטער זאגען אלעס
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 08:54 |
|
| |
פון דא דארט. איך האב יעצט באמערקט דיין שטיקל וועגען "טשאקלעט" למעשה איז אמת אז מען כשרט נישט די טשאקלעט מאשינען מיט וואסער אויך נישט מיט אויל. נאר מיט טשאקלעט אליין. . למשל . אויף די מילכיגע ליין אין די פעקטארי " סיי ביי בלאממערס" סיי ביי קאפערס" אפילו ביי "אמבראסיע" און נאך פלעצער וואס איך וויל נישט אויסרעכענען מחמת איזה טעם. לויפט חלב עכו"ם (דהיינו היינטיגע צייטן חלב טריפה כמו שכתבתי כמה פעמים בפורום הזה) און ווען "התאחדות" וויל מאכען כשרע טשאקלעט . אפילו פארווע. פאר שופרא טשאקלעט . אדער פאר א צווייטן לאזט מען דורכלויפן א סכום פארעווע טשאקלעט וואס מען נוצט נישט פאר די היימישע פראדוקשאן . נאכדעם לויפט דורך די פארעווע טשאקלעט . פארן הימישען געברויך פאר אלע אידישע פאבריצירער וואס מאכען פון די טשאקלעט אלע זייערע געברויכן.
אפילו די געוועזענע קאמפאני "קוקליין" לעבן מירטל עווע. אין ניי וויליאמסבורג דארט וויא עס איז דא היינט יאקאבאוויטש בילדינג. דארט איז געווען א עקסטערע שטאק מיט מאשינען פאר מילכיג (חלב עכו"ם) און א עקסטערע שטאק מיט מאשינען פאר פארווע . (די גאנצע פאבריק האט געהאט די הכשר פון ראביי ליווי פון די או קעי. . אדער די קאמפאני קארלבאד אין בראססעלס בעלגיום . וואס איז אויך געווען אזוי . וואס פון דארט קויפט מען אויך די היימישע טשאקלעטס. . האט זיך אויך געקענט טרעפען אז אמאל אמאל ווען דער גוי האט געהאט א גרויסן ארדער פאר מילכיגע חלב עכו"ם טשאקלעט האט ער געמוזט נוצען די פארעווע מאשינען פאר זיינע חלב עכו"ם . און נאכדעם האט מען געמוזט מאכען דעם פראסידור דורכצולאזן " פארעווע" טשאקלעט. נישט פארן היימישען געברויך......אבער לדעתי קענסטו עסן טשאקלעט סיי מילכיגע און סיי פארעווע פון די הכשר פון בד"צ עדה החרדית וואס דארט איז נישטא דעם פראבלעם. בכלל . און אפילו דאהי איז נישטא קיין ערענסטע שאלה. ווייל טשאקלעט ווערט קיינמאל נישט הייסט 110 דעגריס. ווייל אז נישט ווערט עס צוגעברענט . ממילא איז נישט אזוי וויכטיג בכלל דאס כשרן. . אויסער " ביי די פינאט טשוס" וואס רוב פון זיי ווערן געמאכט " ביי די קאמפאני ג... פינאט טשוס אין פענסילוועניא . וואס דארט ווערט עס געמאכט אין זעלבען "קעסל" די מילכיג "חלב עכו"ם(טריפה) מיטן די פארעווע וואס דער עולם עסט (ווער עס עסט)וד"ל. דארט קען מען זאגן "יש למנוע" און בדרך אגב וועגן די ברכה אויף טשאקלעט. חאטשיג עס איז געמאכט פון קאקא בונדלעך וואלט מען אפשר געדארפט מאכען "בורא פרי האדמה" אבער אזוי וויא עס איז בכלל אינו ניכר הפרי . און עס איז דא זייער א סאך צוקער און נאך טעמים מאכט די גאנצע וועלט די ברכה "שהכל". והשי"ת יעזור שתהא בריא ומבורך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 11:16 |
|
| |
עבד, איך האב געהאלטן פון די ערשטע מינוט אזוי, און איך בין יעצט נאך זיכערער דערין, אז קליינער קאפ, איז דער באטערער אליין דורך א שליח. עס זעט זיך קלאר ביי זיינע תגובות.
טרענט. דו דערמאנסט מיך וואס איך האב געהערט פון איינעם תיכף נאכן ערשטן אסיפה פון התאחדות. האב איך עם געפרעגט, נו וואס איז געבליבן ביי די אסיפה?, זאגט ער מיר, דריי החלטות, 1) מען מעג ווייטער עסן, מען וועט נאך מברר זיין פונקטליך פארוואס. 2) די מעשה איז נישט אמת, מען וועט נאך מברר זיין פונקטליך וויאזוי. 3)אויב חלילה שטעלט זיך ארויס אז די מעשה איז יא געווען אמת, דעמאלס האט עס זיכער פאסירט ביי רובאשקין.
די מעשה פון דעם מלמד וואס האט געשאלטן דעם קלויזנבורגן רב זי"ע , איז אביסל מער אין פלאץ ווי דיין אריינמישן דא דעם סאטמארן רב זי"ע, ווייל דאס טוט אביסל מסביר זיין דעם מהלך פון דעם טעראר אין אונזערע מקומות.
אבער למעשה וואלט איך טאקע געוואלט אז איינער זאל מיר מסביר זיין פארוואס יעדעס מאל וואס איינער רעדט א ווארט אז עפעס טויג נישט מיט די שחיטה, ווערט ער אויטאמאטיש א שונא פון רבי'ן, (כ'האב עס אמאל געפרעגט פון א יוד, ענטפערט ער מיך זעט אויס אז דער רבי האט חתונה געהאט מיט די בהמה, אין מען ווערט ברוגז אז מען טשעפעט מיט די רביצין'ס משפחה).
זייט נישט ברוגז אבער דער רבי איז קיינמאל נישט געווען אין שלאכט הויז, און ער האט נישט געגעסן פון די שחיטה אויך נישט, ער האט געהאט אן אייגענער שוחט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 12:01 |
|
| |
יא יא, נאך עפעס, איך בין געווען דעם שבת אין בארא פארק, כ'בין געגאנגען קיין מונקאטש כ'האב דארט עטליכע באקאנטע, כ'האב מיך דארט נאכגעפרעגט וועגן די מעשה מיט דעם שוחט, מיט דעם באטערער. וואס זאל איך אייך זאגן די מעשה איז גארנישט אזוי פשוט ווי די לייגסט עס אראפ. נאר עס איז צו לאנג איך זאל עס דא אראפשרייבן אויפ'ן פארק, אויסער וואס ס'איז שוין נישט נוגע אויף יעצט. נאר צוויי קליינע נקודות. 1)מונקאטשער רב האט ארויסגעווארפן דעם באטערער פון זיין ישיבה, ווייל ער איז דעמאלט ביי די פרשה געווען א מחוצף פאר מונקאטשער רב, מיט עטליכע זאכן, און באטערער רב איז נישט נאר געווען איינגעשטעלט ביי עם נאר ער איז אויך א תלמיד פון מונקאטשער רב.
2)דער שוחט האט זיך נישט משדך געווען מיט'ן באטערער, ס'הייבט זיך נישט אן, (ער האט נאך בכלל נישט חתונה געמאכט קיין קינדער.). דער באטערער האט זיך משדך געווען מיט דעם שוחט'ס ברודער.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 19:10 |
|
| |
המשך נאטיצען
4}די קאמפיטעשין, די מוציא שם רע, לויפן שוין ארום די לעצטע צוויי וואכען ווי רוח געטריבענע
צי יעדן רב אדער מנקר, אז זיי זאלן ארויס קימען קעגן נירבאטעור'ס השגחה, די פאקט האט באוויזן
אז זיי האבן נאך נישט באקימען פין קיין שום ארקענטער רב/דיין וואס טיט אין כשרות קיין בריוו קעגן מיעל מארט,
פארוואס??? ווייל דער נירבאטעור האט אויך מודה געווען פין די ערשטע מינוט, אז דא איז ליידער געשען א טעות
וואס האט נישט געטארט געשען, ער קריגט זיך נישט, ער פראבירט עס נישט צי פארדעקן, ער זאגט אפן אז לויט
טייל פוסקים איז יענע שטיקעל חלב דאוריתה, {עס איז א מחלוקת הפוסקים, מיר נעמען לחומרא, פארשטייט זיך}
אין ער זאגט אז דא איז געשען א פארדריסליכער מענטשלעכער טעות וואס עס האט נישט געדארפט פאסירן,
אין ווי באלד יעדער ערנסטער רב/ דיין {איך רעד נישט פין להבדיל עבדעברי/על הגאולה מלחמת השטן} פארשטייט אין ווייסט
אז א טעות קען געשען, אין זיי ווייסען זייער גיט ביי זיך אז ביי זיי איז אויך געשען טעותים, ווילן זיי נישט ארויסקימען
קעגן מיעל מארט בשום אופן, פארקערט ער באקימט כסדר חיזוק, די אלע בריוון וואס מען זעט דא וואס דארט שטייט אז די פעטענס איז יא חלב
איז געשריבען צי רובאשקין נישט צי מיעל מארט, ווייל דער נירבאטעור זאגט אויך אז לויט טייל פוסקין איז עס חלב
ער קריגט זיך נישט מיט זיי, זיי די רובאשקין חברה לויפן ארום, זאגען אז דער נירבאטעור זאגט אז עס איז נישט חלב
וועגן דעם באקימען זיי בריוון אז עס איז יא חלב, אבער עס איז נישט די ערשטע ליגענט פין רובאשקין, אין נישט די לעצטע
עס ווייזט נאר אז הכלל כילו יצא, אז יענע חברה קען מען נישט געטרויען מיט גארנישט, אין זיכער זענען זיי נישט באגלייבט צי זאגע
אז די לעבער קימט פין מיעל מארט,
בקיצור, קיין שום רב קיין שום דיין, איז נישט קעגן מיעל מארט יעדער עסט ווייטער מיעל מארט פלייש
די התאחדות בריוו איז אויך נישט געשריבען געווארן פאר די פובליק, מען האט עס געשריבען פאר די בוטשערס,
אז ווי באלד מען זעט אז עס קען געשען א טעות זאלן די בוטשערס אכטונג געבן אז ווען זיי באקימען פלייש אז זיי זאלן עס איבער קיקען
אבער זיכער אזי עס נישט שייך ביים המון עס, ווייל דער המון עס ווייסט נישט וואס חלב איז
המשך יבוא אי"ה
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 21:26 |
|
| |
טראנט. לעת עתה אין לי מה להוסף . און איך האף אז דו נעמסט עס נישט אהן פערזעליך ווייל איך פארשטיי דיך. איך רעד נאר אין נאמען פון א גרויסן רב א ת"ח עצום ונורא. וואס ווען איך האב געלערנט ביי עהם אין סאטמאר ישיבה אין בארא פארק תשל"ד ל"ה . איז ער שוין געווען פאר דעם א ראש הכולל ערגעץ. מאזשויער רב שליט"א דער מנהל האט אונדז געזאגט דעמאלס אז ער קען גאנץ ש"ס יעדעס אות און יעדעס תוספות. און ער האט פארגעלערנט פאר אונז שו"ע . און עס איז דארט געווען זייער גוטע בחורים היינט מגידי שיעור אין קווינס ישיבה. און נאך איינער וואס פארקויפט היינט אויך טשיקענס.. נישט קיין נפקא מינה. מען האט געזעהן אז ער בקי אין אלע ארבע חלקי שו"ע סיי אין חו"מ און אוודאי אין או"ח יו"ד. און איך פרעג עהם אלע יארן מיינע שאלות מיט נאך יונגעלייט מיין גלייכן..
פערצופאל האט ער אויך א קבלה אויף ניקור פון דעם זעלבן הרב גענוט זצ"ל וואס דער מרדכי שווארטץ האט. וואס האט מנקר געווען ביי הגאון הגדול רבי מנחם זעמבא זצ"ל הי"ד.
וואס איך געדענק נאך אין יענע יארן וויא הרב גענוט ז"ל פלעגט קומען צו עהם אין הויז.
און ער וויל אז נישט קיין נ"מ מיעל מארט אדער רובשקין. מען זאל איינפירן אלע תיקונים און הידורים וואס עס איז נאר מעגליך. אז יעדער בלי יוצא מן הכלל זאל קענען רוהיג עסן בלי שום חשש ופקפוק
מיט דרייען און מיט ענטפערן "חילקי מנהגים" אדער " שלא להוציא לעז" אדער אנדערע שטותים והבלים וועט מען אין ערגעץ נישט אנקומען. אז מען מאכט תיקונים הייסט נאך נישט אז ביז יעצט איז ח"ו נישט געווען גוט. אלע מקוואות דאהי זענען בעסער וויא אינדערהיים. כמעט. נו מען דארף אויפהערען ארוםטענעען און טון למעשה להרבות כבוד שמים אמן
 |
|
|
|
|
|