באטור רב
דאס איז בלי ספק אז ער איז א חשובער יונגערמאן.
א יר"ש מרובים א ערענסטער רב כמותו ירבו בישראל.
ער איז א כשרות סימבאל נישט ווייל ער האט א פ.ר. קאמפאני נאר שמו הטוב הולך לפניו
און יא ער טוט עס פאר פרנסה.
אויף יעדן פאבליק פיגור וועלן מענטשן פרובירן אנקלעבן דברים שאינם הגונים אבער ב"ה לא הצליחו
ער האט סייעתא דשמיא
די סיבות דערצו ווייס איך נישט ווייל איך בין נישט אין הימל אבער עס קען זיין אז ווייל ער איז באמת ערליך און מיינט כשרות באמת א סאך פאר א דאלאר. און אויב דאכט זיך אים א פראבלעים איז ער פראעקטיוו
און זוכט נישט אפציווישען און באגראבן פראבלעמען.
מקען נאך רעדן און רעדן און אריינגיין אין דעטאלן. אויב וויל איינער ארויסברענגן עפעס .וועל איך בעזהש"ית ענטפערן. פארשטייט זיך נאר אז איך וועל האבן וואס
און איך בין נישט איינגעשטעלט ביי אים און אויך נישט קיין מחותן און נישט קיין מתפלל.
התאחדות הרבנים
די אלע מעלות וואס מהאמיר אויסגערעכענט אויף באטור רב האבן זיי נישט.
עס זענען דא ערליכע רבנים טאקע פון זיי. אבער סאיז ווייטאגלעך צו רעדן וועל איך איבערלאזן דאס נישט געזאגטע.
אגענדעס און מערכות איז זייער רוקן ביין.
איי ועט איר זאגן
נאאא לזאת יצרתו רבינו ז"ל דאס לעכערליכקייט דערפון פארשטייט יעדער און דאס קרומקייט איז יעדען באקאנט.
די אפענע צביעות. דהיינו רבנים שמעולם לא נקרו בחייהם. רב ביק רעדט כאטש נישט אריין גאלאנטער רב פרעגט אפען איני יודע אבער ילמדינו . אבער ר' הלל שמאטשקעט מיטן לעבערל ווי ביי זיך אינדערהיים .כאילו ער האט שוין געזען אזא בריאה.
ווען דער באטור רב וויל זיי שטעלן אין פלאץ וואלט ער ביים מיטינג געדארפט ברענגען א מעסערל און זאגן רבינו עמוד און שניידן זי ביטע און אדרבה ווייזט רבילעך וויאזוי ממאכט ניקור . און איך זאג דיר צו אז די בושות וואלטן געווען געוואלדיג.
אנטשולדיגט פארן פארקריכען.
רב ברוידא
א פיינער יוד . אויף וויפל איך אדער סיי ווער קען אים
כהאב נישט קיין מעלות אדער חסרונות צו פארקויפן. ווייל ער איז נישט אן אונזערער. סאיז אזויווי איך זאל דיר געבן מיבינות אויף די וואלן אויסגאנג אין מאגאדישו אדער סרי לאנקא.
1 זאך נאר. אז ס'איז אינטרעסאנט אז אפילו ביי די פינקל פרשה און יעצט אויך איז ער נאר ביזי געווען אז מ'צאפט ווייסמאנדל דאס בלוט און אז די רבנים זאלן שרייבן א בריוו ווי גוט ווייסמאנדל איז.
סאיז געווען אזויווי איך זאל אייך קרעפן ביי א חתונה און איר וועט מיר בעטן צי פיטערן פאפאגייס אין אפריקא. און דאס זעלבע וועט איר בעטן ווען איר טרעפט מיך ל"ע ביי אן אבל אין שטוב און אויך אין קאני איילענד חוה"מ .....ביטע פיטער פאפאגייס אין אפריקא.....מה ענין שמיטה? דאס איז דאס גאנצע וואס איז אביסעלע קוריאז
איז דאס בריוועלע גיט מיר אביסל אינסייד אינפא. אז די פאפאגייס און אפריקא זענען אביסל צי נאנט צום הארץ אלא מאי אז דאס הארץ ציט אהין מיז דאך זיין א סיבה. און אז ס'איז דא א סיבה איז דאך דא נגיעה און אז סדא נגיעה איז שוין נישטא קיין קשיא
רב מחפוד
א ירא שמים א עקספערט און ניקור
נישט קיין פאליטיקאנט
נישט זעענדיג דעם שטיקל לעבער האט ער אבער געזאגט אז דארט אויף יענע זייט איז נישטא קיין שאלה פון חלב הכליות ווייל סאיז נישט לעבן די כליות.
א טאג דערנאך איז מען אים געקומען צינדען אין זאגן כאילו מיל מארט זאגט אין זיין נאמען אז עס איז נישטא קיין שום שאלה פון חלב בכלל ביי לעבער. איז ער געשפרינגען אין געשריבען א בריוו ווי סך הכל שרייבט ער אז סאיז יא מעגליך ...און אז מזאגט נאך בשמי אז נישט און ח"ו וכו' וכו' און די צביע'ניקעס האבן דאס גענוצט כאילו דאס איז קעגן באטיר רב. ס"ה איז יעדער מודי אז מדארף מאכן ניקור אויף כבד.....אבער פאר אפאר יוצא דופן'ס אנצופילן פאפירן איז עס גענוג געווען אפיךו אויב מליינט דאס זעהט מען דערין גארנישט מער ווי אז מדארף מאכן ניקור
און די 2טע בריוו איז דאס זעלבע נאר אן די שטיקעל אז מזאגט אין זיין נאמען
מיל מארט
מיום וואס רביה"ק האט געגרינדעט א ון מייסד געווען א שחיטה זענען די אחים וויינשטאק דעם רבינ'ס סאלדאטן
רופט עס א ביזנעס דעסיזשאן וויפיל איר ווילט אבער דאס איז דער פאקט
וואס אימער דער רבי האט געוואלט האט מען דארט איינגעפירט און מהאט נישט קיינמאל געקארגט אויף כשרות און ישרות . זיי זענען אייביג געווען די וואס האבן געכאפט חיצין ובליסטראות . זיי וואלטן געקענט זיין סתם א קאמפאני ווי אבי ווער {חיימאוויטש-רובאשקין} און שחט,ן פאר סאטמאר אויך...נאר וואס דען א חסיד איז א חסיד סיי אין ביזנעס סיי אינדערהיים א סאלדאט איז א סאלדאט
פארבעסערן? ווער וויל פארבעסערן וואס דער הייליגער רבי האט איינגעפירט? נישט אז מטאר נישט. אבער פארוואס?
און זיי זענען און די געלט ביזנעס נישט טריץ ביזנעס.
אויב וויל איינער בית יוסף דאן איז פאר זיי א אינטערעס צו קענען צושטעלען
אויב רח"ד כ"ץ וויל אראפנעמן די 12טע צלע איז אראפ. פארוואס נישט?
אז איינער וויל סאטמאר פלייש וועט מען אים צישטעלן פארוואס נישט?
ביזנעס איז ביזנעס
אוודאי די אלע יארן האבן זיי שיין פארדינט פון זייער ביזנעס
און פון צושטעלן דאס בעסטע און שענסטע און מהידרדיגסטע פאר אונזער עולם
אבער צו דעם קומען צו די ווייטאגן . וואס אוב מ'וועגט דאס מיין איך לדעתי הקטן....אז זיי וואלטן פיל בעסער געשטאנען אויב זיי זענען אומאפהענגיק און "סאטמאר שעכט "אויך" דארט.
פארשטייט זיך אליין אז תיקונים וויל א יעדער. און אז מדארף פארבעסערן אדער מחזק זיין איז עס אין זייער אינטערעס אז ס'זאל זיין מיטן גרעסטן בעסטן פארנעם וואס עס איז שייך.
ווי אויך פארשטייט זיך אז נישט יעדער מאן דהוא אדער בר בי רב דחד יומא{כינים ליי"ז}וועט מאכן א קאמפאני וואס רירט זיך נישט פון רבינ'ס מסורה גיין קאפ אראפ פיס ארויף.
להמשיך
לכשישלמי אותי........................גיט א שמייכל