|
|
| נשלח ב-23/11/2006 00:12 |
|
| |
ליידער האנדעלט זיך דא פון א מכשול נורא, וואס ווער ס'האט נאר א טראפ יראת שמיים, ווערט דערציטערט דערפון. דא האנדעלט זיך איבערהויפט נישט פין קיין שום פרעזענדליכע חשבונות פון נקמה.
מעשה שהיה כל היה. א חשוב'ער כולל יונגערמאן, א תלמיד חכם, וואס איז נישט פארמישט אין קיין שום פאליטיק, ער איז נישט קיין ארוני און נישט קיין זאלוני, אויך נישט קיין געגענער צו סיי וועמען, וואס האט לעצטענס אדורך-געהאראוועט גרונטליך הלכות ניקור, און האט באקומען חשוב'ע קבלות פון רבנים מובהקים, האט די פאריגע וואך באשטעלט ביי "ירושלים" פלייש געשעפט 5 בהמה-לעיבער (נישט צינג) פון מיעל מארט (עללי-פראססעסינג אינק). איך טו אינטער-שטרייכן נאכאמאל: "מנוקר'דיגע" (געטרייבערטע) לעיבער.
דער באקס מיט די 5 לעיבער איז באשטעלט געווארען ביום ד' חיי שרה, און איז אנגעקומען אין "ירושלים" פלייש געשעפט למחרתו ביום ה'. דער באקס איז געעפענט געווארען דורך דעם יונגערמאן, בנוכחות שני עדים כשרים! ליידער איז קיין איין איינציגע לעיבער נישט געווען הונדערט פראצענט "מנוקר". אבער איינס פון די פינף לעיבער האט גאר געהאט אויף זיך "חלב דאורייתא" ממש! יא, יא, אזוי ווי איר הערט: חלב הכליות, וואס איז חלב דאורייתא! מ'שפילט זיך דא מיט איסור כרת ממש!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2006 01:15 |
|
| |
חלב הכליות איז עס "נישט"
יא דעם שטיקל נעמט מען געווענליך אראפ "מפני מראית עין"
דא זעען מיר בעין ווי הייליג אינזערע חז"ל זענען
אז ווען זיי זאגן מראית עין מיינט מען נישט דעם גוי.............
{ליין:עירוב ראדני}
ממיינט דעם חשובן אינגערמאן וואס לערנט זיך הלכות ניקור
אגב.
אמת עס באלאנגט נישט דארט דער שטיקל הויט. אבער פון א הייטל ביז די דערציטערענדע
"חלב דאורייתא" איז פאלג מיך א גאנג
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2006 02:04 |
|
| |
המשך הדברים (2):
אויפ'ן פארלאנג פון דעם יונגערמאן, האט "ירושלים" פלייש געשעפט דעליווערט דעם לעיבער צו הרה"ג ר' הערשל ברוידא שליט"א רב דקהל שערי אורה אין בארא פארק. הרב ברוידא האט זיך תיכף פארבונדען מיט די ב"ד המיוחד לעניני כשרות פון התאחדות הרבנים, און פאר זיי געוויזן דעם לעיבער. דער ב"ד המיוחד לעניני כשרות פון התאחדות הרבנים, ה"ה הרב מגאלאנטא שליט"א, הרב הלל וויינבערגער שליט"א און הרב ביק שליט"א, האבן אלע באטראכט דעם לעיבער, און אלע האבן מסכים געווען פה אחד, אז ס'איז חלב דאורייתא ממש בלי שום ספק!
מ'האט אנגערופען דעם רב המכשיר, ה"ה הרב מנירבאטור שליט"א, וועלכע האט אריבערגעשיקט צי התאחדות הרבנים זיין הויפט משגיח ר' מאיר ראטענבערג צוזאמען מיט די צוויי מנקרים פון מיעל-מארט (וועלכע זענען פאראנטפארטליך פאר'ן ניקור פון די לעיבער). קודם האט מען אריינגערופען אין צימער ר' מאיר ראטענבערג און געוויזן דעם לעיבער, און ר' מאיר האט אויך מסכים געווען אז דאס איז חלב דאורייתא. דערנאך האט מען אריינגערופען אין צימער די צוויי מנקרים, און זיי ביידע האבן געזאגט אז ס'איז נישטא קיין שום פראבלעם, ס'איז נישט קיין חלב!
בקיצור, פון יענע אסיפה איז מען ארויסגעקומען מיט אן החלטה, אז ס'איז דא א פראבלעם מיט די מנקרים. און דער נירבאטור רב האט אפגעזאגט איינע (?) פון די מנקרים. (אגב, די צוויי מנקרים זענען טייערע פיינע עהרליכע אידן, זיי קענען נאר נישט קיין הלכות ניקור על בוריו).
הרב ברוידא שליט"א האט זיך אויך פארבונדען מיט הרב בעלסקי פון ou וואס גיט אויך די השגחה אויף מיעל-מארט, און אים אויך געוויזען דעם לעיבער. הרב בעלצסקי האט תיכף געזאגט מיט א קלאהרקייט אז ס'איז זיכער חלב דאורייתא, און ס'איז א שטארקער פראבלעם וואס דארף האבן א תיקון. עטליכע רבנים פון פארשידענע קרייזן וואס האבן זיך פארבינדען מיט הרב בעלסקי, האבן פון אים געהערט קלאהרע דיבורים אז דא האנדעלט זיך פון חלב דאורייתא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2006 02:18 |
|
| |
מלחמת: ווער האט געזאגט ? ווי געזאגט ? פין ווי ווייס איך אז די זאגסט אמת, אין די אלע רבנים זענען ביי די מיינאג? ווי איז התאחדות ? ווי איז רב בעלסקי ? פארוואס באהלט זיך איעדער איינער, איז נישט די שטיל שווייגן פין אלע רבנים וואס ווייסן א גרעסערע אוולה ווי דאס אז עפעס א מנקר האט נישט געטויגט ? פאר וואס דארף מען נישט כשרן די כלים ? האט די התאחדות געהייסן כשרן די זאלן וואס האבן גענימן די פלייש ?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2006 03:35 |
|
| |
לפי ידיעתי איז די מעשה פון מלחמת השם קראנט און וואר, ליידער.
אויף די פראגע פארוואס מען שווייגט, ליהוי ידיעא אז א קנאפע יאר צוריק איז אויך פארגעקומען עפעס אן ענליכע פרשה מיט די פלייש און מען האט עס אויך דערשטיקט, דאס זעלבע וועט יעצט ווידעראמאל פארקומען.
והסיבה פשוטה, דא האנדלט זיך נישט פון א יחיד, עס האנדלט זיך פון א ריזן פארצוויגטע מערכת הכשרות, צי איז דאס נירבאטור, צי התאחדות, עס איז א זאך וואס מען קען נישט ארונטעררייסן, א שטייגער ווי שבח, ווייל דאן פארלירט דער גאנצער כשרות סיסטעם איר חזקה און צוטרוי.
יא אמת, מען האט עס געכאפט ב"ה, און מען דארף גלייבן און האפן אז עס זאל מער נישט פארקומען. גלייכצייטיג טוט מען שטארק ארבייטן דאס צו פארבעסערן און באזייטיגן די מכשולות ווי ווייט מעגליך. און יעדער זאל פרעגן זיין מורה הוראה בנוגע כשר'ן כלים, און א תשובה אדער צדקה.
ברם זכור. די ווייטע לויטערע אויגן פון קאשויער רב זצל, וואס האט שטענדיג געשריגן אז די 'כשרות סיסטעם' אין די פארצווייגטע פלייש אפלייטונגען, איז נישט מעגליך אפצוהיטן כדת וכדין!
נישט ווייל איך האב נישט געגעסן קיין מיעלמארט פלייש. ליידער פלעג איך פון צייט צו צייט אריינכאפן ערב שבת א גוטן טשולענט [כאטש נישט קיין לעבער], אבער לדאבוני האב איך טאקע געגרייזט צו עסן מכל הבא לידי, וקבלה על העתיד בע"ה.
די אויסגעהאלטענסטע פלייש בזמנינו איז לדעתי, די בני יואל שחיטה. מען דארף באשטעלן פון פאראויס, מען גייט אראפ צו א פארם און מען שחט איינצעלנע בהמות, אן קיין רעש מיט א רואיגקייט און א געניטקייט. די בודקים ומנקרים זענען יראים ושלמים, נישט קיין סתם ארבייטערס מיט א משגיח אן טאַפּ. עס קאסט טאקע זייער טייער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2006 04:17 |
|
| |
פאר דער וואס רעדן זיך איין אין די ריינקייט פון דער נירבאטור רב, איז וויכטיג זיי זאלן געדענקן אז דער הכשר איז עם ווערט א פערטל מיליאן דאלער א יאר!
אגב האף איך אז דאס וועט זיין א לימוד פאר דער נירבאטור רב נישט צו בארעדן אנדערע בעלי מכשירים
פשוט דערפאר וואס ער זיצט דערין מיט אזוי גרויס א געלט נגיעה, אז ס'איז נישט מן הנימוס ער זאל דארשענען וועגן קאמפעטישען זיינע
און דאס איז חוץ פון "קשוט עצמך..."
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2006 05:55 |
|
| |
המשך (3)
דער אמת איז, אז א מכשול קען ביי יעדען פאסירען, ר"ל, אין אויף דעם האט שוין דוד המלך געזאגט "שגיאות מי יבין". דער גרעסטער פראבעלם איז, וויאזוי א מכשול ווערט באהאנדעלט. אן ערנסטער איד, וכ"ש אן ערליכער רב, נוצט אויס דעם מכשול לתועלת, על דרך שאמרו חז"ל "אין אדם עומד על דבר אלא אם כן נכשל בה". אויף אזא איינעם זאגט דער פסוק "ומודה ועוזב ירוחם".
ליידער ליידער, ביים איצטיגן מכשול (פון כרת ר"ל) טוט מען פונקט דאס פארקערטע. מ'פארטושט, מ'פארנעפעלט, און מ'נארט אפ דעם ציבור היראים ומדקדקים, מיט כל ערלעיי שמועות מיט באבע מעשעלעך, כאילו סאיז קיינמאל קיין מכשול נישט געווען. און ממילא, דארף מען גארנישט צו פאררעכטען.
אין די היינטיגע צייטונגען האט דער באטערער רב מפרסם געווען א מודעה רבה "אישור כשרות" וואס איז שוין פריער געפאויסט געווארן אין דעם אשכול. זיין מודעה איז געשריבען געווארען בנוסח וסגנון כזה, אז עס איז קיין פראבלעם נישטא, ויאכלו ענוים וישבעו.
לאמיר אביסעלע צונעמען דעם באטעררער רב'ס אישור כשרות.
דער באטערער רב שרייבט: "הניקור של כל חתיכה וחתיכה של בשר הנ"ל נעשה בהשגחת מנקרים מומחים". באמערקט, ווי ער דרייט זיך ארויס פון דערמאנען דעם ווארט "כבד" (לעיבער). ער שרייבט, אז דאס ניקור ווערט געמאכט "בהשגחת מנקרים מומחים" – און נישט "על ידי מנקרים מומחים". ווייסט איר פארוואס? ווייל נישט די מנקרים מומחים מאכן דעם ניקור, נאר גויים טוען דעם ניקור. די מנקרים מומחים זיינע, גיבן נאר די השגחה.
דער באטערער רב טיטולירט די מנקרים אז זיי זענען "מומחים, יראי ה', שלמדו אומנתם אצל מנקרים מומחים שהיו להם קבלה על ניקור מרבנים גאונים זי"ע מדור הקודם", עכ"ל. איר הערט? זיינע מנקרים – המשגיחים, פארמאגען נישט קיין "קבלה" אויף ניקור. נאר זייערע מלמדים האבן געהאט קבלה...
ווייטער שרייבט דער באטערער רב: "סדר הניקור הוא עפ"י המבואר בהכתב של הבד"ץ של העדה החרדית בירושלם מיום כ"ג חשון תשמ"ג". יא, יא. אבער פון בד"ץ של העדה החרדית איז פארהאן נאך א מכתב, פון 2 יאהר פריער - תשמ"א, ווי דארט שטייט מפורש, אז א מנקר מוז האבן די פאלגענדע 3 תנאים: א) שילמד אצל מנקר מומחה ויר"ש מפורסם. ב) צריך שהמלמד יתן לו כתב אישור שלימודו עלה יפה, והוא זריז ובקי במלאכתו. ג) צריך להופיע בפני בי"ד או בפני חכם המקובל להורות הוראה, והוא יבחון אותו, ואז יתן לו כתב קבלה לסומכו במשרת מנקר".
דעם באטערער רב'ס היינטיגען בריעוו, איז א קלארער "הודאת בעל דין" אז ער עובר בשאט נפש אויף אט די הוראות ברורות פונעם בד"ץ. און שעמט זיך נישט אויס-צו-נוצען דעם בד"ץ מכסה צו זיין על פשעיו.
מה נאמר ומה נדבר...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2006 16:00 |
|
| |
רבוש"ע
אוודאי איז דער כליות אין אויך די לעבער אין בויך פון די בהמה
נאר אז דיין קאפ איז אויך דארט דאס האב איך פארפאסט אינעם בילד
---------------------------------------------------------------------------------------
איז עס חלב?--------ניין
אלע רבנים איינשטימיג? -------------יא
נעמט מען דעם שטיקל הייטל געווענליך אראפ?--------יא
פארוואס נעמט מען עס אראפ? --------מפני מראית עין
איז די אסיפה נעכטן אין מיעל מארט געווען שטורמיש?----פרעגט דעם וועטער נביא
----------------------------------------------------------------------------------------
ווער עס איז געווען דארט האט מיר איבערגעגעבן אז:
מהאט געקענט דערקענען אויפן פנים ווער פון די רבנים האבו נושא ונותן געווין להלכה
איו וועלכער האבן פרובירט צו פלעקסען מאסעלס.
איין ב"פ כוכב איז נאר געווען פארנומען אז מזאל אויפהערן שופך דם זיין ווייסמאנדלען.גיי ווייס
וואס ער וויל...........און ווי דאס קומט צו חלב..........אפשר צו "כבוד"..................
יעצט איז אזוי
על הגאולה . מלוה מלכה.מלחמת ה'
----------------------------
I CHALLENGE YOU
צו פרעגן און POINTEN אמת'ע פאקטן. נישט סתם גראדזשענען אין ווארפען פסוקים און בילדער
א דאנק
----------------------
ווי אויך אז אויב עס איז נישטא ווייטער וואס צוצולייגען.
איז נישט קיין מצוה צו סתם טענה'ען אדער טייפן.
מהאט שוין געהערט אזאנס אז מ'ווישט די נאניע און מ'גייט ווייטער
----------------------------------------------------------
AN APOLOGY IS NOT EVEN EXPECTED FROM THE KIND OF PEOPLE LIKE YOU
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2006 19:03 |
|
| |
ליידער ליידער איז אין פוצה פה און מען זוכט נאר צו פארווישן
ווי גייט דאס ווערטל
נאך א מזל פינקל איז געווען א יעקער און נישט קיין חסידישער
ווייל ווען ער זאל ווען געהרען צו א חסידות וואלט מען שוין פארווישט די גאנצע מעשה
והיינו טעמא דשופר והיינו טעמא דלולב
דאס פארענטפערט פארוואס מען מוז ווארפן צעטליך און גאס
ביי פינקל זענען געוויסע רבנים גלייך ארויס מיט א צעטיל צו כשרן די כלים, און אלע רבנים ביז 2-3 טאג.
אבער דא האט קיינער נישט די "גאאטס" צו שרייען דעם אמת (א חוץ קאשוי'ער רב זצ"ל בשעתו)
במילא מוז מען לייגן צעטליך אין גאס
אמת לא זו הדרך לכאורה וואלט מען געדארפט גיין צום נירבאטור אבער ליידער וויל ער נישט הערן
דער אינגערמאן וואס האט דאס געטראפן איז שוין פאר 2 יאר צוריק געגאנגען צום נירבאטור אז ער האט געטראפן עפעס וואס טויג נישט, אנשטאט צו הערן און מתקן זיין האט ער אנגעזאגט פאר אלע בוטשערס און בארא פארק אז מען זאל אים נישט אריינלאזן.
איז אז מען האט נישט קיין ברירה מוז מען ווארפן צעטליך
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2006 20:16 |
|
| |
קבלתי באישי
די גאנצע מעשה איז איין שטיק בלאף ורציחה
עס איז אמת אז מען האט געטראפן א שטיקעל אויף די לעבער, די שטיקעל איז פארזען געווארן דארט, עס איז א טעות וואס קען זיך מאכען סיי ווי אין סיי ווען, אין עס האט זיך שוין געמאכט איבעראל די טעותים, אדער ענליכע טעותים
די שטיקעל איז אזוי גרויס ווי א שעורה, א פינטל. נישט גרעסער עס איז א זאך וואס קען זיך מאכען, עס טאר זיך ח"ו נישט מאכען, אבער פין צווישען מילאנען שטקלעך כשר שטיקלעך פלייש האט זיך עס געמאכט דער שטיקעל וואלט סיי ווי נישט אנגעקימען צום קאסטומער, ווייל דער בוטשער וואלט עס נאך אוועק געשניטען, זיי שניידן נאך אוועק די עקן, וכדומה נערמאלערהייט ווען וועלט איז וועלט, גייט מען צים בעל המכשיר מען ווייזט אים עס, מען מאכט תיקונים אז עס עס זאל מער נישט געשען, ווייל א טעות קען זיך מאכען, היות אבער אז היינט ציטאגס לעבן מיר אין א אנדערע וועלט, א וועלט ווי רשעות ורציחה פארנעמט דעם אויבן אן, איז געשען וואס עס איז געשען, מען האט געמאכט א שטינק על לא דבר מען ווארפט זיך מיט יענעם פאר גארנישט, קיין שום רב, האט גארנישט קעגן מיעל מארט
בנוגע די מעשה פין מלחמת ה
די מעשה האט נישט קיין הענט אין קיין פיס
1}פארוואס האט דער חשובער אינגערמאן געדארפט 5 שטיקער בהמה לעבער?? קר"י בוטשער פארקויפט נישט אזויפיל אין א חודש!! {עס איז נישט א גאנגבאר ארטיקעל
2}פארוואס האט ער עס געפענט קעגן צוויי עדים??, פארוואס האט ער געטראכט אז ער גייט טרעפן חלהב??
3}וואס איז מיט די אנדערע 4 שטיקער לעבער???
5}ווי זענענן אלע רבנים, שוחטים ובדקים, בוטשער סטארס, פארוואס באמערקן זיי גארנישט?? אויב עס איז אמת אז מיעל מארט ווייסט נישט ווי אזוי מנקר צי זיין??!!
פארוואס דארף די מעשה זיין מיט א איגערמאן וואס האט קבלות אויף ניקור??
דער אמת איז, אז עס האט זיך טאקע אדורוך געגלישט בשוגג די שטיקעל חלב, , אבער עס איז נישט קיין זאך וואס איז געשען מיט 5 לעבער נאר פשוט די איין שטיקעל, די מנקרים ווייסען זייער גיט וואס זיי טיען נערמאלערהייט, ברענגט מען ארויף אזא מכשול פארן רב בעל המכשיר, ער נעמט די זאך אין די האנט, ער מאכט א אסיפה צווישען זיינע מנקרים, ומשגיחים, אין מען איז זיך מקבל אז עס זאל מער אפאכט געבן
דא אבער איז איינער געגאנגען, ווייל ער האט א אלטע חשבון מיט דעם באטעור רב אין ער האט געמאכט א שטינק דערפין ווען באטעור רב וויל ווען קען ער צוריק געבן מנה אחת אפים, ווייל יעדער וואס טיט אין הכשרים ווייסט אז א טעות מאכט זיך כסדר, אין טאקע וועגן דעם דארף מען א ערליכעם קליגען בעל מכשיר וואס זאל שטיין כסדר אויף די וואך
נאך א פוינט
עס איז נישט דא קיין שים חיוב אז דער באטעור איז מחיוב צי זאגען פארן ציבור אז דא איז עפעס געווען א טעות דער ציבור קען ווייטער עסן די פיצא רואגערהייט, אין נאכקימען אלע תאוות 100% פראצענט אזוי אויך די אלע וואס זיצען דא אויפן טריפה'נעם אינטערנעט אין פייטען מיט בכיות פאר כבוד שמים, זיי קענענן עס ווייטער טיען מיט א רואיגערהייט וואס יא?? ער האט גענימען די נויטיגע שריט אז עס זאל מער נישט פארקימען, אייביג מאכט אז עס געשענט א פראבלעם, אין דאס איז די ארבייט פין א בעל המכשיר צי זען אז עס זאל מער נישט פאסירען אבער ער איז אבעסאלאוט נישט מחיוב יעצט זיך אויסצי שרעקן ברבין פאר א פאר ליידג גייערס וואס ווייסט נישט אין וועלכע חלק שלחן ערוך די הלכה שטייט
די אלע ערליכע אידן וויסען דאס אין פארשטייען דאס יעדער נערמאלער רב וואס האט נישט קיין אגענדא האלט מיט אים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2006 20:56 |
|
| |
קליינעקאפ:
נעכטען איז דיין מעשה געגאנגען אז ס'איז קיינמאל נישט געטראפן געווארן קיין "חלב", נישט קיין דאורייתא נישט קיין דרבנן, נאר אזא פעטענס וואס מ'דארף אראפנעמען צוליב "מראית עין".
היינט, מיטאמאל, ביסטו שוין מודה אז ס'איז יא געווען חלב אויפ'ן לעיבער, נאר "בשוגג" וכו' וכו' וכו'. און דערצי הייבסטו אהן מיט א שמוץ קאמפיין אקעגען דעם יונגערמאן.
ווער ס'גלייבט דיך נאך אפי' איין ווארט, איז טאקע א קליינעקאפ...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2006 21:26 |
|
| |
והסיבה פשוטה, דא האנדלט זיך נישט פון א יחיד, עס האנדלט זיך פון א ריזן פארצוויגטע מערכת הכשרות, צי איז דאס נירבאטור, צי התאחדות, עס איז א זאך וואס מען קען נישט ארונטעררייסן, א שטייגער ווי שבח, ווייל דאן פארלירט דער גאנצער כשרות סיסטעם איר חזקה און צוטרוי.
די צוטרוי ווערט פאלוירן דארך די קאווער-אפס, אין די גאנצע מהלך פין איי גאאט יא ,אין נישט נאר די צוטרוי פין די אדער יענער רב המכשיר נאר פין די גאנצע סיסטים.
עס איז נישט קיין פראבלעם צי זאגן יא סהאט זיך געמאכט, אלס קען זיך מאכן, אין ביי איעדעם קען זיך מאכן, אין עס וועט פין היינט אין ווייטער נישט פאסירן, ווייל מיר, אין אזוי אויך אנדערע בעלי מכשירם, האבען ב"ה אינטער גענימען די אין די באוורעניגען.
די סיבה פארוואס א ב"ב איז נישט באגלייבט איז ווייל ער האט א געלט נגיעה, דער איינגעשטעלטע אין די ביג-כשרות אינדעסטרי האט פינקט אזא נגיעה, אין פאסט פינקעל-געט איז א שיפע טאש נישט מער באגלייבט.
ווען פינקעל-געט איז ווען נאר צווישען די רבנים, אין נישט אויף די גאס, וואלט זיך ווען גארנישט געטוישט
יעדער זאל פרעגן זיין מורה הוראה בנוגע כשר'ן כלים, און א תשובה אדער צדקה. מיין מורה הוראה ליינט נישט קיין פארשקווילן אין קיין הייד פארק. (אזוי עכ"פ זאגט ער מיר)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2006 21:33 |
|
| |
מלחמות: איך זעע נישט די שמיץ קאמפען פין וואס די רעדסט, סך הכול זאגט ער אז דער חשעבע ינגערמאן איז געגאנגען בכוונה כדי צי כאפען. אין עס האט זיך ארויס געוויזען אז די מנקרים האבן שוין גאר גיט געוויסט וואס זיי טוען, ווען נישט פארוואס האבען זיי זיך געבאדערט אראפצינעמן די שטיקל פין די אנדערע
|
|
|
|
|