בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/11/2006 22:53 לינק ישיר 

מלחמת

איך מיין אז עס פעלט אן הקדמה צו דיין ווערסיע

דער יונגערמאן איז דאס ערשטע מאל געווען פארמישט אין א טומל פאר א יאר ווען ער איז אריין באקוק'ן פלייש אין ב.פ. סאטמאר בוטשער אויף ניו יוטרעקט. דארט האט ער באמערקט אז די ניקור איז נישט 100%, טאקע נישט קיין דאורייתא אבער אנדערש ווי די אנגענומענע כללים פון ניקור.
(דאורייתא ביי אונזערע בהמות איז נאר שייך ביי די לעבער ווייל די גאנצע אחוריים ניצט מען נישט, רוב ניקור ארבעט איז אויף די גידים, ארויס צו שלעפן, שניידן אדער לעכערן לויט ווי עס איז מקובל)

איז ער אריבער צום דיין ר' ח"ד און איהם פרובירט מסביר זיין דעם פראבלעם.
דער דיין נישט קענענדיג דעם אינגערמאן (אזוי אויך האט דער אינגערמאן איהם נישט געברענגט ווייזן די פלייש נאר פרובירט רעדן די הלכה'דיגע שמועס, וואס זעהט אויס דער דיין קען נישט אזוי-גוט [ווי רוב רובא מורי-הוראות און אפילו שוחטים קענען נישט ניקור]) האט איהם נישט גענומען ערנסט, וק"ל.

לעצטענ'ס איז דער אינגערמאן אריין צו א בוטשער דעפארטמענט פון א סופערמארקעט, וואס קויפט נאר געטרייבערטע פלייש, [דער בעל מכשיר לאזט אים אריין גערן], און באקוקט די פלייש בשעת'ן אויספאקן פון די באקסעס. זע'ענדיג א פראבלעם אויף די לעבער, האט ער זיך אנגערופן צום ארבעטארער - די שניידס'ט אראפ די חלב דא?! האט יענער דערשראקענערהייט זיך אפגערוקט אין א זייט אין געזאגט איך ווייס נישט וואס חֵלב ווען חֵלב איך בין נישט מנקר אדרבה ווייז מיר דער פראבלעם און איך וועל רעדן צום בעה"ב!

ער איז נישט געבליבן ווארטן
אויפ'ן בעה"ב אבער ווי ס'הייסט אז ער האט עס צוריקגעשיקט צום פלענט.

וועלנדיג זעהן אויב ס'איז נאר א צופאל אדער נישט האט ער באשטעלט דורך א צווייטע בוטשער (כמדומה JERUSALEM, אבער זיי האבן נישט געוואוסט אויף וואס דאס איז) פינף געטרייבערטע לעבער.

אלע פינף האבן אויף זיך געהאט אזא הייטל צו וואס די חלב איז מחובר און די מנהג איז עס אראפצונעמען ביים ניקור, און איינס האט געהאט א שטיקל חלב (הכליות [דאורייתא]) אויפן הייטל.

און די רעשט ווייסט איר שוין...

(ר' ח"ד האט זיך אויסגעדריקט יעצט נאך די מעשה אז ער האט נישט געוואוסט בשעתו אז דער אינגערמאן איז אזא מומחה, ווען יא וואלט ער זיך יא מתייחס געווען צו איהם)

http://masoret.hevre.co.il/upload1106/20061123_107317821_20061123_022144946_Cheilev3.jpg
http://masoret.hevre.co.il/upload1106/20061123_105189570_20061123_0215412754_Cheilev2.jpg
http://masoret.hevre.co.il/upload1106/20061123_1092219475_20061123_022401268_Cheilev4.jpg

תוקן על ידי - Delluser - 23/11/2006 23:33:15 תוקן על ידי - Delluser - 23/11/2006 23:41:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2006 23:02 לינק ישיר 

דער חשובער אינגערמאן האט געלערנט ניקור
ער וואינט אין בארא פארק און ער איז געגאנגען ביי די היימשמע בוטשערס וואס האבן היימישע (בהיימישע) מיעל מארט קוקען אויב עס איז גיט
און האט געזען אז עס איז דא פראבלעימען האט ער גערעדט צו די רבנים
און די רבנים האבן עם געזגט גיי דיר און מיש דיר נישט
האט ער געווארט ביז ער וועט טרעפן
יא און א דאנק דעם אימגערמאן האפט מען וועט מיעל מארט אנהויבן צו מיקר זיין ווי עס דארף צו זיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2006 23:03 לינק ישיר 

דער באטור רב איז היינט ארויסגעקומען מיט א נייעם בריעוו (אין "דער בלאט" און "דער איד"), מיט א הוספה אויף די בריעוו וואס איז געווען נעכטן אין "נייעס באריכט".

ס'האט א נייעם דעיט: "אור ליום ה'"

און צום סוף איז צוגעלייגט א נייע שורה:

 

"היות שלדאבוני נמצא על כבד אחת בלבד שניקרו תחת השגחתי, איזה דבר שדרכינו הוא להסירו, ע"כ חזקנו את סדר ההשגחה ביתר שאת, שלא יהי' כן בעתיד

וכן אודיע בזה, שכל מיני בשר, כבדים, ומוצרי בשר, שנעשו תחת השגחתי, אין עליהם שום חשש ופקפוק
".                            

 

נאך גרויס פרעשור פון צענדליגע רבנים ודיינים יושבים על מדין, האט דער באטורער רב נישט געהאט קיין ברירה, נאר צו זיין א מודה במקצת.

 

די בראך איז, אז אויף אים פארלאזט מען זיך אויף כשרות...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2006 23:37 לינק ישיר 

בעל גאוה,

בנוגע דאס וואס דו שרייבסט אז מען האט נישט קיין ברירה און מ'מוז ווארפן פאשקעווילן:
 
קודם כל: איין עבירה פארענטפערט נישט דאס צווייטע, אז דער דיין וויל נישט מפרסם זיין איז נאך נישט קיין היתר אנצומאכן א חילול ה'.

צווייטנס: שרייב אונטער א נאמען! און ווארף אינמיטן טאג! וואס איז? האסט מורא? באהאלטסט זיך? אדרבה, דער עולם וויל וויסן פון וואנעט נעמסטו די זיכערע אינפארמאציע אז דו ביסט אזוי זיכער אז מ'קען שיסן פאשקעווילן? אינמיטן די נאכט?

דריטנס: ווארפן און אנמאכן שמוץ אויף יענעמ'ס פראפערטי איז א חילול ה' אבער אויך גניבה און אוממענטשליך. אפשר קען מען הענגען צעטלעך אין די שוהלן? און אז דו האסט יא געווארפן, אפשר פארסטו א וואך שפעטער ארום ביינאכט צוזאמעננעמען די טויזנטער צעטלעך וואס דרייט זיך אונטער די פיס און פאר'מיאוס'ט די גאנצע געגנט??

מיר האבן אזא דרך נישט געלערנט פון קיין צדיקים. דאס איז היינט אויסגעטראפן דורך אזעלכע וואס טרעפן אין אלעם נייע דרכים און האלטן זיך קלוגער פון אלע צדיקים, אפדערעדט פון בזמנינו, נאר אפילו פון פריערדיגע. זיי "פארשטייען בעסער".

ווען די פאשקעווילן העט ווען נאר געווען איינמאל איז איין זאך; אבער אז למשל דער בעלזער רבי קומט אדער אנדערע מינדערוויכטיגע זאכן וואס אינטערעסירט נישט קיינעם, און דו ביסט "לוחם מלחמת ה'" בשם "תושבי מאנסי הכואבים", איז עס א אוממענטשליכקייט און אומגעבעטענע טובות (מילד גערעדט).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2006 23:47 לינק ישיר 

ע"כ חזקנו את סדר ההשגחה ביתר שאת, שלא יהי' כן בעתיד

ווי גייט די ווערטעל בעסער שפעטער ווי איידער... 

וואס גענא זענען די נייע תקנות ?
האבן די אנדערע אויך די נייע תקנות ?







די בראך איז נאר מלחמות אז די האסט אן אגענדע, אין סאיז זייער אבוויעז



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 00:06 לינק ישיר 

דער עולם האט שוין געשריבן און געזאגט, אין לי כמעט מה להוסיף, אבער דאס איז פשוט אז עס איז נישט דא קיין שום נארמאלע רעכט צו לויפן צו רבנים נאך פאר מ'גייט צום בעל המכשיר אליינ'ס.

און אזוי ווי עמיציר האט שוין אויבן דערמאנט שניידט מען סייווי אראפ דעם שיעור חלב כשעורה פאר'ן עס פארקויפן.

מילא איז פשוט פארוואס מ'דארף נישט כשר'ן, און אפילו זאל מען דאס יא פארקויפן, וואלט דאך דאס בטל געווארן מיט אלע וועגן וואס ווערט בטל איסור שנתערב בהיתר.

מילא פארפירט נישט אזוי, אחוץ אויב וויל מען דא פריש אויפוועקן אלטע שמוץ וואס מ'האט פאר איבער 20 יאר ארויפגעשמירט אויף רבנים און מנקרים מומחים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 00:17 לינק ישיר 

נעכטען, ביום ד' נאכמיטאג, איז דער בי"ד המיוחד לעניני כשרות פון התאחדות הרבנים, אראפגעפארן קיין קווינס, דארט ווי מיעל-מארט האט זייער ריזיגער פלענט, און זיי האבן געוואלט באטראכטן דעם סדר הניקור.

 

ס'איז דארט געווען אנוועזענד די פאלגענדע רבנים: הרב מגאלאנטא, הרב הלל וויינבערגער, הרב ביק, הרב הערשל ברוידא, הרב מנירבאטור, און אויך האט נירבאטער רב מיטגעברענגט מיט זיך א תימנ'ער רב פון ארץ ישראל, א מומחה גדול אויפ'ן געביט פון ניקור, מיט'ן נאמען: הרב שלמה יוסף מחפוד.

 

די רבנים פון התאחדות הרבנים זענען זייער נישט ציפרידען געווען פונעם סדר הניקור, און האבן פארלאנגט שטארקע תיקונים. אבער דער באטערער רב האט ארויסגעלאזט א שמועה נאך די אסיפה, כאילו דער גרויסער מומחה פון בני ברק, הרב שלמה מחפוד, האט געזאגט אז ס'איז נישט מעגליך צי טרעפען קיין חלב דאורייתא אויף די לעיבער, און ממילא איז דער מכשול מעיקרא ליתא.

 

רבנים וואס האבן דאס געהערט, האבן זיך באלד פארבינדען מיט הרב מחפוד, מברר זיין דברים כהווייתן. ווי נאר הרב מחפוד האט געהערט די "שמועות" וואס מ'זאגט נאך בשמו, האט ער באלד מפרסם געווען א "הודעה" ווי ער שרייבט אז "שיקרו וסילפו את הדברים שכאילו אמרתי אין חלב הכליות בכבד. חס מלהזכיר זאת!".

 

איך האף בקרוב צו פאוסטען דעם בריעוו בשלימותו.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 00:26 לינק ישיר 

sorry for the english
------------------------------

the obvious has no reason to be debated


of course the whole thing started when some yingerman thought he saw something
,
he went to everybody else and not to the rav hamachshir

it is NOT cheilev. noe even a SEOIRA

he changed the NUSACH in the letter, only because the rabbanim, told him, that it is not looking good for him that he just says that everything is ok, because, obviously there was a situation, and SOMETHING was brought up onto the table,

so he wrote, the truth, that something that usually gets cut off, wasnt and bla bla bla
-----------------

so now,

yingeleit that are learning nikur ,are very welcome to learn, and our new young generation needs talmidei chachumim, to be the future DAYUNIM,  but there are more
bar bei rav'elech d'chad yoime's
that think they know enough to criticize the process, that has been founded 100's of years ago, by gedoilim , kedoishei elyon,

and here in america,
yesoidusoi beharrerei koidesh
rabeini m'satmar z"l
-----------------------------

and yes every1 is entitled to think he sees a problem, and bring it to the attention of the rabbonim,

but to create a scandal , without asking and showing the bal machshir, and create furor over NOTHING is unacceptable
----------------------------

al hageila
-------

you are a nutcase,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2006 01:13 לינק ישיר 

מלחמות:

וואס פינקליכט איז פאר די רבנים, די באטערס קאנקערענט, זייער נישט געפאלן ?
אין וואס זענען די תקינים ?
וואלט סכדעס אויך אריינגעלאזט אנדערע איבער קיקען זייער השגחה ?
איז דארט אויך געווען אזא הפקרות ווי די סכדעס בעקערייען ?
אויב סאיז חלב מן התורה וואס איז די דיבעט ?
ווייז אן א ס' אין שו"ע אז אויף די לעבער איז דא חלב, אין ענד אף סטארי ?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 02:22 לינק ישיר 

קליינער קאפ

וואס איז די רעיט פער שעה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 03:11 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 03:12 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 16:23 לינק ישיר 

דער בריוו איז בא לילמוד ונמצא למוד

פין זיין בריוו זעט מען קלאר אז ער רעדט פין א חומרא.

ער האט נאר געוויזען די גרענעצען פין חלב (וואס גרייכט נישט להלכה ביזן לעבער - מלחמות דער עולם ווארט אויף א ס' אין ש"ע)

אבער למעשה האט ער גארנישט ח"ו געמיינט - מיט ווייזן די גרעניצען - מקיל צי זיין אין הלכה למעשה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 16:27 לינק ישיר 

מלחמת השטן שרייבט

די רבנים פון התאחדות הרבנים זענען זייער נישט ציפרידען געווען פונעם סדר הניקור, און האבן פארלאנגט שטארקע תיקונים. אבער דער באטערער רב האט ארויסגעלאזט א שמועה נאך די אסיפה, כאילו דער גרויסער מומחה פון בני ברק, הרב שלמה מחפוד, האט געזאגט אז ס'איז נישט מעגליך צי טרעפען קיין חלב דאורייתא אויף די לעיבער, און ממילא איז דער מכשול מעיקרא ליתא.
רבנים וואס האבן דאס געהערט, האבן זיך באלד פארבינדען מיט הרב מחפוד, מברר זיין דברים כהווייתן. ווי נאר הרב מחפוד האט געהערט די "שמועות" וואס מ'זאגט נאך בשמו, האט ער באלד מפרסם געווען א "הודעה" ווי ער שרייבט אז "שיקרו וסילפו את הדברים שכאילו אמרתי אין חלב הכליות בכבד. חס מלהזכיר זאת!".


דערנאך ברענגט ער א בריוו פין רב מחפוד אז ער לייקענט עס

דער שקר אין די צביעות שרייט פין יעדן ווארט דא

1}דער באטער האט קיינמאל נישט געזאגט אז עס איז נישט מעגליך צי טרעפן קיין חלב דאוריתה אויף לעבער
איז ער דען א ע"ה,?? ווייסט ער נישט א טריקען שטיקעל מציאות אז יא?? זיין מנקר ר' מאיר א ת"ח עצום
ווייסט עס דען נישט???

2}מען האט ארויסגעלאזט א פאלשע שמועה אז דער באטעור האט עס געזאגט כאילו ער איז עפעס א גאסן אינגעל וואס ווייסט נישט וועלכע זייט מען עפענט מסבת חילון
דערנאך איז מען געלאפן צי רב מפחוד זאגען אז באטעור זאגט, אז ער האט געזאגט, וכילו
אין אויף דעם באציעט זיך דעם ברייו פין רב מפחד, ווי ער זאגט אז עס איז יא דא חלב אויף לעבער
ער שרייבט אינגאנצן נישט קעגן מיל מארט ווייל ער איז אלייס מודה אז ער האט נישט געזען יענע שטיקעל לעבער

רבותי עס איז שוין צייט אויסצישרייען פאר דעם ניק מלחמת השטן/ מלווה מלכה/ על הגאלה

צביעים נמאסתם , יעדער זעט אז ענק האבן דא א שמיציגע אגענדע

געניג!!!!!! געניג!!! נישט מיט ווארפן שמיץ קימט ערגעץ אן
דא איז נישט געווען מער ווי א ווייטיגליכע טעות, אז מען האט פארזען א קליין שטיקעל, ווי דער באטעור האט געזען די שטיקעל {א פאר טעג נאך אלע רבנים} האט ער גלייך מודה געווען אין גענימען די נויטגע שריט אז עז עס זאל מער נישט פאסירען
דאס איז די תורה וועג אין אזוי דארף מען זיך פירען, בכלל איז נישט דא שייך די ענין פין קאווער אפ
זאל איצא גליק קימען זאגן וויפיל מיסטעקס עס איז געשען מיט התאחדות די לעצטע יאר אליינס
זאל ר' הלל וויינבערגער קימען זאגען די מיסטעקס פין זיי השגחה וואס ער האט געכאפט
זאל ר' ווייסמאנדל קימען זאגן די מיסטעקס פין זיינע פלייש, זאל רב גרובער קימען זאגען ווי ער האט געטראפן לעכער אין זיין סיסטעם אין די זעלבע מיטען וואלאווע. השגחת קר"י

צבועים, פאררעטער , געניג!!!! הארגטס נישט יעדע הרגש פאר כשרות מיט ענקער פאלשע זעלבסט דינעדיגע געטריבענע קאמפיין,
עס איז געווען א טעות, דער פלייש וואלט סיי ווי קיינמאל נישט אנגעקימען צים קאסטומער ווייל דער בוטשער שנייט נאך אוועק די עקן
ווי דער נירבאטער האט עס געזען האט ער מודה געווען דערצי.. פיניש פיניש פיניש

ענקער קאמפיין קלאפט ענק ברוך השם צוריק אין פנים, פיין פאר ענק!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!




* action=delmsgs.asp method=post>  


קבלתי באישי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 18:53 לינק ישיר 


שמועה שמעתי אז הרב ברוידא (רב דקהל שערי אורה) האט נעכטן (דאנערשטאג) צוזאמען געזעצט דער נירבאטור רב מיט דעם אינגערמאן שטערן וואס האט מעורר געווען וועגן דעם חלב הכליות פראבלעם, און הרב שטערן האט איבערגעגעבן פאר דעם נירבאטור רב וועגן נאך אסאך הזנחות בענייני ניקור וואס קומט פאר תחת השגחת דעם נירבאטור.

ווער ס'ווייסט מער אינפא, ביטע מודיע זיין




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 ... 18 19 20 לדף הבא סך הכל 20 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.