|
|
| נשלח ב-26/11/2006 19:01 |
|
| |
שטעלט זיך די שאלה -
פארוואס פאררופן נישט די רבני התאחדות אדער די רבנים המכשירים -
אן אסיפה מיט אלע מנקרים מומחים אויף צו פעסטשטעלן איינמאל פאר אלעמאל וואס זענען די גבולות הניקור המקובל והנהוג בזמנינו ??
delluser: ביסט 100 פראצענט גערעכט, אבער די מערכה פירערס די מלחמת_השטן'ס מיינען ליידער נישט לשם שמיים, אין סאיז זייער אבוויעס אז זיי האבן נאר איין כוונה צי באגראבן די קאמפעטישן, אין דאס ברענגט אז די עולם ווערט סיניקעל, אין פארלירט די טראסט בכלל אין די כשרות סיסטעם.
איך זאג נישט,אין איך ווייס נישט, אז די באטער האט נישט קיין חלק אין דעם, אין אמת, די פייט אגעגען רבאשקין איז אויך געפירט געווארן אויף א שמוציגע וועג. אבער ווי לאנג די קאנסאמער וועט נישט רידשעקטן די סארט נעגעטיווע ציגאנג, אין שרייען אויף די פארעטער געניג איז געניג, וועט די מצב נישט בעסער ווערן.
מאכטס ענק נישט נאריש, נישט די באטער אין נישט ווייסמאנדעל אין אויך נישט הלל וויינבערגר ווילן אז די עולם זאל עסען חלב אדער ברויט פין חילל שבת, אין קיינער נעמט נישט לייכט די זאכן, מיז נישט זיין ציליב גרויס יר"ש נאר פשוט אלס גיטע ביזנעס. אבער ווען די כשרות ביזנעס ווערט געפירט אויף א מאפיע אישע אופן, ווען איין צד טרייד צי באגראבן די אנדערע צד, וועגן כבוד אין געלט, (קען מיר איינער זאגן וואס איז די נ"מ צי די באטער איז געקימן 6:00 אדער 9:00 , אדער ער איז אליין געקימען אין געווארן רויט ווי די רוצחים האבן געוולט , אדער ער שיקט זיין איש מהמון )ווערן מיר, די כשרות קאנסאמער, באעוולט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2006 19:40 |
|
| |
אויב איך בין הונדערט פראצענט גערעכט דאן דארף די מיטינג ווערן אראנזשירט דורך די רבנים.
און אויב די רבנים שטופן עס אפּ, דארפן די עסקנים, כולל יונגעלייט אדער סיי ווער מאכן א טומל !!
איי,
מ'וועט זאגן אז ס'איז אינטערגעשטעלט,
מ'וועט זאגן ס'איז מחרחרי ריב,
מ'וועט זאגן ס'איז די קאמפעטישן,
מ'וועט זאגן ס'איז אן אגענדא,
!!Who Cares
אויב די סוף פסוק איז לתועלת הרבים און ווי די זאגסט וויל קיינער נישט מאכיל איסורים זיין,
איז פארוואס ווערט יעדע מיטינג און פארשונג STONEWALLED?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2006 20:25 |
|
| |
א רחמנות אויף אדון פינקל, האז ער האט ניט געהאט מיט זיך "קליינע קאפ" מיט "פון דא דארט"...
ער וואלט דענטמאל אויכט געקענט שרייבן "יאכלו ענבים וישבעו"...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2006 21:27 |
|
| |
in todays days, after the finkel monsey tragedy... the civil population took over the control on kashrus, and to bring it to the peoples attention when anything goes wrong about kashrus!
unfortunately - even though a lot of rabbonim are trustworthy, and loyal to torah & "real" yiddishkeit, - some of the rabbonim have simply GOOFED! & lost their total credibility. threrfore, the PUSHITA YIDEN are speaking out when there's something stinky... as we could just stand do & watch the rabbonim doing COVER UP for their garbage and do the judgment by ourselves e.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2006 21:54 |
|
| |
מבהיל על הרעיון.
נישט קיין חלב, נישט קיין דאורייתא נישט קיין דרבנן,
איך האלט מיך שוין איין העכער א וואך פין שרייבען אויף דעם נושא, פשוט ווייל עס לאזט זיך נישט
גלייבען אז דער נירבאטער זאל אזוי פאלען, עטס הערטס????????
דער שטערען איז א משוגענער, גארנישט מער, עס ווייזט אז דער "חשובער אינגערמאן" איז געגאנגען
מאכען אן עסק, פאר גארנישט, יא פאר גארנישט,
אין הכי נמי דער "חשובער אינגערמאן" וואס האט נישט וואס צו טוהן מיט זיין צייט, נאר גיין
משוגע מאכען בעלי בתים פין געשעפטען, (אגב - ווער האלט אים אויס?), האט זיך טאקע טועה געווען,
אבער איין חסרון האט ער, אז ער האט זיך נישט גענוג צוריק געהאלטען, נאר גלייך געמאכט א טומעל.
זעהט אויס אז בילדער קענען אויך מאכען א טעות.
יעצט לאמיר זעהן אז אלע גרודער מאכערס, זאלען צוריק קומען און שרייען חטאתי עויתי פשעתי, און
איבער בעטען דער נירבאטער טאקע דא באותו מקום, אויף היידפארק, פארדעם וואס זיי האבען אים בחנם
בארעדט.
און וועגען די אנדערע געשעפט דארף מען אויך וויסען,
איך פערזעהנליך וועל שוין נישט מקבל זיין קיין שום "תיקונים" פין דעם ליידיגייער המכונה
"שטערען", יהיה מה שיהי'
אפילו ער וועט ווייזען בילדער ווי די משגיח שלאפט ביי מעלקען די קיען......
אפילו ער וועט ווייזען בילדער אז די עופות וואס געבען אייער זענען דורס.....
אפילו ער וועט ווייזען בילדער אז עס איז דא דגים טמאים אין די טונא......
אפילו ער וועט ווייזען בילדער פין תולעים אין די מעהל וואס די התאחדות בעקערייען ניצען.....
אפילו ער וועט ווייזען בילדער פין ... ווער ווייסט וואס פאר אן אטאקע ער פלאנירט יעצט....
זאל ער גיין עוסק זיין בישובו של עולם אזוי ווי אונז אלע, און צוריק ינוחו בשלום על משכבותם, אמן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2006 22:26 |
|
| |
איך האב זיך אויך איינגעהאלטען אגאנצען וואך, אבער נאך אזעלעכע שטותים וואס כהאב דא געזען פון
אסאך שרייבערס האב איך גענומען מיין צייט צו קאמענטען דא
יא שלום שטוב, איך האב אויך ווען געוואלט אזוי טראכטען ווי דיר, אזוי וואלט איך אויך געקענט
עסען ווייטער די געשמאקער סטעיק מיט אגאנצער אפעטיט און מיט רואיגקייט....
דיין שרייבען קוקט אויס ווי א גוטען שלאף סאפלעמענט דו זאלסטיך קענען גוט פילען און עסען
געבראטענע סטעיק מכל הבא לידך...
יעצט נאך די נבילה מעשה אין מאנסי (און אנדערע מעשות אין ברוקלין וואס זענען שנעל דערשטיקט
געווארען) איז כלל ישראל מער סענסעטיוו און מ'נעמט שטיןנישט אזוי פאר גרענטעד יעדע צעטעל פון
א בעל מכשיר אז "יאכלו ענוים וישבעו"
אויב דו האסט זייער ליב צו רוקען רינדערין פלייש, מאך צו דיינע אויגען און זאג איבער דעס וואס
דו האסט דא געשריבען דריי מאל, און ענדיג צו מיט די לחש "יאכלו ענוים וישבעו"
אויב דו האסט א דאגה מיט כשרות, דעמאלץ איז דא אביסעל ריסערטש וואס דו דארפסט נאך מאכען, דו
ביסט נאך זייער רוי אין די שערוריה
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2006 23:47 |
|
| |
שלום שטוב
דוכט זיך מיר אז איינער באנוצט זיך מיט דיין ניק ! ! !
(אדער האסטו אינצווישן זיך משדך געווען מיט'ן רב המכשיר ?)
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=10&topic_id=2027724
שלוםשטוב
...
בקיצור,
און דער שבח פרשה איז דא אפאר שולדיגע,
אונז כלל ישראל זענען זיכער נישט שולדיג, ווייל אונז האבען מיר גארנישט געוויסט.
די וואס האבען עפעס געוויסט און געקוקט אין די צווייטע זייט.
רב ברעסלוי
זיין משגיח (אולמאן?).
בעלי בתים פין הצלחה.
רב גרין.
איך בין זיכער אז דער ליסטע איז אסאך גרעסער.
זיי אלע, די וואס האבען עפעס געוויסט און געקיקט אין די צווייטע זייט, זיי דארפען א תשובה.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 00:06 |
|
| |
דעל באניצער
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט הערען פראבלעמען וואס איינער טרעפט, אבער פין די גאנצע זאך זעה
איך אז דער שטערען איז נישט געווען גערעכט, און איז סתם א טראבעל מעיקער, קאפיש??
קען זיין אז דער נירבאטער ניקור טויג נישט, איך האב נישט געזעהן זייער ניקור, און אפילו ווען
יא, וואלט איך נישט געוויסט ווי צו קוקען ערשט, ממילא בעל כרחך טוה איך וואס שטייט אין שולחן
ערוך אז עד אחד נאמן באיסורין, אין דער נירבאטער איז דערווייל א כשר'ע עד אחד, און זיינע
מנקרים אויך.
לעולם וואלט איך געזאגט אז אפילו ווען מען טרעפט יא א שטיקעל חלב אין א כבד, אז מען דארף
האבען גאר שטארקע מתינות פאר מען פסל'ט אהן א הכשר צוליב דעם, ווייל א טעות מאכט זיך, איך זאג
נישט זיכער, אבער עס קען זיך מאכען, איך ווייס נישט די סיסטעם דארט צו עס מיינט א מזיד אדער א
שוגג, אבער פאר א טעות מיינט נאך נישט אז די זאך איז פסול.
דער אמת איז, אז דער ליידיג גייער מיז האבען לכאורה א שטיקעל בעקינג פין געלט, ווייל עס קאסט
א שיינער פאר דאלאר צו קויפן פינעף גאנצע לעבער פין בהמות, און מן הסתם איז שוין נישט די
ערשטע מאל וואס ער באשטעלט, כמובן......
די שבח פרשה איז אין גאנצען אנדרעש, ווייל דארט האט מען אויף געברענגט פאר די בעל מכשיר די
פראבלעם, אין די בעל מכשיר האט געצויגען מיט די אקסלען,
יעדער ווייסט אז די נירבאטער איז נישט אזוי, ער הערט אויס, און זאגט בפירוש אז ער איז גרייט
מתקן צו זיין, און אפילו אויסהערען וואס די "התאחדות הרבנים" זאגען אים צו טוהן, די ליצנות
איז גרויס, אבער ער איז זיך מכניע, אפילו צו די נארישע סטופיד התאחדות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 00:27 |
|
| |
איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכט און ווער נישט, אבער איין זאך איז זיכער, וואס מען האט שוין געלערנט לקח ליידער פון די ביטערע פרשה וואס האט זיך אפגעשפילט אין מאנסי פארגאנגענעם חודש אלול, אז אידן זענען מדקדקים בכשרות, און אידן ווילן זיין גוט. אידן האבן דעם פולסטן צוטרוי צו די היימישע רבנים בעלי מכשירים, זיי זענען כלל נישט אויסן ארונטערצורייסן די רבנים בעלי מכשירים.
נאר וואס יא? גאנץ איינפאך, דער שרעקליכער מכשול וואס האט זיך אפגעשפילט אונטער די נאז פון אזויפיל טויזנטער, טויזנטער, אידן יראים ושלמים, האט פשוט און פראסט געעפנט די אויגן פארן ציבור המדקדקים בכשרות. עס איז געווען אזוי ווי מען זאגט: "א גוטן רוק פון אונטן זיך אויפצווועקן פון דעם זיסן טראסט שלאף"... אידן זענען געווארן אזוי אנטוישט אינעם צוגאנג פון דעם מצב הכשרות, אין די הזנחות פון דעם כשרות סיסטעם, עד כדי כך, אז א יעדע מינדעסטע חשש, יעדע קול עלה נדף, קויפט מען אפ פאר גוט געלט על כל פנים למיחש.
זענען דען די אידן נישט גערעכט?, נאך אזא ביטערן שפיל זענען דען די אידן נישט בארעכטיגט חושש צו זיין און קויפן אלעס וואס נאר שייך אלעס איבער א כשרות פראבלעם? איז דען די מעשה נבלה נישט געווען גענוג שוידערליך און ביטער, אז דער ביטערער טעם דערפון זאל בלייבן בפי יעדן ערליכער איד המדקדק בכשרות?
שולדיג זענען, אט די יעניגע, וועלכע האבן אנשטאט צו נעמען אויף זיך דעם גרויסן "על חטא" און ערקלערן ברבים יא! אידן איר האט געטוהן דאס בעסטע וואס נאר שייך, איר האט זיך פארלאזט אויף די רבנים המכשירים מיט פארמאכטע אויגן, האבן זיי, אט די יעניגע, גאר געטוהן דאס פארקערטע!. זיי האבן גאר באשולדיגט דעם ציבור, אז היתכן מען קויפט דאס, היתכן מען קויפט יענס. יא, מיר קויפן! און איר ווייסט פארוואס? ווייל מיר זענען ערליכע אידן און מיר האבן די פולסטע צוטרוי צו די אלע ערליכע בעלי מכשירים.
איך שטיי און איך וואונדער זיך, עס איז קוים פאראיבער צוויי דריי חדשים זינט יענע ביטערע פרשה, און גארנישט, ווידער דאס זעלביגע. אידן המדקדקים, וועלכע זענען שוין זאט און סענסעטיוו צו יעדע קלייניקייט וואס נאר מעגליך און כשרות, ספעציעל ווען עס האנדעלט זיך אין כשרות פראבלעם איבער פלייש, און גארנישט, מען דרייט אהער מען דרייט אהין, היינט מארגען וועלן מיר נאך הערן אז מיר זענען גאר שולדיג און דעם פראבלעם, איי פארוואס?...
און יא, מיר האבן נישט פארלוירן ח"ו קיין טראסט אין די בעלי מכשירים, נאר וואס יא?, אז ס'מאכט זיך א פראבלעם פאלאנגען מיר אז מען זאל מען זיין וואַך צום פראבלעם און נישט דערשטיקן דעם פראבלעם, מיט'ן שרייען און פארקויפן שטותים און לאקשן פארן ציבור המדקדקים.
אויף וואס ווארט מען? וואס וויל מען?, מען וויל דערשטיקן דעם ציבור און זיי נישט לאזן זיין וואך מיטן פראבלעם, וואס וועט מען האבן דערפון? מיט די צייט וועט דער ציבור אינגאנצן פארלירן טראסט צו די בעלי מכשירים. בעסער פריער ווי שפעטער, זאלן די אלע וועלכע ווילן דערשטיקן די פראבלעמען זיך כאפן בייצייטנס וואס זיי טוען, און דערמיט וועלן זיי קענען מיט א רואיגקייט זאגן, ידינו לא שפכו את הדם הזה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 02:03 |
|
| |
מאה_אחוז: איך בין זיכער אז פינקל וואלט זיך באלעקט מיט אזא בריוו פין הרב בעלסקי. ער וואלט ווען געטאנצען פאר שמחה ווען די איינציגע וואס קימען ארויס קעגן עם זענען זיין קאמפעטישן, וואס די עולם טראסט נישט, אין די וואס מען האט זיי גאנץ לעצטענס געכאפט מיט גרויסע מיכשולת, אין קענען יאזען א ביסעל פ.ר. פאר זייער אימידש.
ווען זיי זאלן עס מיינען מיט אן אמת וואלטן זיי שטיל געווען אין געלאזט אנדערע, אזאלכע וועם מען קען נישט חושד זיין אין א שמיציגע נגיעה, פירן די מערכה. נאר וואס, זעט אויס אז זיי ווייסען אויך אז קיין שים ערלעכע רב וועט זיך נשיט צישטעלן צי זיי, איז נישט דא קיין ברירה.
אין איך בין בכלל נישט ביי די מיינאג אז "יאכלו ענבים וישבעו", אני הקטן עס נישט קיין בשר בהמה שוין א שיינע פאר יאר. אין אויב וועלן נאך אפאר ידען זיך צי שטעלן אין אויפהערן עסען, כל הכבוד. אין אמת אז די אויפוואכאנג אויף כשרות דארף זיין א אתריתא דלתאתא, פין דעם קאנסאמער, אבער נישט סתם טימלען נאר פארלאנגן קראנטע אין ממשות דיגע תקינים, עקראס די בארד.
אין און די ענווייערמענט וואס די פיל רשעות אין ווייניג מצות חברה מאכן אן איז נישט געאייגענט פאר קיין גוטס, מען קען נישט מתקן זיין אויב די מיטיל איז קעגן די תורה.
אפשר וועט די עולם זען פין אט די מרכה די פאלשקייט פין אט די חברה אין אויפהערן זיי צי טראסטען - זאל זיי דער זכות נישט ביישטיין.
איך פיר נישט די ביכער דארט אויבען, אבער אויב די באטער איז אויך גילטי אויף די פאברעכ קען זיין דאס איז זיין עונש, אבער דאס איז קלאר אז טימלערס דא זענען נישט פין די צד הקדושה, אין מרשעים יצא רשע
תוקן על ידי - findodort - 27/11/2006 2:08:47
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 02:13 |
|
| |
איך טאלענעדש האטווייער/מלחמת ה/על הגאולה
איך מאך דא א עפענטליכע טאלענדש פאר די מענטש וואס האט אין באזיס די דריי ניקים {אדער עטליכע מענטשן}
ענק האבן באשמיצט ברבים, {מיט א ניק, נישט מיט די אייגענע נאמען} א רב בישראל אז ער איז כמעט במזיד מאכיל חלב רח"ל א איסור כרת ענק האבן געשריבען ברבים אז אידן זענענן רח"ל עובר טאג טעגליך אויף איסור כרת רח"ל
דער נירבאטעור זאגט אז עס איז שקר רב בעלעסקי זאגט אז עס איז שקר
קימטס ארויס אין די עפענטליכקייט מיט ענקער אמת'ע נאמען זאל זיך אנהייבען א משא ומתן ווער עס איז גערעכט פאר וואס באהאלטן ענק זיך???? ווי איז רעכט, אז דער נירבאטעור מעג מבוזה ווערן בפני עם ועדה, אז ער איז מאכיל חלב רח"ל אין ענק האבן די רעכט צי בלייבען באהאלטן?????!!!!!!! די זעלבע מיט די OU זיי ווערן אויך מבוזה ברבים!!!! ווי איז רעכט??????? זיי זאגן אז עס איז שקר!!!! זאל ארויסקימען האטווייער על הגאולה אינאיינעם מיט דעם מאנסי מנקר מיט א עפענטליכע נאמען, תשובה , פארוואס זיי האלטן אז נירבאטעור איז רח"ל מאכיל חלב.........
קימטס ארויס פין ענקערע מייזן לאך,, ברענגטס עכ"פ איין דיין וואס האלט ווי ענק !!!!!!!!!!!! אידן ווייסן נישט וועם צי גלייבען, קימטס ארויס זאל מען זיך איבערצייגען די אמת
באקימען אין אישי
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 04:49 |
|
| |
פיןדאדאדארט און שטוב
דער פראבלעם דא איז נישט די איינע שטיקעל לעבער מיט די חלב דערויף, דער פראבלעם איז ווי אזוי דער בארטערע באהאנדעלט דעם פראבלעם
נאך וואס דאס סראחעט אין אלע גאסען איז ער גרייט צו פאלגן ווער אימער אבי ס'זאל שטיל ווערן און ווי לאנג דער אינגערמאן האט גערעדט צו עם שטילערהייט האט ער געפיפן אויף עם מיט א גרויסע פייפער כדרך כל הרבנים מעולם
ארויפברענגן געלט נגיעות פון דעם אינגערמאן המעורר איז א געלעכטער קעגן די געלט נגיעה פון דער בארטערערע מיט זיין הכשר וואס ארבעט נישט אויף א סעלערי... וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 06:51 |
|
| |
דער אמת איז, אז דער בריוו פין בעלסקי איז פויגעלדיג, מען דארף וויסען מער, מיר האט באלד נישט געשמעקט דער דערמאנונג פין ר' אהרן קאטלער, דער בעלסקי האט ר' אהרן טיף טייער פאר ווער עס קען אים, און א יארצייט מיינט נישט קיין סך, און דער אריכות הלשון איז נישט כדרכו, און די טיטלען אויף ר' אהרן כאילו ער וואלט געווען א חסידישער רבי, איז נישט עפעס אזוי גלאטיג.
וואס קען מען זאגען טיים וויל טעל, מען וועט זעהן וואס בעלסקי וועט זאגען יעצט, אויב עס איז זיין בריוו אדער נישט.
און אמת'ן איז שווער, ווייל דער נירבאטער האט שוין מודה געווען אין א בריוו אז מען האט געטראפען חלב, איז וואס איז יעצט געשעהן??
אויך האט מען מיך מעורר געווען אין אישית אז דער שטערען איז באמת א חשובער אינגערמאן און אז נישט ער דריקט די פאשקעוועלין, ער טוט נאר קוקען פאר א חברה "עסקנים" וואס ווילען מתקן זיין.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 07:17 |
|
| |
שאלת חבירי "על הגאולה" (פון כל העולם כולו):
האבין אונזערע מנקרים קבלה אויף ניקור ? ? ? ? ? ?
האבין אונזערע מנקרים קבלה???? נישט קיין חילוק פון וועלכער השגחה, צו איז דאס באטור, ווייסמאנדעל, התאחדות וכו'
דער באטור רב שרייבט און זיין בריעוו אז זיינע מנקרים האבין נישט קיין קבלה, זיי האבין נאר געלערנט ביי אזעלכע מנקרים וואס האבין געהאט קבלה
פארוואס זאלען אונזערע מנקרים נישט האבין קיין קבלה?
דאס איז די בריעוו פון בית דין הגדול שבירושלים, וואס שרייבען אז מנקרים מוזן האבין קבלה אויף ניקור, און אהן דעם קען מען נישט זיין קיין מנקר. זיי ברענגען פוסקים אז ס'איז הארבער פון שחיטה אהן קבלה.

|
|
|
|
|