|
|
| נשלח ב-27/11/2006 07:25 |
|
| |
לשאלת "על הגאולה" איז דער תירוץ:
התאחדות מנקר האט יא קבלה. ווייסמאנדעל'ס מנקרים האבן אויך קבלה. אבער ליידער ליידער דעם באטערערס מנקרים האבן נישט קבלה אויף ניקור.
עס קענץ שרייען פון היינט ביז מארגן - "קאמפעטישן". דאס איז אבער דער ביטערער פאקט!
ווער ס'וויל ווייטער עסען געבראטענע פלייש מיט לעיבער, זאל ווייטער שרייען "קאמפעטישן" ויאכלו ענבים ויסבאו.
אבער ווער ס'וויל זיין זיכער אז ער עסט א כשר שטיקל פלייש, זאל זיך אליין אינטרעסירען אין די אויבענדערמאנטע פאקטן.
אדרבה, פרעגט דעם באטערער אליין צו זיינע מנקרים האבן קבלה. און שרייט געוואלד פארוואס נישט??? מיר ווילן גארנישט, נאר איין זאך: מיר ווילן עסען כשר פלייש!!! ותו לא מידי.
אגב, דער חשובער יונגערמאן וואס האט געטראפן דעם חלב דאורייתא אויף די לעיבער, האט א כתב קבלה אויף ניקור. ער איז דאס גרייט צו ווייזן פאר יעדען, יהיה מי שיהיה. וואס טוט זיך מיט די מנקרים וואס זענען מנקר דאס פלייש וואס מ'גיט אונז - און פאר אונזערע קינדער - צו עסען???
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 09:16 |
|
| |
מלחמת, הגם די נושא קריכט שוין פון די נאז, (און קיין איין גרויסע אנגעזענע רב קומט נישט ארויס מיט קיין קול קורא), אבער היות איך זעה אז דו האסט אן אינטערעס צו אנהאלטן די רעדע איבער די נושא, דעריבער בין איך דיר מייעץ, אז דו זאלסט דערמאנן אין דיינע תגובות מער ערנסטע הכשרים וואס קאנקערירן מיט נירבאטור. (און נישט ווייסמנדל וואס אן אויברפלעכליכע הכשר)
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 16:14 |
|
| |
איך וויל מאכן א POLL
נאך א וואך פון שקרים פון על הגאולה/מלחמת/האטוויער
ווער האלט אז מדארף נאך ענפערן?
און אויב יא
וואס זענין די שאלות?
א דאנק
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 17:41 |
|
| |
א שלימזל דער פינקל, נעבעך...
ער נעמט א בעל מכשיר א אשכנזי רב וואס ווייסט ניט וויאזוי מחפה זיין....
וואלט ער געהאט אביסל שכל מיט אסך מזל, נעמט ער באטור השגחה, און אלעס וואלט געווען בסדר, מיט א גרויסע
"יאכלו ענבים וישבעו"
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 17:55 |
|
| |
הוא אשר דברנו
קוקטס די פירות פון "מלחמת /האטווייער
"מאה אחוז"
גלייכט צו דעם אויסגעשפראכענער שקר גס צו די פינקל פרשה.....................
מהרסיך ומחריביך ממעיך יצאו.
אוי ואבוי
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 18:01 |
|
| |
kleinekup
קיינער האט נאך נישט אדרעסירט מיין פראגע פון דף 4, וועל איך עס נאכאמאל פארלייגן:
עס איז א דבר ידוע אז צו פארשטיין אין ניקור דארף מען ליגן דערין א פּאָר יאר ראשו ורובו בהדרכת מנקר מומחה.
רוב רבנים (ובתוכם בעלי מכשירים פון שלאכט הייזער) פארלאזן זיך כמעט אינגאנצן אויף די מנקרים'ס מומחיות ווייל די רבנים ליגן נישט גענוג דערין אויף צו האבן א דעה.
(א ראי' האט איר פון רב בעלסקי'ס "בריוו" פון ב' כסלו ווי "ער אליי"ן שרייבט אז ביי די שטיק לעבער האט ער קודם געמיינט אז עס טויג נישט, נאכדעם האט מען עם צוגעשטעלט א גרעסער שטיקל פון א אנדערע בהמה זעט ער אז עס איז נישט חֵלב.
עכ"פ מ'קען זיך זייער גרינג טועה זיין לכאן ולכאן - אין איסורי דאורייתא ורבנן - ווען מ'ליגט נישט דערין)
די שאלה דא האנדלט זיך נישט - "נאר" אויף "דעם" שטיקל פלייש וואס מען האט באשטעלט (און האט פערצופאל געהאט א שאלה פון חלב דאורייתא), נאר פון די גאנצע מהלך ביים ניקור (ביי אללי פראסעסינג) וואס לויט די מעוררים איז נישט אויסגעהאלטן לויט די ספרי ניקור, צו אלס חֵלב דרבנן צו אלס מראית עין, אדער ח"ו דאורייתא.
שטעלט זיך די שאלה -
פארוואס פאררופן נישט די רבני התאחדות אדער די רבנים המכשירים -
אן אסיפה מיט אלע מנקרים מומחים אויף צו פעסטשטעלן איינמאל פאר אלעמאל וואס זענען די גבולות הניקור המקובל והנהוג בזמנינו ??
און יעצט וויל צולייגן נאך עפעס וואס באדערט מיר.
פארוואס איז נישט ארויס א בריוו פון התאחדות ??
איז די OU דער קובע פאר אונזער היימישע קרייזן ??
העלפט'ס מיר פארשטיין!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 18:33 |
|
| |
איך האב נעכטען בארירט די נקודה, קודם כל נאך די טרויריגע פרשה פון פינקל-מאנסי, האט מען זיך איבערצייגט אז די ציווילע המון עם דארף נעמען די קאנטראל אין די הענט, ליידער,
צווייטענס, (און דעס איז אויך די ערשטע), רבנים האבען מורא! זיי דארפען נישט קיין בזיונות וואס די קאמפעניס און מכשירים קענען דעליווערען לרחצה...
זיי דארפען נישט קיין געלט שאדענעס וואס קען אפשר קומען דורעך דעם, זיי לאזען די מצוות פאר די "כולל יונגעלייט", אדער עקטיוו בעלי בתים...
דריטענס, זאג מיר פינקטלעך אויף וועלעכע רב האסטו א קשיא?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 19:12 |
|
| |
באקומען אין אישית אן ענפער פאר DELLUSER פאראכטן אביסל די אידיש.
איך וועל דיר ענטפערן אויף די אלע שאלות, איך בין זיכער אז אויב די ווילסט פארשטיין וועסטו פארשטיין, אויב דו פארשטייסט נישט ביטע פרעג איבער.
דיין תגובה האב איך צוטיילט אין פיר {4}
1} די ערשטע פרט אז רוב רבנים קענען נישט קיין ניקור.
איז מסתברא אז עס איז אמת, אבער עס איז א מציאות אז דער נירבאטור קען עס יא, אנדערש קען ער בכלל נישט געבן קיין השגחה, התאחדות רבנים קענען עס מן הסתם נישט, ווייל זיי גיבען נישט קיין השגחה אויך שחיטות גסות, מילא האבן זיי עס קיינמאל נישט אדורך געטוהן
2} האסט אראפ געלייגט א מציאות אין דערנאך פרעגסט א קשיא. להוי ידועה לך, אז עס איז לעת עתה נישט דא קיין שום שאלה אויף עללי פראסעסינג, עס איז נישט דא קיין מעוררים עס איז נישט דא קיין דיינים וואס האלטן אזוי, קיינער, בסך הכל ווערט געפירט א שמוציגע קאמפיין אויפן אינטערנעט צוליב ביזנעס אינטערעסן, אבער אויף די עכטע גאס. מיט א עכטע נאמען איז נישט דא קיין איין רב/ דיין / עסקן /מעורר. וואס זאל זאגען אז עפעס איז שלעכט מיט עללי, די וואס באשמוצען דא בסתר אויפן אינטערנעט האבן קיינמאל נישט אויפגעוויזן אז עפעס גייט טאקע פאר, גארנישט, בסך הכל ווער עס גלייבט איצט די בעלי לשון הרע און מוציאי שם רע איז א מקבל לשון הרע אויף ערליכע אידן אן קיין שום באזיס און אן קיין שום גרונד.
עס איז יא געווען איין לעבער וואס עס איז אדורוך געפאלן די סיסטעם, ווי דער באטער רב האט עס באמערקט האט ער מודה געווען אין מען האט געמאכט תקנות אז עס זאל מער נישט פאסירן, טעותים געשען און עס וועט ווייטער געשען, עס איז א גזירה מן השמים אז מענטשן מאכען טעותים, פארפאלן, ב"ה נירבאטור רב איז א צדיק אין ווי נאר ער האט עס "געזען" האט ער מודה געווען.
3} מען האט עס שוין געטוהן תשמ"ג נאך די קאשוי פרשה. די תורה האט זיך ח"ו נישט געטוישט זינט דאן, די בהמות זענענן אויך געבליבן די זעלבע, מילא פעלט נישט אויס אז מען זאל עס נאכאמאל טוהן.
4} התאחדות קען נישט און ווייסט נישט וואס דא טיט זיך (ווער איז התאחדות........?????).
זיי גיבען נישט קיין השגחה אויף גסות, בעלסקי גיט יא א השגחה אויף גסות, בכלל איז פיין באוויסט אז התאחדות פארטרעט נישט כלל ישראל.
תוקן על ידי - שם_אחר - 27/11/2006 19:16:46
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 19:37 |
|
| |
און כדי צו פארשטיין אביסעל בעסער וואס למשל די רבנים דארפען מורא האבען צו עפענען דאס מויל,
און וואס קען מיט זיי געשען אויב ועלען זיי שטיין אין וועג פאר די וואס שטייען אנטאפ פון די
פלייש מארקעט, און די מכשירים, נעם א עקזעמפל וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט תשמ"ג ווען כ"ק הגה"צ
קאשויער רב זצ"ל האט געשריבען א בריוו פאר זיינע תלמידים, אז אזויווי מ'האט געטראפען מכשולות
ביי ניקור, דעריבער זאלן זיי נישט עסען קיין בהמה פלייש "עד שיתוקן הדבר",
קוק צוריק אביסעל היסטארי, וואסערע שטיינער און פעך מיט שוועבעל ער האט אריינגעכאפט דערפאר
פון די "וואס זענען געווען נוגע בדבר" וועסטו גוט פארשטיין פארוואס קיינער עפענט נישט דאס מויל...
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 20:27 |
|
| |
שם_אחר ברענגט בשם-איש-אחר א מורא'דיגע סטעיטמענט, וזה לשונו:
"די ערשטע פרט אז רוב רבנים קענען נישט קיין ניקור איז מסתברא אז עס איז אמת, אבער עס איז א מציאות אז דער נירבאטור קען עס יא, אנדערש קען ער בכלל נישט געבן קיין השגחה".
עץ הערטץ? עס איז א "מציאות" אז דער באטערער קען יא ניקור. ווי אזוי ווייסט ער די "מציאות"? ער האט א מורא'דיגע שטארקע "ראיה": ווייל אויב קען ער נישט ניקור, "קען ער בכלל נישט געבן קיין השגחה".
טאקע א ראיה שאין לה פירכא!
פון אט די "ראיה" איז געווארן א "מציאות" אז דער באטערער קען יא ניקור!
אגב, האט דער באטערער רב "קבלה" אויף ניקור? (איך בין חושד אז נישט).
נאר טאמער איז דאס א "מציאות" אז ער האט יא קבלה, ווייל אנדערש קען ער בכלל נישט געבן קיין השגחה.
איך מיין נישט נאר דעם באטערער. הוא הדין הרב ווייסמאנדל וכיו"ב, האבן זיי קבלה אויף ניקור? (ווער ווייסט)?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 21:21 |
|
| |
אזויווי איך האב נישט קיין רשות כתיבה, ביטע לייג אריין מיינע פאר שורות אין חדשות
אנ"ש
איך מיין אז דאס ווארט איז נישט דא דער נירבאטור רב, צו אן אנדערער רב, דער ווארט
איז וויאזוי השגחה בכלליות קוקט ליידער אויס היינט, דא אין אמעריקא.
דא שטייט מען
בלויז געציילטע וואכן נאך די הימל שרייענדע געשעניש ווי טויזענטער אידן זענען נעבעך נכשל
געווארן מיט נבילות וטריפות רח"ל, און דער עולם בכלליות איז געווארן פיל מער אויפמערקזאם
און שטרענג מיט השגחות בכלל, בפרט ווען מ' הערט אז מ'האט געפינען עפעס א פראבלעם ערגעץ,
נעמט מען דאס אויף מיט מער ערנסקייט ווי אמאל, - און אפילו מ'דארף נישט און אפשר טאר מען
אפילו נישט בארעדן קיין בעל מכשיר, אבער - דער צוגאנג צו א פראבלעם, אין אזא צייט נאך
אזא שוידערליכע מכשול, דארף זיין פיל אנדערש...
איז גאר ווייטאגליך צוצוקוקן ווי א
גרויסע טייל פון די שרייבער דא זוכן נאר צו דערשטיקן דעם קול ה', צו משתיק זיין די וואס
טרויען זיך צו זאגן א ווארט פאר'ן "טובה פון דעם ציבור", פארוואס? ווייל ער האט מורא אז ער
וועט נישט קענען אריינרוקן אין מויל אלעס אזוווי ביז יעצט? דערפאר גייט מען פארשטאפן די
מויל פון די וואס רעדן "לשון הרע" אויף די טויטע בהמות? דערפאר גייט מען זיך דא אננעמען
אויף די לעבער? אויף די סטעיק?
אוודאי דארף מען זהיר זיין בכבוד הרבנים, אבער צום
פראבלעם דארף מען זיך באנעמען מיט די פולע ערנסטקייט, ליידער זעט שטארק אויס אז יש דברים
בגו.
הלוואי זאל אלעס טאקע מתוקן ווערן.
באקריגען אין אישית
תוקן על ידי - chaplain - 27/11/2006 21:34:28
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 21:47 |
|
| |
סאיז געשמאק צי זעען ווי מלחמת האט אנגעפאנגן זינגען א נייע ניגן
איך מיין נישט נאר דעם באטערער. הוא הדין הרב ווייסמאנדל וכיו"ב, האבן זיי קבלה אויף ניקור? (ווער ווייסט)?
אביסעל פריער האט ער געשריבן בזה"ל:
התאחדות מנקר האט יא קבלה. ווייסמאנדעל'ס מנקרים האבן אויך קבלה. אבער ליידער ליידער דעם באטערערס מנקרים האבן נישט קבלה אויף ניקור.
ווער זאגט? פין וועם האבן זיי קבלה ? ביי וועם האבן זיי זיך פארהערט ? סתם ארפלייגן אלץ פאקט מאכט דאס נאך נישט אזוי ? , אפילה ווען עס ווערט באגלייט מיט: ווער עס וויל זיך נאכפרעגן זאל זיך נאכפרעגן אדער ער איז עס גרייט צי ווייזען פאר יעדעם
לדעתי ווער עס האט מורא פין אן עברה זאל לגמרי אויף הערן צי עסען ביז ווילאנג אלע יא אלע בעלי מכשירם קימען ארויס אפען מיט זייער סטאנדארד ווער זענען די שוחטים, בודקים, אין מנקרים משגיחים , אין וואסערע קבלה'ס זיי אלע האבען. אין די פינקטליכע פראצידארן, וויפל ווערט געשאכטן א שעה, פארקויפט די שעכטהויז אויך טרפה, וואס זענען די באווריניגן אז סזאל זיך נישט אויסמישען, אין נאך אין נאך. נאכן אנפירן אזא העץ קאמפען האבן זיי אלע פאלוירן זייער באגלייבטקייט.
אדרבא, זאל די בעסטע השגחה געווינען !!!
*:NAMESPACE PREFIX = O />
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2006 22:47 |
|
| |
פוןדאדארט
דאס הייסט גערעט צו די זאך!!!
איינמאל פאר אלע מאל, זאלן "אלע" ארויסקומען אפען מיט "אלע" פאקטן (באופן אז מ'זאל קענען באשטעטיגן אז דאס זענען טאקע די "אמת'ע" פאקטן), און זאל די בעסטע השגחה געווינען!
ירא הקהל וישפוט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2006 05:01 |
|
| |
לדעתי וואלט איך געזאגט אז מנקרים דא אין אמעריקא דארפען נישט קיין קבלה, די בד"ץ האט גוזר
געווען אז מען דארף קבלה, זעהר פיין, זאל מען דאס טוהן אין ירושלים ווי זיי זענען רבנים, דא
איז קיינמאל נישט געווען א תקנה וואס פארלאנגט דאס, ממילא דארף מען נישט, נקודה.
איי פארוואס פאררופט זיך די נירבאטער אויף די בד"ץ???
פשוט, ער פארלאזט זיך אויף זיי לגבי דעם "וואס" מען דארף מנקר זיין.
ווייל עס זענען דא חילוקי מנהגים, זאגט אז ער "פירט" זיך ווי זייער מהלך אין ניקור, אבער
קבלה, מאן דכר שמי'????
און פארוואס זאל מען דארפען קבלה????
און פין וועמען קען מען דאס בכלל באקומען??? ווער גיט דאס???
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2006 05:04 |
|
| |
באקומען אין אישית פין טראנט לאט (לכאורה ארבעט ער ביי מיל מארט)
פאר איך ברענג זיין תגובה, וויל איך אים מעורר זיין, ער זאל נישט זיין אזוי אין כעס, דא איז
נישט קיין ביהמ"ד, מיט שרייען העכער געווינט מען נישט, ער זאל מער אכט געבען אז ער זאל
שרייבען פאקטען אין צו דער זאך, נישט שרייען קיין קללות.
רבותי!!!! האיך יתקימו שניהם???
א סתירה צווישן על הגאולה מיט על הגאולה, סתירה צווישען האטווייער מיט האטווייער
א ליגענער דארף האבן א גיטע קאפ!!!!!
ליינט אין די לינק ווי די רשעים,ושקרנים, מחבלי כרמים, ומוציא שם רע, ומפיצי לשון הרע, האבן
דא געשריבען אז מען האט געטראפן "חלב" דארנישטאג ביי ווייס בוטשער
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=2091515
ליינט דא ווי על הגאולה שרייבט מיט פאטאס אז עס איז נישט געווען קיין "חלב" נאר פראבלעמען,
נאך גרויס דריק, איז ער מודה ליינט מיט הנאה
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=2092721
דרך אגב
1}שפיטץ האט "נישט" געריפען אינדיג ער איז געקימען מדעת עצמו, אינדיג ארבייט אויף די שעה פינק
ווי זיין חבר שטערן
2}שפיטץ האט נישט געגעבן גערעכטט פאר "אינדיג" רח"ד האט אויך "נישט" געגעבן גירעכט פאר
אינדיג, ביידע ניצען ווייטער מיעל מארט פלייש
3}די גאנצע וואך האט די מחררי ריוב בעלי לשון הרע ושקרנים גארנישט געענפערט אויף קיין איינע
פין טענות וואס מען האט זיי געפרעגט זיי האבן פלעין איגנארירט
 |
|
|
|
|
|