|
|
| נשלח ב-28/11/2006 07:00 |
|
| |
כבוד שלוםשטוב
א) דאס אז מנקרים דארפן האבן א קבלה, איז נישט קיין נייע ערפינדונג. עס ווערט שוין געבראכט אין די פוסקים, און ס'שטאמט נאך פון די ראשונים.
ב) בנוגע וואס די מיינסט אז די סיבה פארוואס דער באטערער פארופט זיך אויף ביד"ץ עדה החרדית איז ווייל ער "פירט" זיך אויף זייער מהלך הניקור, האסטו א גרויסע טעות. דו ביסט אריינגעפאלן אין "טרעפ" וואס דער באטערער האט דא געלייגט פאר'ן ציבור.
ער דערמאנט די בד"ץ עדה החרדית אין זיין בריעוו (און רעכענט אויס אלע נעמען באריכות) כדי צו שאפן א רושם ביים ציבור כאילו די ניקור וואס ער מאכט ביי מיל-מארט איז די זעלבע ניקור ווי די בד"ץ מאכט אין ארץ ישראל. ס'איז א גרויסער טעות. ער מאכט נישט דעם זעלבן ניקור ווי עדה החרדית. לא קרב זה אצל זה. דער באטערער מאכט אסאך א שוואכערען ניקור ווי עדה החרדית מאכט.
ער פארופט זיך נאר אויף א "גביית עדות" וואס מ'האט גובה געווען בפני הבד"ץ של עדה החרדית פון צוויי אלטע מנקרים פון אונגארן, און ער טענה'ט אז מיל-מארט מאכט די ניקור אזוי ווי די צוויי מנקרים האבן עדות געזאגט פאר'ן ביד"ץ עדה החרדית, ותו לא מידי.
יא, יא, מיר האבן אסאך א שוואכערען ניקור פון עדה החרדית. און דאס איז "אפיציעל". דאס איז מען מודה הויעך. (מיט דעם האט מען נישט קיין פראבלעם, ווייל ע"פ הגביית עדות האט מען אין "דערהיים" אזוי געטוהן). ליידער, ליידער, עד היכן הגענו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2006 10:02 |
|
| |
מלחמת ה', אויף וועלכע הכשר פארלאזטו זיך ביי בהמות?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2006 17:07 |
|
| |
מלחמות
ביסט ביי מיר פסול ומפוסל, א שקרן גדול.
מיינסט איך ווייס נישט אז עס איז דא א זאך ווי קבלה??????
די שאלה איז צו אונז וואס אונז פירען מיר זיך אוועק שניידען די גאנצע אחוריים, צו מען דארף קבלה!!
אויף וואס דארף מען קבלה, ווי אזוי אוועק צו שניידען די אחוריים??
די בד"ץ אליין שרייבט דאס אין זייער בריוו, אז זיי זענען כאילו גוזר אז אפילו אונז וואס
שניידען אוועק די אחוריים זאלען דארפען קבלה.
און דאס וואס די זאגסט אז מען איז הויך מודה אז אונזער סטאנדארט אין ניקור איז שוואכער ווי די
בד"ץ, וואלט איך זעהר געוואלט וויסען ווי מען האט דאס "הויך" מודה געווען,
די ביסט א שקרן מופלג, וואס זוכט אריין צו ברענגען תמיהות ביים עולם אויף די ניקור, כאילו מען
רעדט דא פין א חיוב כרת, ווען די גאנצע זאך איז נישט מער ווי א שאלה פין א סלסול פין מנהגים
אהין און אהער. (אפילו אויב עס איז אמת וואס די זאגסט).
לפי ידיעתי, האט מען ארץ ישראל מער מקיל געווען אין ניקור, און ווען עס איז נישט געווען קיין
פלייש האט מען אפילו מנקר געווען אחוריים, איך רעד נישט פין היינט, איך רעד פין למשל צוואנציג
יאר צוריק. איך נעם נישט קיין אחריות אויף דעם, איך געדענק נאר אזוי הערען א לאנגע צייט צוריק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2006 18:00 |
|
| |
אמת איז דא איינס, אין דאס קען מען נישט טוישען, ליגענט קען יעדן טאג זיין א פרישע, אין דאס קען מען יעדן טאג טוישען לויט די גיסטע, אין לויט ווי די ווינט בלאזט
איך וועל איבער שרייבען די השתללות הדברים פין די לעצטע צוויי וואכן, פשוט כדי עס זאל בלייבען פאר די רעקארד אז אויב איינער וועט עפענענן די אשכול א שטיק צייט ארום, זעל ער נאך קענענן האלטן קאפ וואס דא איז פארגעגאנגען אויף יעצט פעלט עס שוין באמת נישט אויס, ווייל פין די תגובות דא זעט מען אז עס קיינער האלט נישט מיט די שקרנים
1}פאר צוויי וואכן צוריק, האט זיך אנגעהויבן די טימעל אז מען האט געטראפן חלב ביי מיעל מארט קודם האט מען נישט ארויסגעגעבן די פינקטליכע פרטים, מען האט נאר געהאקט חלב חלב חלב מיעל מארט מיעל מארט מיעל מארט, די וועג ווי אזוי מען האט עס געטראפן איז געווען אז, עס איז דא א געוויסען ביזנעס וואס האט א אינטערעסע צי טרעפן טעותים ביי מיעל מארט, זיי האבן באשטעלט פאר א לאנגע צייט לעבער פין מיעל מארט, זיי האבן געהאט דערפאר איין אינגערמאן מיטען נאמען שטערן וואס ער פלעגט איבער קיקען יעדע שטיקעל זען צי עס איז כשר, ביי זייער לעצטע ארדער פין פינף שטיקער לעבער, האבן זיי געטראפן איינס מיט א חשש, אין WOW די שמחה איז געווען גרויס. פיינעלי מען האט זיי געפאקט תיכך האט די לעבער אנגעהויבן ארויף צי טרייבען מיילעדש, כאטש וואס דער בעל מכשיר דערפין וואינט אין בארא פארק, אין די לעבער איז אויך געווען אין בארא פארק, האט מען עס בכוונה נישט געוויזען פארן בעל מכשיר, נאר מען איז געפאר דערמיט צום ערשט קיין סעדרעהאל, דערנאך קיין וומסב"ג דעראך קיין מאנסי, דערנאך קיין קר"י אינדערצווישען האט מען געהאלטן אין איין שרייען אז עס איז דא חלב ביי מיעל מארט, אין נירבאטעור מאכט זיך נישט וויסענדיג, פיינעלי ווען זיי זענענן געווען אין קר"י ביים דיין אין ביי רבינו שליט"א האט רבינו שליט"א געקאלט דעם נירבאטעור פרעגן וואס דא גייט פאר, האט ער געענפערט אז ער האט נאך נישט געזען די לעבער, בלית ברירה האבן זיי געמיזט שיקען די לעבער צום נירבאטעור, ווי נאר דער נירבאטעור האט עס געזען, האט ער זיך אדורוך געשמיסט מיט רבנים, ארויסגעגעבן א צעטיל אז יא, עס האט זיך געמאכט א טעות, ער ארקענט עס, ער וועט ארבייטען אז עס זאל זיך ח"ו נישט פאסירען נאכאמאל {מומחים האבן אנגעצייכענט, אז אזוינע טעותים געשענט פין צייט צי צייט ביי יעדע השגחה, נאר די בעלי מכשירים פארווישען עס, ווייל עס איז נערמאל אז מענטשן מאכן טעותים, עס איז גזירה מן השמים, אין ווער עס זאגט אז ער מאכט קיינמאל נישט קיין טעות דער איז נישט קיין מענטש אזוי אויך וואלט מען די שטיקעל קיינמאל נישט געגעסן ווייל די בוטשער שנייט עס נאך אוועק, ואכמ"ל,אזוי אויך איז באווייסט אז דער נירבאטעור איז פין די גרינגעסטע מענטשן אין די הכשירים פעלד, ער איז אייביג גרייט צי הערן וואס אנדערע האבן צי זאגען, ווי מען קען מאכען בעסער}
המשך יבוא, אי"ה
תוקן על ידי - trant_lott - 28/11/2006 18:03:59
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2006 18:20 |
|
| |
2} כראותם כי כלתה עליהם הרעה, זייער פלאן ארבייט זיך נישט אויס, ווייל דער נירבאטור פייט נישט צוריק, ער איז מודה, אין ער זאגט אז ער גייט ארבייטען אז אפילו אזא טעות זאל אויך נישט פאסירען, זענען זיי געבליבען אין גאנצן אנגעפאשט שווערע טויזענטערס איז געגאנגען לטמיון,די געהאלט פאר שטערן, פלאס מען האט געמיזט באצאלן די אלע שטיקער לעבער, זענענן זיי אויפגעקימען מיט א צווייטע פלאן
זיי האבן אראפגעריפען א אינגערמאן מיטען נאמען אינדיג פין מאנסי ער איז א קאשויער/ בני יואל, פאר אים איז אונזער ניקור סיי ווי אסור, כידוע אז קאשוי האט גע'אסרט אונזער פלייש אין ער פלעגט טאקע שעכטן פאר מיעל מארט ביז מען האט אים פארשיקט פין דארט, היינט שעחט ער פאר בני יואל זיי האבן אים באשטעלט אז ער זאל גיין אין בוטשער אין זען עפעס אנצידרייען, מען האט אים אין אסאך פלעצער נישט אריינגעלאזט, קיין שום בעה"ב זיכט נישט קיין קאפ וויי, אבער ביז ער איז אנגעקימען צי ווייס, דער בעה"ב איז דעמלאטס נישט דארט געווען, אין עס איז געליגען אויפן טיש א גאנצע בהמה נאך פארן ציהאקען אין צי טיילען ער איז געגאנגען אין געקאלט דעם בעל המכשיר פין דעם בוטשער אז ער זעט "עפעס" דער בעל המכשיר האט געקאלט דעם באטעור, דער באטעור האט געזאגט אז צי דעם שיקט ער זיין משגיח ראשי ר מאיר, ר' מאיר וויסענדיג אז דא גרייט מען אים אן א טרעיפ, האט ער מיט געריפען רח"ד כץ ער זאל אים האבן אלץ עדות וכדומה, בקיצור, יעדער קימט אין אן בוטשער, אין מען פרעגט אינדיג וואס ער וויל האט ער אנגעהויבן משוגע צי מאכען מיט א אדער, אז די אדער טאר נישט דארט בלייבען, האט ר' מאיר ארויסגענימען די פראטעקאל פין עדה פין תשמ"ג אין אים געפרעגט צי די בהמה איז נישט מנוקר לויט ווי די עדה האט פארגעריבען? האט ער געענפערט אז יא, עס איז טאקע מנוקר לויט זיי, אבער זיי זענענן נישט גערעכט ווייל עס איז אקעגן א רמ"א האט ר מאיר געשריגען, אז ער זאל גיין קאלען רב בראנסדאפער פין די עדה אין ער זאל אים צירי לאזן {מען האט זיך נאך היבש גע'טענעט דארט איבער שטותים, אבער אכמ"ל ווייל אינדיג איז געבליבען מיט די צינג אינדרויסען, די הויך פינקט איז געווען ווען מען האט זיך גע'טענעט איבער די עדה פראטקאל} שפיטץ מיט רח"ד כץ זענענדיג מיט וועם זיי האבן ציטיען, האבן זיי זיך אפגעטראגן פין דארט, איבערלאזענדיג דעם אינדיג פארשטייט זיך אז זיי ניצען ווייטער מיעל מארט פלייש, האלטענדיג אז דאס איז די בעסטע פלייש עד היום ווייס מען נאך נישט ווער עס האט באשריבען די מעשה אויף היידפארק ווייל ר מאיר האט עס נישט געשריבען, שפיטץ אויך נישט, ער האלט דאך מיט דעם נירבאטעוראז עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם , רח"ד כץ אויך נישט איז געבליבען אז אדער איז אינדיג א שרייבער דא, אדער האבן עס זיינע משלחים געשריבען
המשך יבוא אי"ה
תוקן על ידי - trant_lott - 28/11/2006 18:27:11
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2006 18:32 |
|
| |
3}דאנערשטיג נאכט האבן די מענטשן ארויסגעגעבן דא אין פארק מיט א געוואלידגע ווייטאג די מעשה, אז מען האט שוין ווייטער געטראפן חלב!!!!!!
אלע וואס זענענן געווען אין בוטשער בשעת מעשה ווען זיי האבן עס געהערט, האבן זיי געצויגען מיט די אקסעל, נישט וויסענדיג וואס דאס דארף באדייטען, יעדער האט דאך קלאר געזען אנדערש, אבער דאך האט זיי דאס נישט אפגעשטעלט צי שרייבען זייער פרעכן ליגענט, כאילו דער נירבאטעור אז דא אויף עפעס א מיסע מכשיל צי זיין אין מאכיל זיין במזיד חלב פאר אידן, ער ווייסט אז עס איז דא פראבלעמען אין ער וויל עס נישט פאר רעכטן, בלא בלא בלא
המשך יבוא מארגן אי"ה
תוקן על ידי - trant_lott - 28/11/2006 18:33:51
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2006 19:30 |
|
| |
איך מיין דאס איז גאר שוואכע תירוצים....
נאך אזא לאנגע וועיטניג פיריאד, און ענדלעך באקומען רשות כתיבה, האב איך עקספעקטעד אביסל
בעסערע תירוצים פון א ארבעטער פון מיל מארט...
די תירוצים דערמאנט מיך פון די 20 יאר צוריק מעשה ווען מ'האט נישט געהא וואס צו ענפערען פאר
קאשוי רב זצ"ל, האט מען געשריגן שונאים שונאים!, ווען ס'איז דא גוטע ענפערס רעדט מען צו די
זאך, נישט מ'פלאפאלט סתם ארום
איך האב גארנישט קעגען באטערער, איך האלט נאר אז די ערשטע ריעקשאן זיינע איז געווען די בעסטע
און די קליגסטע, ביז זיינע סופיריריערס האבען אים פארלאנגט צו טוישען טאן און זיך אפשאקלען
פון אלעס...
באטעם ליין האף איך אז מ'מאכט עטליסט עפעס תיקונים פון די גאנצע מעשה, און יעדער וועט
פראפיטען פון געשעפט
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2006 22:47 |
|
| |
"על הגאולה" שרייבט אין "כל העולם כולו":
וועד הקהילות מיטינג היינט געקענסעלט: דורכפאל פאר רח"ד כ"ץ
דער געוועזענער סאטמאר'ער דיין פון 53 ר' חיים דוד כ"ץ האט לעצטענט געגרינדעט א נייער וועד מיט די נאמען וועד הקהילות, בכלומרש'ט זיך אומצוקיקען אויף עניני כשרות דא אין שטאט בארא פארק.
דער הר' כ"ץ האט זיך נישט אליינס ארויס געשטעלט לכתחלה, ווייל ער האט געויסט אז ער וועט נישט מצליח זיין, האט ער אריינגענומען האדמו"ר מקאסוב שליט"א אין דעם בילד, און דער קאסובער רבי איז ארום געגאנגען צו רבי'ס און רבנים באקומען די הסכמה פון די צענדליגע קהלות זאלען זיך משתתף זיין און דער נייעם וועד.
אויבען אוף איז דאס א פיינער הצעה, א גוטער פלאן, און בברכת הרבנים יצא לדרך.
נעכטען האט דער (נייער אזוי-גערופענער) "וועד הקהילות" פאר-רופען אן אסיפה בנוגע די לעיבער-חלב פרשה וואס רודערט זיך לעצטענס. מען האט אראפגערופען דעם באטערער רב זאל זאגען זיין צד פון די מעשה. און אלטס הלכה, מענטשליכקייט מיט נארמאלקייט, דארף מען אראפרופען דעם צווייטען צד אויכעט, ס'זאל זיין זה לעומת זה. אבער, בלא! דער הר' כ"ץ האט געלייגט א גרויסע וועטא. בשום פנים ואופן לאזט ער נישט דעם מנקר הרב שטערן אראפקומען אראפלייגען זיין צד.
דער באטערער רב איז אראפגעקומען אראפגעלייגט א גאנצע פרעזענטעישאן, מיטען משמעות אז אויף לעבער קען קיין חלב נישט זיין (וואס דאס איז הוילער שקר, ווייל ס'קען קלאר יא זיין חלב הכליות מיט קרום מדובק צום כבד וואס מען איז מחויב מנקר זיין, כמבואר בפוסקים. און ווי דערמאנט אין די מכתב של התאחדות הרבנים נאך די פרשת קאשוי, אז צריך זהירות יתירה לזה).
דער מיטינג האט זיך פארשלעפט א לאנגער צייט, ביז מען האט מחליט געווען אז מען גייט ממשיך זיין ווייטער היינט, דינסטאג. היינט איז געווען אין פלאן, אז מצד די אנדערע צד גייט אויפטרעטען הרב ברוידי שליט"א (וואס ער איז דער מורה דרך פאר דעם הרב שטערן אין דעם דאזיגע פרשה. ער איז געווען דער וואס האט נישט געלאזט הרב שטערן זאל גיין ווייזען דעם לעיבאר פאר'ן באטערער רב בפרטיות, הגם ער האט איהם אנגערופען תיכף און מודיע געווען אז מען האט געטראפען חלב אויף די לעבער. און ער איז געווען דער וואס האט פארלאנגט די מיטינג ביי התאחדות הרבנים).
היינט האט הרב ברוידי שליט"א מודיע געווען פאר דעם הר' כ"ץ, אז אזוי ווי נעכטען האבין די רבנים אויסגעהערט דעם באטור רב, זאל מען היינט אויסהערען דעם יונגערמאן, ווי ס'פאסט להלכה און מפני ועשית הישר והטוב.
אבער, בלא! דער הר' כ"ץ האט פארפירט אז בשום פנים ואופן קען דער הרב שטערן נישט מופיע זיין בפני הרבנים. פארוואס? זאגט הר' כ"ץ: ווייל ער איז א מחוצף און א שגץ. פארוואס? ווייל ער איז געגאנגען צו די התאחדות.
אויב אזוי, האט הרב ברוידי מודיע געווען אז ער קומט אויך נישט צו די מיטינג.
און אזוי ארום איז דער מיטינג איז בטל געווארען.
וואס איז דער אמת? פארוואס שרייט הר' כ"ץ אז דער יונגערמאן איז א שגץ? וואס האט דער הר' כ"ץ מורא? און וואס באהאלט ער? המשך יבוא.....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2006 23:40 |
|
| |
"על הגאולה" שרייבט ווייטער אין "כל העולם כולו", וזה לשונו:
#2
דער יונגערמאן הרב שטערן, איז אראפגערופען געווארען און סאטמאר'ען בוטשער סטאר (אין בארא פארק) דורך איינע פון די מורי צדק פון די קהלה און בארא פארק, ער זאל אריבערקומען אלטץ גרויסער מומחה פון ניקור, בודק זיין די ניקור אויב אלטץ איז בסדר.
דער אינגערמאן האט געטראפען געוויסע פראבלעמען.
ער איז ארויף געגאנגען צו דעם געוועזענער סאטמאר דיין הר' כ"ץ (וואס געט די השגחה אויף די בוטשער), אבער דער הרב כ"ץ האט איהם בשום אופן נישט געוואלט אויסהערע. ער האט איהם ארויסגעווארפען פין שטוב!
בייגעלייגט איז א קאפי פון א בריעוו וואס דער הרב שטערן האט דאמלסט, באלד נאכדעם, אפגעשריבען צו הר' כ"ץ מיט אלע נקודות פין די פראבלעמען וואס ער האט געטראפן אין בוטשער סטאר.
זאל דער ציבור וויסען פארוואס הר' כ"ץ שרייט דער הרב שטערן איז א שגץ: ווייל ער האט געהאט די מורא'דיגע חוצפה פון מעורר זיין כמה דברים הצריכים תיקון!
ווער ווייסט וואס נאך דער הר' כ"ץ טוט פארדעקען און פארהוילען פונעם חשובען ציבור המדקדקים בכשרות.
ס'פרעגט זיך די קשיא דא ווער איז דער ריכטיגער שגץ און ווער נישט...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2006 23:42 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2006 00:07 |
|
| |
א פרטי-כל פון אסיפה פון התאחדות הרבנים משנת תשמ"ב, און די "ערשטע" החלטה איז, מודיע זיין פאר אלע רבנים אז ס'איז פאראן א "הזנחה רבה" ביים ניקור פון לעיבער:
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2006 05:39 |
|
| |
איך הער וואס טוט זיך,
לכאורה איז די נירבאטור גערעכט מיט די גאנצע פרשה.
מען האט געטראפען עפעס מען האט געמיינט עס איז חלב, מען האט עס נישט געוואלט ווייזען פארען
נירבאטער, האט ער גארנישט געקענט שרייבען דערוועגען, כל זמן מען ווייזט אים נישט, איז אלעס
כשר וישר, מען האט אים געוויזען, האט ער געמיינט עס איז חלב, גענומען די ריכטיגע שריט,
פארשיקט איין מנקר, געדריקט א צעטיל אז מען האט געראפען עפעס, און עס איז געשעהן א מכשול, מען
ווועט ווייטער אכטונג געבען, שפעטער שטעלט זיך אויס אז עס איז גארנישט קיין חלב, בעלסקי איז
מסכים, וויל נישט שרייבען א צעטעל, מען ברענגט אים א צעטיל, ער האט נישט קיין ברירה, שרייבט
אונטער.
שטערען איז נאך אלץ נישט פערטיג, ברוידא טרייט זיין בעסט צו מאכען אן אנשטעל כאילו עס איז
טאקע דא א פראבלעם, וויל ער נישט קומען רעדען נאר טאמער אהין אדער אהער, וואס דאס ווייזט איז,
אז רב ברוידא איז א קורופטיד רב, אזוי ווי די אנדערע קאראפטעד בעלי מכשירים, און וויל נישט
קומען אנגעבען דין וחשבון, אנדרעש ווי די נירבאטער וואס האט זיך געלאזט קאפען אין פנים, פין
יעדער רב שמעקער מנקר רבעל התאחדות.
רבותי, די היינטשריפט אויף די וואנט איז קלאר,
"די הכשר פין נירבאטער איז די בעסטע הכשר וואס איז דא"
פארפאלען, די "עסקנים" אונטער העצער, ליטווישע אומפארגינער, אינגע היץ קעפ, אטענשען זוכער, עס
וועט אייך גארנישט העלפען,
זוכטס אן אנדער בעל מכשיר, קלעבסט ענק אהן אין רובאשקען, אפשר ביי ווייסמאנדעל וועט ענק
גרינגער גיין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2006 06:49 |
|
| |
איך וועל בעז"ה נישט ממשיך זיין מיטען המשך הדברים, צוליב אפאר סיבות
1}מענטשען מיינען אז איך ארבייט אין מיעל מארט אזוי שרייבען זיי דא עכ"פ, אזוי אויך האב איך באקימען פיל תגובות אין אישית, אין ווי באלד למעשה האב איך גארנישט מיט זיי, איך ווי באלד איך וויל זיי נישט אפהארגאנען, וועל איך ענדערש נישט שרייבען ווי איידער עס זאל אויסזען אז מיעל מארט האט אויך אויפגענימען שרייבערס דא פינקט ווי יענע חברה
2}ווען כ'האב אנגעהויבן שרייבען, האב איך געמיינט אז שקר האט אויך א גרעניץ, אפשר א ווייטע גרעניץ, אבער עס האט זיך מיר געדאכט אז עפעס א גרעניץ האט עס, האב איך געטראכט אז מיטען אמת וועט מען קענענן דערשטיקען דעם שקר, דערווייל יעצט זע איך אז אז דער שקר האט נישט קיין שום גרעניץ,מילא איז די ארבייט זייער שווער {לדוגמה, וואס עס מיינט שקר, עס האט נישט געדארפט זיין נאך א מיטיניג בנוגע מיעל מארט, נאר די מספרי לשה"ר ומוצאי שם רע, האבן עס אויפגעטראכט כדי צי פארדעקן זייער דורכפאל פין די ערשטע אסיפה, אט דאס ווייזט אז מיט זיי איז גאר שווער זיך צי פארמעסטן}
3}יעדער האט שוין סיי ווי איינגעזען אז דא רעדט מען פין די וועלט לוזערס, עס פעלט שוין נישט אויס ארויסציברענגן, קום וואס עס גוסס'ט נאך זייער קאמפיין, עס איז א שאד אז מען זאל זיי ענטפערן
אבער לסיום, איז אינטערסאנט ארויסציברענגן א פאר נאטיצען
1}ווי ווייט מיר האבן א ציבור יראים ושלמים, זיי די מוצאי שם רע, האבן ארינטער געריסען אויפן ערגעסטן אופן, אין מיטען גרעסטן שקר, וואס עס איז נאר שייך וואלט דאך געווען נערמאל אז איינער א מאן דהו זאל זיך ארויפשארן די ארמעל, אין זיך נעמען מישען וואס עס טיט זיך ביי אנדער שחיטות, גרעסערע פין מיעל מארט, אין ביי יענע שחיטות וואלט די ליגענט בעסער געפארן ווייל דארט האנדעלט מען דאך מיט מער טריפה ווי כשר, עכ"ז האט עס קיינער נישט געטיען, דאס ווייזט אז מיר זענענן ב"ה דיספנעליצרט, מיר האבן א תורה, וואס גיט דען וועג, אין מיר פירען זיך נישט אויף כגרועים שבאומות, אין ביטע עס ווייטער נישט טיען, ווייל יעדער זעט ווי נעבעכדיג מען קיקט אויס מיט די וועג פין ווארפן שמיץ ,
2}משום לצונתא דע"ז וויל איך ווייזען מיט וואס פארא משוגעים קורץקעפיגע מען האנדעלט דא
זיי שרייבען
מען האט אראפגערופען דעם באטערער רב זאל זאגען זיין צד פון די מעשה. און אלטס הלכה, מענטשליכקייט מיט נארמאלקייט , דארף מען אראפרופען דעם צווייטען צד אויכעט, ס'זאל זיין זה לעומת זה. אבער, בלא! דער הר' כ"ץ האט געלייגט א גרויסע וועטא. בשום פנים ואופן לאזט ער נישט דעם מנקר הרב שטערן אראפקומען אראפלייגען זיין צד.
1}הלכה וועלכע הלכה?? האבן ענק דען אויפגעוויזן אז להלכה טויג דען עפעס נישט?? ענק האבן בסך הכל געמאכט א שטינק, אן געבן פרטים, דארף מען זיך מיט ענק רעכענען??
2} מענטשליכקייט האבן ענק זיך אויפגעפירט מענטשליך,,??? ניין!!!! דאן וואס פארלאנגעסטע פין אונז מענטשען? מיט בהמות גייט מען זיך אום ווי בהמות, סארי אז מען ווארפט זיך מיט ענק, אבער פארפאלן,, ענק האבן זיך עס אליין גענימען
3}נארמאלקייט,כנ"ל עיין ערך 2
דער באטערער רב איז אראפגעקומען אראפגעלייגט א גאנצע פרעזענטעישאן, מיטען משמעות אז אויף לעבער קען קיין חלב נישט זיין (וואס דאס איז הוילער שקר, ווייל ס'קען קלאר יא זיין חלב הכליות מיט קרום מדובק צום כבד וואס מען איז מחויב מנקר זיין, כמבואר בפוסקים. און ווי דערמאנט אין די מכתב של התאחדות הרבנים נאך די פרשת קאשוי, אז צריך זהירות יתירה לזה).
ענק זענענן טעטאל??? ווילסט טאקע זיך דא פארהערן מיטן נירבאטעור??? נעכטן האבן רבנים מיט געשטימט מיט אים, קימסטע יעצט זאגען אז ער ווייסט נישט קיין פוסקים, אין ער זאגט הוילע שקר!! ענק טראכט אז מיר ווייסען מער ווי די רבנים נעכטן?, אז ענק שרייבען דא אז דער נירבאטעור האט געזאגט שקר נעכטן!!! נאכאמאל,ענק ווילען מיר דא זאלן פארשטייען אז דער נירבאטעור האט נעכטן געזאגט שקר, אזאך וואס די רבנים האבן נישט געזען??? קאם אן??!!!! וואס גייט פאר?? האט איינער גע'גנבט ענקער ניק???
זיך ווידער זען זען ביי די נעקסטע מערכה, לטובות אידשקייט
תוקן על ידי - trant_lott - 29/11/2006 6:54:51
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2006 07:18 |
|
| |
אין אן אנדערע פארום, שרייבט "עבד עברי", וזה לשונו:
עס איז געווען געמאלדן פון א ניק " על הגאולה" אז רח"ד כץ וויל פירן דעם מערכת הכשרות אין בארא פארק . און ער וויל פארגלעטען די חלב פרעסערייי מיט דברים של מה בכך און מיט טעראר קעגן די תורה פון אויסהערען נאר איין צד זה דרכם כסל למו
בכל הכבוד פאר הרב ח"ד כ"ץ . ער קען נישט שטיין בראש פון א וועד הרבנים אין בארא פארק
א. ביי עהם איז רוב רבני בארא פארק און רוב תושבי העיר פאלנע מחללי שבתות. אהנגעהויבן פון הגאון רח"ל כץ. מונקאטשער רבי. יאקער רב. אונגווארער רב. נטעי גבריאל. הגה"צ פאפא ב.פ. דומ"צ בעלזא. קהלת באיאן. סקווירא. אדמו"ר חוסט. כ"ק הגה"צ מקארלסבורג .קהלת קלויזענבורג. ועוד. ממילא קען ער נישט פארטרעטן די שטאט. למשל א משגיח וואס טראגט מיטן עירוב איז ביי עהם נישט באגלייבט. וכדומה.
ב. ער פירט א מערכה מיטן מרא דאתרא . א שמוציגע מערכה פון פאליטיק. וואס עס פאסט נישט פאר א דיין א יונגערמאן. ובפרט עפ"י הלכה לויטן פסק פון חת"ס און קול ארי' אז טאמער א דיין איז מחולק מיטן רב ווערט ער אטאמאטיש אויס דיין זיין פסק איז קיין פסק נישט. אזוי איז געווען אנגענומען ביי אלע רבנים יוצאי הגר וואס רח"ד כץ אליין איז אונטערגעווארפן אונטער זייער הוראה.
ג. איז ער אליין א בעל המכשיר פון בוטשער. און ער באקומט געהאלט דערפאר . ממילא האט ער שוין נישט קיין נאמנות אין דעם ענין ווייל די הלכה איז . אז "ת"ח שמורה ובא אם לאחר מעשה(נאכדעם וואס ער האט שוין אינמאל געהאט א מיינונג אין דעם ענין) אין שומעין. איז זיין מיינונג מער אין דעם ענין קיין מיינונג נישט.
בפרט ווייס מיר אונז אז ער האט מתיר געווען ווייסע קעלבלעך וואס איז דאס געאסערט עפ"י פסקיו פון הגר"מ פיינשטיין ועוד גדולי התורה. און לויטן הייליגן בני יששכר וואס האט געאסערט "געשטאפטע גענז" וועגען דעם איסור פון צער בעלי חיים ווייל מען שטאפט זיין אהן. האבען די וווייסע קעלבער די זעלבע איסור. און ער געט דאס צו עסן פאר חסידישע אידען וואס זייערע עלטאערן האבען זיך מוסר נפש געווען נישט צו עסן שטאפ. כידוע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2006 10:33 |
|
| |
מלחמת, איך האב אויבן געפרעגט איין פשוטע שאלה, און איך פרעג עס נאכאמאל, אויף וועלכע כשרות ביזטו זיך סומך ביי בהמות? איך וויל וויסען פון וואספארא סטאנדארט כשרות דו רעדסט לדעתי איז די מערכה שוין סייווי דארך געפאלן און דער נירבאטור איז ידו על העליונה
|
|
|
|
|