בית פורומים כל העולם כולו

פרישע סקאנדאל: מיל מארט פלייש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/11/2006 21:42 לינק ישיר 

די מחרחרי ריב פון התאחדות הרבנים זענען נעבעך אובד עצות, זייער הכשר איז פון די שוואכסטע, ס'גייט מטה מטה, דער באטערער רב מיט זיין ברודער דער וואלאווער רב זענען היינט צו טאג פון די גרעסטע בעלי מכשירים, דער טראק פון קרית יואל פאלטערי שפרייזט ארום דא אין בארא פארק א גאנצן טאג, ווי אויך זעט מען זיי כסדר אין וויליאמסבורג, און אין מאנסי, און ר' איצא האלט דאס נישט אויס, פראבירט ער כסדר צו מאכן א טומעל כאילו די אלע אנדערע הכשרים זסענען מפוקפק, דא האט ער פרובירט מיט קרית יואלער פלייש מיט א מעשה מיט זאלץ, ווע מען האט עם געפרעגט אז אויב איז א שאלה אויף די זאלץ, (וואס אגב האט ער רבי ז"ע זייער מקפיד געווען צו נוצן נאר די זאלץ, איז היתכן אויף פסח ניצט מען נאר די זאלץ, אויב איז דאס נישט כשר איז ויאזוי איז דאס כשר אויף פסח, (די זעלבע ווי די עירוב פייטערס, וואס שרייען געוואלד אז מען טאר נישט און מען קען נישט מאכן א עירוב אין ווילאמסבורג ווייל עס איז דאך א רשות הרבים דאורייתא, איי וויאזוי איז מען מתיר אים סוכות, אויב איז דאס א רשות הרבים טאר מען דאך סוכות אויך נישט מאכן, איז דער ענטפער, תיקו) כשראה ר' איצא אז די זאלץ פראבלעם קלעבט נישט, איז געווארן א נייער פראבלעם מיטן נאמען "בדיקת סכינים", אז ס'איז נישטא א משגיח קבוע לבדיקת סכינים, איי דער רבי זי"ע האט ארום געטענה'ע מיטן אלטן באטערער רב ז"ל וועגן דעם נידון און האט געטענהעט אז אינדערהיים האבן די שוחטים אליין בודק געווען די סכינים, ער האט בהחלט געוואלט אז דאס אחריות זאל זיין דווקא אויף די שוחטים און נישט אויף איין אדער צוויי משגיחים, ער האט נאר קוים מסכים געווען אז  עס קען זיין א משגיח נאר "בנוסף" צום שוחט'ס בדיקת הסכינים, דער אחריות זאל קלאר בלייבן אויף די ערליכע שוחטים,  און אזוי איז איינגעפירט אין קרית יואל און און אין מיל מארט,



כשראה ר' איצא אז מיט קרית יואל קען ער זיך קיין עצה נישט געבן, (טראץ די העפליכע הילף פון דעם לונעטיק אלתר משה גאלדבערגער וואס האט נעכטן ביינאכט אין קאנטינענטאל געזאגט שמייכעלדיג אז ער ווייסט אז די גאנצע פרשה איז באלאני (כלשונו הקדוש) נאר אז זיין איינציגער ציל איז צו צוקלאפן די הצלחה פון קרית יואלער שחיטה, ווייל ווי ער ווייסט איז רוב רובו פון היימישן עולם אין גאנץ ניו יארק זייער מהדר צו קויפן נאר די דאזיגע שחיטה), און בכל זאת העלפט דאס עם נישט און האט בחרפתו הגדולה געמיזט צוריק ציען פון זיין פארארדענונג  צו די עטליכע קעטערערס וואס האבן זיין הכשר נישט צו נוצן קרית יואלער שחיטה, האט ר' איצל מחליט געווען זיך צונעמען איבער שונא נומבער צוויי, דער באטערער רב, און ערפינדען א נייעם מכשול, חלב דאורייתא אין די צונג, זיי האבן דערווישט א צונג וואס איז כלומפערשט געקויפט געווארן ביי מיל מארט, וואס איז נאכנישט מנוקר געווארן, און כידוע, ברית כרותה "ללשון" הרע שתתקבל, מען לויפט ארום מיט די צונג צו אלע רבניםלעך, וואס האבן אין זייער לעבן נאכנישט געזען קיין צונג, (איך מיין פון א בהמה, ווייל דער עלם שטרעקט זיי כסדר ארויס די צונג...) און זיי האבן שוין א מיינונג, דער באטערער רב שליט"א האט זיך אפגערעדט אז אינטרעסאנט אז יעדער רב האט שוין געהאט די זכי' צו זעהן די צונג, אויסער... ער אליין, צו עם, דער ארגינעלן בעל מכשיר איז נאך קיינער נישט געקומען ווייזען קין שום מכשול, למעשה איז דאס א געלעכטער ווייל קודם כל איז אין די צונג בכלל נישטא קיין חלב, דאס וואס מען איז מנקר די צונג  איז נאר די אדערלעך און ביי די צונג איז דאס נאר "ליתר שאת" ווייל די צונג קאכט מען נישט דאס ווערט געבראטן און דארט איז נישטא קיין חשש פון בלוט, אבער ווי געזאגט דאס אלעס איז אויב דער גאנצער פראבלעם וואלט אמת געווען, למעשה איז די גאנצע זאך א בלויזער שקר פיל מיט סתירות און  פיל מיט רשעות און ווי געזאגט איז דער איינציגער ציל איז נאר מבאיש ריח זיין פארן באטערער רב שליט"א וואס איז איינער פון ר' איצלס גרעסטער קאמפעטישאן, און איז כידוע איינער פון די גרעסטע מומחים אויף דעם פעלד פון הכשרים,    



תוקן על ידי - פשטידא - 22/11/2006 22:50:01



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2006 21:47 לינק ישיר 

על הגאולה דארפסט פארשטיין טייפן נעמט צייט אז די מאכסט דיר אייגענע פאקטן איז וואס האב איך מיך צו טענה'ען? איך שטעל מיר אז אויב די טוסט אזעלעכס דאן וואס וועט זיין אז איך אדער א 2טער וועט דיר אויפווייזן דעם אמת? וועסטו ווייטער נאגן פון פינגער עפעס. ע"כ דריי א צווייטן דעם קאפ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2006 21:51 לינק ישיר 

יענקעלע בארואיגט אייך

נארמאל וואלט מען דיינע דברי הבל בכלל נישט געדארפט ענטפערען נאר פאר די תמימי לבב וואס קען זיין וועלן אפקויפען דיינע נארישקייט וועל איך בקיצור דא זאגען

א. קודם כל רעדט זיך דא מיט לעבער, נישט צונג, נישט די דרייצענטע ריפ, נישט די אופן הניקור (ווי די באטור רב וויל זאגן אין זיין בריעוו). מ'רעדט פון לעבער וואס ווערט פארקויפט אלטץ מנוקר און ס'האט נאך אלטס שטיקלעך חלב דערויף.

ב. דער סאטמאר רבי שליט"א האט געלאזט אראפרופען דעם אינגערמאן וואס האט געטראפען דעם פראבלעם און איהם אויסגעפרעגט פונקטליך די מעשה, ס'הייסט די רבי גייט נעמען ווייטערדיגע שריט ווען ער קומט אהיים פון ארץ ישראל.

ג. די התאחדות הרבנים האט נישט ערפינדען דעם פראבלעם, ס'איז קודם געווען א רב אין בארא פארק, און נאכדעם וואס ער האט גערעדט מיט די באטור רב וואס האט זיך אנטזאגט דן זיין איבער דעם פראבלעם, און ווי אויך בעלסקי פון די אוי יOU האט זיך נישט געוואלט וויסינדיג מאכען (אויפען באפעל פון 'הרב' גענאק וואס איז איינוועגס אויך שותף מיט האללענדער פון מיעל מארט), האט מען די פראבלעם געברענגט צו די בית דין המיוחד לעניני כשרות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2006 21:52 לינק ישיר 

קליינעקאפ, זעעט אויס אז שמא קגרים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2006 22:31 לינק ישיר 

על הגאולה טעות לעולם חוזר,
דער איינציגער חילוק איז אז די לעבער האט נאך קיינער נישט ארויס געשטעקט פאר די רבנים'לעך,
סא, דיסריגארד מיין דזשאק, נישט געלונגען...
אבער די פאקטן וואס איך האב געשריבן איז קראנט, ביי די לעבער איז נישטא קיין חלב דאורייתא,
איך האב היינט גרעדט מיט 4 אלטע בוטשערס, איינער א חשובער איד וואס ארבייט נאך היינט
אין 82 בוטשער, און די אנדערע דריי, זייער ערליכע באקאנטע בוטשערס-מנקרים,
קענסט מיר מסביר זיין, התאחדות הרבנים ובראשם עפעס א רב פון בארא פארק (?)
האבן געטראפן א פירצה אדירה א מכשול גדול ונורא, אז מיעל מארט איז מכשיל כלל ישראל
מיט "חלב דאורייתא" מען מאכט א מיטינג, דער באטערער רב לאכט זיך אויס, און שיקט אראפ
אפאר אומערפאנענע מנקרים אשר לא יודעים בין ימינם לשמאלם, דער בית הגדול פון 
התאחדות הרבנים פסל'ט גלייך אויפן ארט דעם דאזיגן בעל מנקר,  
און איך ווער דאס געוואויר אין די מקוה, און אויפן אינטערנעט פון על הגאולה,
קיין שום פלאקאט, קיין לאפרושי מאיסורא נישט, קיין שום אויפמערקזאם צעטיל נישט,
גארנישט, גארנישט, יא דא עסט מען חלב דאורייתא, און דער סאטמארער רבי שליט"א
וועט זיך באפאסן מיט דעם ווען ער קומט צוריק פון ארץ ישראל,
אויב גלייבסטו דאס, דאן האב איך א בריק צו פארקויפן... 
אויב איז דס אמת, דאן זענען ד רבנים בכלל מכשילי הרבים, און זיי זענען פסול צו זיין רבנים,
זיי קימערן זיך נישט מיט דעם אז כלל ישראל עסט ר"ל חלב דאורייתא,
נאר הוא אשר דברתי, די מעשה איז כולו שקר מתחילתו ועד סופו, און די רבנים ווייסן דאס זייער
קלאר, און דעריבער לאזט איצא ארויס אזא קלא דלא פסק, און פארשפרייט די  שקרים אין די מקואות
און אויפן אינטערנעט, און לאזט ווייטער דעם עולם זיך אנשטאפן מיט חלב דאורייתא,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2006 22:31 לינק ישיר 

על הגאולה
הער גוט צו.

איינער א אנדרייער האט געטראפן א הייטל און געדרייט דעם עולם א קאפ דערמיט

דאס אז פון 5 שטיקלעך איז עס נאר געווען אויף איינעם איז נומער 1.

און דאס אז משנייד דאס אוועק אלעמאל דאס ווייסטו אויך

נאר וואס דען

איז דאס הייטל בכלל חלב? ניין ניין ניין. מ'שניידט עס אוועק אלס מראת עין

נאר וואס דען ? דריי די מיטן גראבן פינגער ווייטער

------------------------------

באטורער רב האט מען "נישט" גערופן צום "שטורמישן אסיפה"

מהאט אים געהאלטן אין די טונקל ווי לאנג נאר מעגליך
--------------------------------

דאס אז ער איז פון די ELITE השגחה'ס איז נישט עפעס וואס די האלטסט ביים אראפשלינגען

דעמאלטס.

שטיק דיך דארויף

דאס וואס די זאגסט תוקן על ידי - kleinekup - 22/11/2006 23:04:11



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2006 22:53 לינק ישיר 

אזעלכע טויטע קללות, OUCH

פרעג דיך בעסער נאך ביי די לעבער קען זיין חלב הכליות אז מען איז נישט גוט מנקר

מ'האט די לעבער יא געוויזען פאר כמה וכמה רבנים ובתוכם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2006 22:56 לינק ישיר 

יאנקעלע במחילת כבודך הרמה באטור רב האט זיך גארנישט אויסגעלאכט. ער נעמט יעדע זאך זייער ערענסט פרוביר עם אמאל אויס די בעסטער MOST EXPERIENCED מנקר איז אראפגעגאנגען דער רבי פארשטייט צו חלב. אזוי ווי ער פארשטייט צוצוגנבנן בנינים. דער רבי שמעקט א פארשימעלטע מערכה פון 100 מייל ווייט , וועגן דעם האט דער רבי גלייך פארשטאנען אז מ'וויל דא סתם אנטינופען. באטור רב האט געטון לפמה"ד און געשטעלט דעם מנקר וואס האט בטעות געלאזט דעם שאלהדיגע הייטל אויף א 2טע פאזיציע. ווייל ער איז PROACTIVE לאפוקי אנדערע ארגאניזאציעס וואס BACKEN זייערע מיסטעיקס וואכן דערנאך מזונות מבין יוכיח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2006 23:05 לינק ישיר 

קליינעקאפ ווען איינער קטנ'ט אויף דיר זאגסטו מסתמא אז עס רעגענט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2006 23:08 לינק ישיר 

אמממממממממממ ס'רעגנט דא? אדער איינער פרובירט צו ק.....נ,ן אויפן ציבור ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2006 23:22 לינק ישיר 

קליינקאפ,
עפעס פעלט אין דיין תגובה, איין ווארט קלעפט נישט מיטן אנדערן,
איך ווייס נישט הלנו או לצרינו,
ביסטו מיין פרענד אדער גרייפסטו מיך אן.

איך בין נישט קיין אגענט פאר מיעל מארט,
און נישט פארן באטערער רב,
אויב טויג עפעס נישט דאן דארפן די רבנים ארויס קומען אזוי ווי אין מאנסי,
און אויב קומען ארויס אפאר אנאנימע בני בלי שם,
איז קלאר אז דאס זענען די מחרחרי ריב,
וואס פרובירן בכל תוקף ועוז אינטער צו ברעכן די רבנים,
דער באטערער רב איז ביי מיר פיל מער באגלייבט ווי ר' הלל וויינבערגער
וואס פון מיין עקפיריענס מיט עם פארשטייט ער צו השגחות פונקט ווי צום עירוב מיט
די מילך קעסטלעך, ער איז א עקסטרעמער פאליטיש געצילטער רב,
ער איז דער איינציגער רב וואס האט נישט געוואלט גיין באזוכן
דעם בית השחיטה אין קרית יואל, טראץ וואס מען האט עם כמה פעמים געבעטן,
בו בזמן ווען רובא דרובא רבנים דיינים און בעלי מכשירים פון אלע קרייזן
זענען שוין דארט געווען, און אלע כולם כאחד באוואונדערן דעם מהלך השחיטה
און בפה מלא זאגן זיי אז דאס איז דאס מהודרסטע בית השחיטה אין כדור העולם,
יא, איך פארשטיי אז ר' הלל וויינבערגער האט נישט קיין אבליגעשן אהין צו גיין,
אבער ר' הלל טייערער, ווי לאנג איר גייט נישט אליין באזוכן דארט, קענט איר
אויף דעם קיין מיינונג נישט האבן, וואס איר הערט אייך אן אויפן האט ליין פון
אלתר משה איז לגמרי נישט מאסגעבענד, אז איר ווייסט נישט, דאן שעמט אייך נישט צו
זאגן  איני יודע, ס'איז נישט קיין שאנדע צו זאגן אז איך ווייס נישט, אבער ס'איז יא א 
שייגץ'שטיק צו זאגן א מיינונג ווען מען ווייסט נישט.  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2006 23:39 לינק ישיר 

גאלאנטער רב טויג נישט ביי דיר
הרב ברודי רב דקהל שערי אורה, טויג נישט ביי דיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2006 00:02 לינק ישיר 

אבי צוריק געשאסן,
איז דא עפעס א קול קורא פון גאלאנטער רב אדער פון הרב ברודי,
בכלל ווער איז דער הרב ברודי?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2006 00:23 לינק ישיר 




#2




#3




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2006 00:26 לינק ישיר 

יאנקעלע איך בין א "אח" נישט א צרה -------------------- אגב בין איך א גרויסע FAN פון דיין שרייבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פרישע סקאנדאל: מיל מארט פלייש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.