בית פורומים כל העולם כולו

פרישע סקאנדאל: מיל מארט פלייש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/11/2006 01:06 לינק ישיר 

hotwire
----------------------
small update

the "KELOYOIS" are in a different area חלב הכליות איז עס "נישט" יא דעם שטיקל נעמט מען געווענליך אראפ "מפני מראית עין" דא זעען מיר בעין ווי הייליג אינזערע חז"ל זענען אז ווען זיי זאגן מראית עין מיינט מען נישט דעם גוי............. {ליין:עירוב ראדני} ממיינט דעם חשובן אינגערמאן וואס לערנט זיך הלכות ניקור אגב. אמת עס באלאנגט נישט דארט דער שטיקל הויט. אבער פון א הייטל ביז די דערציטערענדע "חלב דאורייתא" איז פאלג מיך א גאנג תוקן על ידי - kleinekup - 23/11/2006 1:16:25



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2006 03:55 לינק ישיר 

האטווייער, שכוח פאר די בילדער (פון ווי האסטו דאס פארשאפט)

כדי שלא יאמרו הבריות מדשתקו ניחא להו צו די שטותים פון קליינערקאפ (כשמו כן הוא) וועל איך באלד אהער שטעלן ציורים פינקטליך אז די כליות זענען העכער די לעבער און דערצווישען איז דא חלב וואס הייסט חלב הכליות

ולך מח-קטן גיי לערנען נאכאמאל איבער מסכת חולין, קען זיין ווען מען וועט ביי חבורת יסודי התורה לערנען חולין וועסטו קענען בעסער פארשטיין פרשה זו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2006 04:00 לינק ישיר 

al hageila

dont get testy , and dont be a sore loser,

just try better next time

? and whats the latest update with the rabbunim ,mister al hageela,

what do all the rabunim say?  is it chailev? was it chailev?  stop dreying a kup

if you want you can continue to make fun of my NICK



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2006 04:16 לינק ישיר 

מח-קטן די מיטינג אין מיעל מארט איז געווען זייער שטירמיש אב"ד מעזיבוז האט זיך זייער שארף אויסגעדריקט אנטקעגען די מנקר הרב מחפוד וואס די באטור רב האט אראפגעברענגט פון ארץ ישראל

ס'איז געבליבען ביים אלטען דערווייל

הרבנים מגאלאנטא מעזיבוז סערדעהאלי, הרב ברודי, בעלסקי האלטען אז ס'איז חלב דאורייתא

הרב מחפוד, הרב מבאטור האלטען אז עס נישט קיין חלב

די קומענדיגע וואך גייט פארקומען נאך אן אסיפה בהשתתפות כמה רבנים, די באטור איז שוין מסכים אראפצוקומען, מ'גייט דן זיין אויף די חלב פראבלעם און נאך געוויסע אנדערע פראבלעמען וואס איז דא ביי מיעל מארט די לעצטע פאר יאר


און אנדערע נייעס

היינט איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה בנוגע די פרשה ביי די ליטווישע רבנים בבית הגאון ר' פייבל קאהן שליט"א בהשתתפות ראש ישיבת מיר הרב בירנבוים שליט"א מיט נאך ליטווישע רבנים וואס שטורמען מורא'דיג עס האט אויף געטרעטען א רב פון מאנסי הרב אויערבאך און נאך




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2006 05:50 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2006 07:04 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2006 14:38 לינק ישיר 

רבוש"ע אוודאי איז דער כליות אין אויך די לעבער אין בויך פון די בהמה נאר אז דיין קאפ איז אויך דארט דאס האב איך פארפאסט אינעם בילד --------------------------------------------------------------------------------------- איז עס חלב?--------ניין אלע רבנים איינשטימיג? -------------יא נעמט מען דעם שטיקל הייטל געווענליך אראפ?--------יא פארוואס נעמט מען עס אראפ? --------מפני מראית עין איז די אסיפה נעכטן אין מיעל מארט געווען שטורמיש?----פרעגט דעם וועטער נביא ---------------------------------------------------------------------------------------- ווער עס איז געווען דארט האט מיר איבערגעגעבן אז: מהאט געקענט דערקענען אויפן פנים ווער פון די רבנים האבו נושא ונותן געווין להלכה איו וועלכער האבן פרובירט צו פלעקסען מאסעלס. איין ב"פ כוכב איז נאר געווען פארנומען אז מזאל אויפהערן שופך דם זיין ווייסמאנדלען.גיי ווייס וואס ער וויל...........און ווי דאס קומט צו חלב..........אפשר צו "כבוד".................. יעצט איז אזוי על הגאולה . מלוה מלכה.מלחמת ה' ---------------------------- I CHALLENGE YOU צו פרעגן און POINTEN אמת'ע פאקטן. נחשט סתם גראדזשענען אין ווארפען פסוקים און בילדער א דאנק ---------------------- ווי אויך אז אויב עס איז נישטא ווייטער וואס צוצולייגען. איז נישט קיין מצוה צו סתם טענה'ען אדער טייפן. מהאט שוין געהערט אזאנס אז מ'ווישט די נאניע און מ'גייט ווייטער ---------------------------------------------------------- AN APOLOGY IS NOT EVEN EXPECTED FROM THE KIND OF PEOPLE LIKE YOU



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2006 18:57 לינק ישיר 

מח קטן, גיי לערען נאכאמאל ניקור

די לעבער האט צוויי זאטען, איין זייט איז מחובר לחלב הכליות די צווייטע זייט איז דא א הייטעל וואס מען דארף אויכעט אראפנעמען (א מפורשדיגע סעיף אין שו"ע) נאר דאס איז נישט חלב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2006 20:14 לינק ישיר 

קבלתי באישי

די גאנצע מעשה איז איין שטיק בלאף ורציחה

עס איז אמת אז מען האט געטראפן א שטיקעל אויף די לעבער, די שטיקעל איז פארזען געווארן דארט,
עס איז א טעות וואס קען זיך מאכען סיי ווי אין סיי ווען, אין עס האט זיך שוין געמאכט איבעראל די טעותים, אדער ענליכע טעותים

די שטיקעל איז אזוי גרויס ווי א שעורה, א פינטל. נישט גרעסער
עס איז א זאך וואס קען זיך מאכען, עס טאר זיך ח"ו נישט מאכען, אבער פין צווישען מילאנען שטקלעך כשר שטיקלעך פלייש האט זיך עס געמאכט
דער שטיקעל וואלט סיי ווי נישט אנגעקימען צום קאסטומער, ווייל דער בוטשער וואלט עס נאך אוועק געשניטען, זיי שניידן נאך אוועק די עקן, וכדומה
נערמאלערהייט ווען וועלט איז וועלט, גייט מען צים בעל המכשיר מען ווייזט אים עס, מען מאכט תיקונים אז עס עס זאל מער נישט געשען, ווייל א טעות קען זיך מאכען,
היות אבער אז היינט ציטאגס לעבן מיר אין א אנדערע וועלט, א וועלט ווי רשעות ורציחה פארנעמט דעם אויבן אן, איז געשען וואס עס איז געשען, מען האט געמאכט א שטינק על לא דבר מען ווארפט זיך מיט יענעם פאר גארנישט, קיין שום רב, האט גארנישט קעגן מיעל מארט

בנוגע די מעשה פין מלחמת ה

די מעשה האט נישט קיין הענט אין קיין פיס

1}פארוואס האט דער חשובער אינגערמאן געדארפט 5 שטיקער בהמה לעבער?? קר"י בוטשער פארקויפט נישט אזויפיל אין א חודש!! {עס איז נישט א גאנגבאר ארטיקעל

2}פארוואס האט ער עס געפענט קעגן צוויי עדים??, פארוואס האט ער געטראכט אז ער גייט טרעפן חלהב??

3}וואס איז מיט די אנדערע 4 שטיקער לעבער???

5}ווי זענענן אלע רבנים, שוחטים ובדקים, בוטשער סטארס, פארוואס באמערקן זיי גארנישט?? אויב עס איז אמת אז מיעל מארט ווייסט נישט ווי אזוי מנקר צי זיין??!!

פארוואס דארף די מעשה זיין מיט א איגערמאן וואס האט קבלות אויף ניקור??

דער אמת איז,
אז עס האט זיך טאקע אדורוך געגלישט בשוגג די שטיקעל חלב, ,
אבער עס איז נישט קיין זאך וואס איז געשען מיט 5 לעבער נאר פשוט די איין שטיקעל, די מנקרים ווייסען זייער גיט וואס זיי טיען
נערמאלערהייט, ברענגט מען ארויף אזא מכשול פארן רב בעל המכשיר, ער נעמט די זאך אין די האנט, ער מאכט א אסיפה צווישען זיינע מנקרים, ומשגיחים, אין מען איז זיך מקבל אז עס זאל מער אפאכט געבן

דא אבער איז איינער געגאנגען, ווייל ער האט א אלטע חשבון מיט דעם באטעור רב אין ער האט געמאכט א שטינק דערפין
ווען באטעור רב וויל ווען קען ער צוריק געבן מנה אחת אפים, ווייל יעדער וואס טיט אין הכשרים ווייסט אז א טעות מאכט זיך כסדר, אין טאקע וועגן דעם דארף מען א ערליכעם קליגען בעל מכשיר וואס זאל שטיין כסדר אויף די וואך

נאך א פוינט

עס איז נישט דא קיין שים חיוב אז דער באטעור איז מחיוב צי זאגען פארן ציבור אז דא איז עפעס געווען א טעות
דער ציבור קען ווייטער עסן די פיצא רואגערהייט, אין נאכקימען אלע תאוות 100% פראצענט
אזוי אויך די אלע וואס זיצען דא אויפן טריפה'נעם אינטערנעט אין פייטען מיט בכיות פאר כבוד שמים, זיי קענענן עס ווייטער טיען מיט א רואיגערהייט
וואס יא?? ער האט גענימען די נויטיגע שריט אז עס זאל מער נישט פארקימען,
אייביג מאכט אז עס געשענט א פראבלעם, אין דאס איז די ארבייט פין א בעל המכשיר צי זען אז עס זאל מער נישט פאסירען
אבער ער איז אבעסאלאוט נישט מחיוב יעצט זיך אויסצי שרעקן ברבין פאר א פאר ליידג גייערס וואס ווייסט נישט אין וועלכע חלק שלחן ערוך די הלכה שטייט

די אלע ערליכע אידן וויסען דאס אין פארשטייען דאס
יעדער נערמאלער רב וואס האט נישט קיין אגענדא האלט מיט אים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2006 20:30 לינק ישיר 

מח-קטן על ראשון ראשון 

קבלתי באישי
די גאנצע מעשה איז איין שטיק בלאף ורציחה

עס איז אמת אז מען האט געטראפן א שטיקעל אויף די לעבער, די שטיקעל איז פארזען געווארן דארט,
 נאך צענדליגע תגובות אז מען האט קיינמאל גארנישט געטראפען איז ער שוין מודה על האמת

 עס איז א טעות וואס קען זיך מאכען סיי ווי אין סיי ווען, אין עס האט זיך שוין געמאכט איבעראל די טעותים, אדער ענליכע טעותים
קיינער האט נישט קיין טענות אז ס'האט פאסירט א טעות, זיי מודה על האמת און זיי מתקן, נישט מאך א שווייג און א קאוועראפ און שרייב יאכלו ענוים וישבעו

די שטיקעל איז אזוי גרויס ווי א שעורה, א פינטל. נישט גרעסער עס איז א זאך וואס קען זיך מאכען, עס טאר זיך ח"ו נישט מאכען, אבער פין צווישען מילאנען שטקלעך כשר שטיקלעך פלייש האט זיך עס געמאכט
פיו הכשילו, דאס איז די פראבלעם ווי באלד עס איז כשעורה איז דאס חלב דאורייתא איסור כרת

דער שטיקעל וואלט סיי ווי נישט אנגעקימען צום קאסטומער, ווייל דער בוטשער וואלט עס נאך אוועק געשניטען, זיי שניידן נאך אוועק די עקן, וכדומה
אין ממילא אז עס ס'וואלט ממילא נישט אנגעקומען צום קאסטומער איז וואס, איז שוין נישט געשעען א פראבלעם, און ווען דער קאסטומער באשטעלט א גאנצע קעסטעל אום אויפגעפענט (ווי ס'איז געווען די מעשה) וואלט דער קאסטומער קיינמאל נישט געוויסט אז ער דארף אוועק שניידען די עקען

נערמאלערהייט ווען וועלט איז וועלט, גייט מען צים בעל המכשיר מען ווייזט אים עס, מען מאכט תיקונים אז עס עס זאל מער נישט געשען, ווייל א טעות קען זיך מאכען, היות אבער אז היינט ציטאגס לעבן מיר אין א אנדערע וועלט, א וועלט ווי רשעות ורציחה פארנעמט דעם אויבן אן, איז געשען וואס עס איז געשען, מען האט געמאכט א שטינק על לא דבר מען ווארפט זיך מיט יענעם פאר גארנישט, קיין שום רב, האט גארנישט קעגן מיעל מארט
מען האט דייקא יא גערופען דעם באטורער, הן ווען מען האט עס געטראפען דעם ערשטע מאל ביי באבובער בוטשער הערבסט אויף 18 עוועניו, דאמאלטס האט ער געזאגט א תירוץ, און הן דער צווייטער מאל ווען מען האט געטראפען ביי ירושלים בוטשער אויף 13 איז דער ערשטער געווען דער באטור רב און נאכדעם די בית דין המיוחד




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2006 20:37 לינק ישיר 

 

בנוגע די מעשה פין מלחמת ה


די מעשה האט נישט קיין הענט אין קיין פיס

פריער האט ער שוין מודה געווען אז די מעשה איז אמת מען האט געטראפען נאר א קליין שטיקעל כשעורה, יעצט האט דאס שוין נישט קיין הענט און קיין פיס


1}פארוואס האט דער חשובער אינגערמאן געדארפט 5 שטיקער בהמה לעבער?? קר"י בוטשער פארקויפט נישט אזויפיל אין א חודש!! {עס איז נישט א גאנגבאר ארטיקעל

בהמה לעבער איז זייער א גאנגבאר ארטיקעל זייער באטעמט כידוע למבינים, ב' דער יונגערמאן האט געוואלט דייקא א פארמאכט פעקל פון די קאמפאני וואס איז פארקויפט אלטץ מנוקר

 

2}פארוואס האט ער עס געפענט קעגן צוויי עדים??, פארוואס האט ער געטראכט אז ער גייט טרעפן חלהב??

ווייל ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס מען טרעפט עפעס, איינמאל האט מען שוין געטראפען ביי הערבט אויף 18, דעמאלטס האט די באטורער געהאט תירוצים און באשולדיגט דעם יונגערמאן, יעצט האט ער זיך באווארענט און געעפענט בפני ב' עדים נאמנים וכשרים


3}וואס איז מיט די אנדערע 4 שטיקער לעבער???

וואס זאל זיין דערמיט, לאמיר זאגען אז אלע אנדערע 4 האבין יא געטויגט, איז וואס, 1 שטיקעל האט געהאט חלב דאורייתא. צופעליג האבין נאך צוויי שטיקלעך געהאט פראבלעמען, נאר נישט כשיעור שעורה


5}ווי זענענן אלע רבנים, שוחטים ובדקים, בוטשער סטארס, פארוואס באמערקן זיי גארנישט?? אויב עס איז אמת אז מיעל מארט ווייסט נישט ווי אזוי מנקר צי זיין??!!

פון ווי ווייסטו אז מען רודערט נישט, נישט יעדע זאך קומט אהן צו די גאס


פארוואס דארף די מעשה זיין מיט א איגערמאן וואס האט קבלות אויף ניקור??

אין אז דער אינגערמאן האט קבלות אויף ניקור איז וואס איז די חסרון?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2006 21:29 לינק ישיר 

מעידזשער נייעס

א.
דער באטור רב קומט ארויס מיט א נייער בריעוו (אין דער בלאט דער איד) מיט הוספה אויף די בריעוו וואס איז געווען נעכטען אין נייעס באריכט

נייער דעיט אור ליום ה'

נייער שורה: היות שלדאבוני נמצא על כבד אחת בלבד שניקרו תחת השגחתי, איזה דבר שדרכינו הוא להסירו, ע"כ חזקנו את סדר ההשגחה ביתר שאת, שלא יהי' כן בעתיד

וכן אודיע בזה, שכל מיני בשר, כבדים, ומוצרי בשר, שנעשו תחת השגחתי, אין עליהם שום חשש ופקפוק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2006 21:32 לינק ישיר 

דער באטור רב איז א מודה במקצת, נאך גרויס פרעשור פון צענדליגע רבנים ודיינים יושבים על מדין

א חידוש ער האט זיך נישט קודם דורך גערעדט מיט מח-קטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 03:07 לינק ישיר 






העתק כתב יד





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 09:31 לינק ישיר 

נה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פרישע סקאנדאל: מיל מארט פלייש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.