בית פורומים כל העולם כולו

פרישע סקאנדאל: מיל מארט פלייש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/11/2006 09:35 לינק ישיר 

[איך האב דאס באקומען אין אישית, קיין השגה אין די גאנצע פרשה, כ'שטעל עס אריין ככתבו וכלשונו]

מלחמת השטן שרייבט

די רבנים פון התאחדות הרבנים זענען זייער נישט ציפרידען געווען פונעם סדר הניקור, און האבן פארלאנגט שטארקע תיקונים. אבער דער באטערער רב האט ארויסגעלאזט א שמועה נאך די אסיפה, כאילו דער גרויסער מומחה פון בני ברק, הרב שלמה מחפוד, האט געזאגט אז ס'איז נישט מעגליך צי טרעפען קיין חלב דאורייתא אויף די לעיבער, און ממילא איז דער מכשול מעיקרא ליתא.
רבנים וואס האבן דאס געהערט, האבן זיך באלד פארבינדען מיט הרב מחפוד, מברר זיין דברים כהווייתן. ווי נאר הרב מחפוד האט געהערט די "שמועות" וואס מ'זאגט נאך בשמו, האט ער באלד מפרסם געווען א "הודעה" ווי ער שרייבט אז "שיקרו וסילפו את הדברים שכאילו אמרתי אין חלב הכליות בכבד. חס מלהזכיר זאת!".



דערנאך ברענגט ער א בריוו פין רב מחפוד אז ער לייקענט עס

דער שקר אין די צביעות שרייט פין יעדן ווארט דא

1}דער באטער האט קיינמאל נישט געזאגט אז עס איז נישט מעגליך צי טרעפן קיין חלב דאוריתה אויף לעבער
איז ער דען א ע"ה,?? ווייסט ער נישט א טריקען שטיקעל מציאות אז יא?? זיין מנקר ר' מאיר א ת"ח עצום
ווייסט עס דען נישט???

2}מען האט ארויסגעלאזט א פאלשע שמועה אז דער באטעור האט עס געזאגט כאילו ער איז עפעס א גאסן אינגעל וואס ווייסט נישט וועלכע זייט מען עפענט מסבת חילון
דערנאך איז מען געלאפן צי רב מפחוד זאגען אז באטעור זאגט, אז ער האט געזאגט, וכילו
אין אויף דעם באציעט זיך דעם ברייו פין רב מפחד, ווי ער זאגט אז עס איז יא דא חלב אויף לעבער
ער שרייבט אינגאנצן נישט קעגן מיל מארט ווייל ער איז אלייס מודה אז ער האט נישט געזען יענע שטיקעל לעבער

רבותי עס איז שוין צייט אויסצישרייען פאר דעם ניק מלחמת השטן/ מלווה מלכה/ על הגאלה

צביעים נמאסתם , יעדער זעט אז ענק האבן דא א שמיציגע אגענדע

געניג!!!!!! געניג!!! נישט מיט ווארפן שמיץ קימט ערגעץ אן
דא איז נישט געווען מער ווי א ווייטיגליכע טעות, אז מען האט פארזען א קליין שטיקעל, ווי דער באטעור האט געזען די שטיקעל {א פאר טעג נאך אלע רבנים} האט ער גלייך מודה געווען אין גענימען די נויטגע שריט אז עז עס זאל מער נישט פאסירען
דאס איז די תורה וועג אין אזוי דארף מען זיך פירען, בכלל איז נישט דא שייך די ענין פין קאווער אפ
זאל איצא גליק קימען זאגן וויפיל מיסטעקס עס איז געשען מיט התאחדות די לעצטע יאר אליינס
זאל ר' הלל וויינבערגער קימען זאגען די מיסטעקס פין זיי השגחה וואס ער האט געכאפט
זאל ר' ווייסמאנדל קימען זאגן די מיסטעקס פין זיינע פלייש, זאל רב גרובער קימען זאגען ווי ער האט געטראפן לעכער אין זיין סיסטעם אין די זעלבע מיטען וואלאווע. השגחת קר"י

צבועים, פאררעטער , געניג!!!! הארגטס נישט יעדע הרגש פאר כשרות מיט ענקער פאלשע זעלבסט דינעדיגע געטריבענע קאמפיין,
עס איז געווען א טעות, דער פלייש וואלט סיי ווי קיינמאל נישט אנגעקימען צים קאסטומער ווייל דער בוטשער שנייט נאך אוועק די עקן
ווי דער נירבאטער האט עס געזען האט ער מודה געווען דערצי.. פיניש פיניש פיניש

ענקער קאמפיין קלאפט ענק ברוך השם צוריק אין פנים, פיין פאר ענק!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 17:26 לינק ישיר 

פאר מח-קטן, וכו' אלע וואס האלטעו אז דער באטור השגחה איז קודש קדשים ואין לנו רשות להרהר אחריה

פרעגטס ענק גוט נאך וואס איז פארגעקומען נעכטען ביים מיטינג

בהשתתפות
חברי בי"ד המיוחד לכשרות - גאלאנטע סערדעהאלי
הרב ברוידי
הרב בעלסקי
הרב מבאטור, הרב מאיר ראטענבערג


און איינוועגס פרעג דיך נאך וועלכער בריעוו דער באטור רב זוהן האט פארטיילט און קארלסבורגער כולל און פארוואס ער האט דאס מיט א קורצע צייט שפעטער צוריק געבעטען פון א יעדעם איינעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 20:53 לינק ישיר 

הרב מרדכי אויערבאך מחשובי רבני מאנסי (א ליטווישער) ומומחה גדול בעניני כשרות נעמט אראפ מיעל מארט פון די כשרות ליסטע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 22:00 לינק ישיר 

al hageila
==========

nebech ,
who is rav oerbach?   a mimcha?  oy vey

where was he before he came to monsey?  do you know or him just from now, this MIMCHE



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2006 21:12 לינק ישיר 

דער באטור רב האלט און איין שרייען פראטאקאל פון עדה החרדית תשמ"ג

צו ווייסט דער עולם אז די עדה החרדית פארלאנגט אז אלע מנקרים זענען מחויב צו האבין קבלה אויף ניקור

וועמענ'ס קבלה האבין די צווי מנקרים ביי מיעל מארט?????????.

תירוץ: זיי האבין נישט קיין קבלות ביי קיינעם.

שאלה: ווי האט זיך באטור רב געלערנט ניקור, און צו האט ער א קבלה אויף ניקור.


הודאת בעל דין כמאה עדים, באטור רב אליין און זיין בריעוו שרייבט אז זיינע מנקרים האבין נישט קיין שום קבלות אויף ניקור, ס"ה האבין זיי געזען ניקור ביי אזעלכע וואס האבין געזענען א מאל ביי אנדערע וואס די אנדערע האבין קבלה אויף ניקור
תירוץ: ער האט זיך געלערענט ניקור ביי דעם זעלבען מנקר וואס איז יעצט מנקר ביי מיעל מארט, זיי האבין ביידע נישט קיין קבלה אויף ניקור



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2006 03:07 לינק ישיר 

שאלה: האבין אונזערע מנקרים קבלה אויף ניקור

שאלה: האבין אונזערע מנקרים קבלה אויף ניקור

האבין די מנקרים בזמנינו קבלה, נישט קיין חילוק פון וועלכער השגחה, צו איז דאס באטור, ווייסמאנדעל, התאחדות וכו'

דער באטור רב שרייבט און זיין בריעוו אז זיינע מנקרים האבין נישט קיין קבלה, זיי האבין נאר געלערנט ביי אזעלכע מנקרים וואס האבין געהאט קבלה

פארוואס זאלען אונזערע מנקרים נישט האבין קיין קבלה

דאס איז די בריעוו פון בית דין הגדול שבירושלים, וואס שרייבען אז מען איז מחויב צו האבין קבלה אויף ניקור און אהן דעם קען מען נישט מנקר זיין, זיי ברענגען פוסקים אז ס'איז הארבער פון שחיטה אהן





תוקן על ידי על_הגאולה ב- 27/11/2006 3:10:24




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2006 03:26 לינק ישיר 

על-הגאולה
ביסטו א רב אדער א מורה הוראה?
דריי נישט קיין קאפ דא מיט דיינע חזיונת,

כל זמן איך האב נישט קיין קלארע שריפטליכע אנווייזונגען פון גדולי הפוסקים בדורינו לגבי דעם ענין, לאז איך אלעס כמו שהיה אז ס'איז כשר וישר ויאכלו ענווים וישבעו!

אז דיין קאלעסטראל איז הויך און די ווילסט נישט עסן קיין אקסן פלייש, כל הכבוד...
אדער אפשר ווילסטו נישט עסן פון דיין אייגנס אדער קאלעגע פליישן...

אפשר מוירזשט עטץ ענק מיט די צער בעלי חיים ארגענזאציע בטל צו מאכען שחיטה בכלל....
נישט קיין שלעכטע פלאן, הא?

תוקן על ידי - majyar718 - 27/11/2006 3:40:38



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/11/2006 03:47 לינק ישיר 

יא יא הוא מה שדברנו, ס'איז זייער שווער אויף צו געבען א פיינעם גרילד סטעיק מיט בארבעקיו סאס, ס'איז דא גענוג אנדערע היימישע שחיטות מוז נישט זיין דוקא מיעל מארט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2006 03:52 לינק ישיר 

"יא יא הוא אשר דברנו וכו'"

וואס דברנו? ווען דברנו? דברנו דופי?

טענו לו בקושקעס והודו לו בפושקעס, קענסט ענטפערן ווי א נארמאלע מענטש, ווי זענען די רבנים? ביי מאנסי איז תיכף ארויס קול קורא'ס וואס איז יעצט?

ענטפער ממין הטענה ביטע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/11/2006 06:17 לינק ישיר 

אה!
געכאפט ביים ווארט!

הוא אשר דברנו..
ס'איז דא אנדערע היימישע שחיטות זאגט ער.....

רבותי! קעיס איז קלאוזד!

נישט כשרות באדערט די צבועים,
מען מיינט נאר ביזנעס דא...
סאי'ז דא אנדערע שחיטות זאגען זיי!

איי דאנט העוו עני פראבלעמס מיט רובאשקין אדער אנדערע היימישע שחיטות כל זמן ס'איז אונטער א פארלעסליכן טראסטבארע הכשר.

אבער צו טערארעזירן אנדערע מיט אונטערשטעלן בילבולים און פאלשע שמועות?

דאס נישט!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2006 21:37 לינק ישיר 












דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2006 12:57 לינק ישיר 

די פארגאנגענע וואך דאנערשטאג פרשת תולדות, November 23 2006, שוין נאכדעם וואס רב בעלסקי האט גע'חתמ'ט אויף זיין בריעוו אז מ'האט נישט געטראפן "אף שמץ קטן מחלב כלל וכלל", האט רב בעלסקי געהאלטן א שיעור אויף חושן משפט, און דארט פארציילט פאר שומעי לקחו - אויף ענגליש - די גאנצע מעשה וואס ס'האט פאסירט.

 

זיין שיעור איז רעקאדירט געווארן, און מ'קען עס באקומען אויף די פאלגענדע טעלעפאן נומער: 
 
--------

 

לאמיר צוזאמען אויסהערן ווי אזוי ער פארציילט די מעשה. (לטובת החברים בהייד-פארק האב איך איבערגעטייטש זיינע ווערטער אויף אידיש, מלה במלה.)

 

וזה לשונו (המתורגם):

 

"מיל-מארט, וואס מאנכע מאל איז עס באקאנט אלץ סאטמאר פלייש, נירבאטער פלייש...

 

די אינצידענט וואס האט פאסירט, אז איינער האט געקויפט לעיבער, געטרייבערטע לעיבער - דאס מיינט אויסגערייניגט פון אלע פעט'ס (fats) און שאלה'דיגע חלקים.

 

ס'איז פארהאן איין קליינע spot  נעבן די שפיץ פון די לעיבער, וואס כמעט אלעמאל ווערט אפגעשניטן ווען די לעיבער ווערט ארויסגענומען פון די בהמה... דארט, ביי די שפיץ פון די לעיבער, איז עס באהאפטן צו די point פון די רעכטע כליה (kidney).

 

אין דעם מקום איז פארהאן א געוויסע מאס "חלב הכליות". דאס איז איינע פון חלבים וואס איז אסור מדאורייתא...

 

געווענטליך ווען מ'נעמט ארויס די לעיבר פון די בהמה, קומט דער שטיקל חלב נישט מיט. פארוואס? ווייל דער ארבעטארער וואס נעמט ארויס דעם לעיבער, האט א מעסער אין זיין האנט! און צושייד דעם לעיבער פון די בהמה, און ער שניידט עס ארויס ביי דעם צוזאם-טרעף פונקט, ווי עס איז באהאפטן. און כמעט אלעמאל ווערט דאס אפגעשניטן א האלבע אינטש אריין אין די לעיבער (וואס איז מיט חלב הכליות).

 

אמאל אמאל פאסירט, אז דער מעסער גיט זיך א פארדריי, צוליב א פראקטישע רעפלעקסישע אקציע, און שניידט דורך א קליין ביסל פון די מאטריאל פון אינטער די לעיבער. דעמאלסט קען פארבלייבן א spot  פון "עפעס" (קרי: חלב הכליות!!!) צוגעקלעבט צום לעיבער, אזוי גרויס ווי א האלבע נאגל פון די פינגער, אדער ווייניגער.

 

דאס אלעס נאר צוליב דעם "מעסער" וואס פרובירט עס אפצוטיילן.

 

דער ארבעטארער האט דורכגעלאזט איין לעיבער, ווי ס'איז פארבליבן א קליינע Spot  (קרי: חלב הכליות!!!)...

 

דער לעיבער איז דורכגעגאנגען דעם ערשטן שטאפל פון פאקונג (packaging) און דער קליינער Spot  איז איבערגעבליבן דארט...

 

אזעלכע קליינע זאכן פאסירן כסדר, מ'פאררעכט זיי, און מ'גייט אן ווייטער מיט'ן לעבען.

 

מ'גט זיך נישט צוליב אזעלכע קלייניקייטן...

 

עמיצער איז אריינגעקומען צו מיר און געוויזען דעם לעיבער, האב איך איהם געזאגט: ריכטיג (קרי: ס'איז טאקע חלב הכליות), איך וועל זיך תיכף פארבונדען מיט'ן רב המכשיר, און ביז פינף מינוט וועט אלעס ווערן ארלעדיגט... מ'וועט נאכאמאל מזהיר זיין די משגיחים און ביז מארגן וועט אלעס ווערן ארלעדיגט...

 

אזוי נעמט מען קעיר (care) כסדר, אלעמאל, פון אזעלכע פראבלעמען.

 

מ'האט נאכגעזאגט אין מיין נאמען, אז רב בעלסקי זאגט, ס'איז חלב דאורייתא און ס'איז טעריבעל (terrible). דער פראבלעם איז אבער, אז מ'האט גענומען א קיטשען סיטואציע (kitchen situation), און מ'האט עס איבערגעדרייט צו א נאצינאלע סקאנדאל...

 

דאס איז דער גאנצער פראבלעם....

 

עד כאן העתקה מדברי רב בעלסקי.

 

איך האב נאר איין פראגע: ווי אזוי שטימט דאס מיט זיין בריעוו (ווי אויך דעם באטערער'ס בריעוו), ווי זיי שרייבן קליפ און קלאהר "אין בו אף שמץ קטן מחלב כלל וכלל"?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 14:52 לינק ישיר 

א דאנק מר' על_הגאולה, פארן אראפשרייבן די זיסע ווערטער פון הרב בעלסקי,
איך ליין שוין פינף בלעטער דא, און איך ווייס נישט ווער ס'איז גערעכט,
אבער נאך ליינען די קלארע רייד פון הרב בעלסקי, בין איך קלאר געווארן אז מען האט דא צו טוען מיט א פאר ליידיגייער'ס וואס זוכן פשוט צו שטיפן די צייט,
אזוי ווי הרב בעלסקי זאגט "מ'האט גענומען א קיטשען סיטואציע (kitchen situation), און מ'האט עס איבערגעדרייט צו א נאצינאלע סקאנדאל... "

נאכמאל על_הגאולה א דאנק פאר קלארשטעלן דעם מצב.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2006 17:54 לינק ישיר 

געדאנקען, סתם א שאלה,

אין דיין קיטשען סיטואציע, ווען עס מישט זיך אויס א טאפ פלייש מיט מילכיגס מאכסטו א שוייג אין די זאגסט אז עס איז נישט געווען קיין מילכיגס אדער ביסט מעביר די גאנצע מעשה און טוסט וואס מען ברויך להלכה, פרעגסט א שאלה גייסט כשר'ן די טאפ וכו'

בעלסקי מיט באטור האבין געשריבען אין זייערע בריעוו אז ס'בכלל נישט געווען קיין חלב, און פלוצלינג דא איז עס געווארען א קיטשען סיטואציע




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 19:57 לינק ישיר 

דער נירבאטור שר/ייבט אז ס'איז געווען א ISSUE מיט איין לעבער'ל, אבער נישט קיין חלב אינצידענט, נאר עפעס וואס מ'פלעגט ביז היינט יא אראפנעמען, און דאס האט זיך דורכגעגליטשט.

די ווערטער שטימען מיט הרב בעלסק'יס. אז ס'איז נישט קיין חלב, ס'איז עפעס וואס דארף נישט דארט זיין לכתחילה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פרישע סקאנדאל: מיל מארט פלייש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.