| נשלח ב-22/11/2006 21:58 |
|
| |
מיין ערפאהרונג מיט די אייפּעקס איז געווען שרעקליך שבשרעקליך, אזא שוואכע כלי שוין לאנג נישט געזעהן, כ'האב געהאט עטליכע דערפון.
דער פאלם איז פיהלפאכיג שטערקער, כ'האב איינעם אזא, אן אור-אלטן, ער מעג פאלן הונדערט און איין מאל אבער ער וועט נישט קאליע ווערן. דער אייפּעק גייט צוגרונד פון סתם ליגן אין טאש. אפשר היינט מאכן זיי שוין שטערקערע - ווייסעך נישט, איך רעד פון א קנאפע 2 יאהר צוריק. איך בין מודה אז אייפּעק איז שענער, דע-לוקס לייכטער און באזירט אויף א א גרינגערן אפעראציע-סיסטעם, אבער ס'איז נישט ווערט דאס געלט.
בדידי הוה עובדא.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2006 22:58 |
|
| |
וועגן שטארקייט ווייס איך נישט אבער אזויפיל איז זיכער אז דאס איז איינע פון די בעסטע מאשינען
אויפן מארקעט, עס האט אלע פיר קאמיוניקאציע מיטלען,
* דזשי עס עם וכו', וואס דאס מיינט אז מ'קען עס נוצען אין די גאנצע וועלט,
* בלאטוט
* דזשי פי עס
* וויי פיי
די איינציגסטע פראבלעם וואס עס האט איז אז עס נעמט נאר א מיני עס די קארד אין נישט די געהעריגע,
און נאך אזאך ס'האט א סקווער סקרין אין נישט א לענגלכיגע,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2006 23:00 |
|
| |
Palm איז פאר מיר נישט קיין ארטיקל, איך בין שוין אדיקטעד צו Windows Mobile וואס פארשטייט זיך אמבעסטן מיט מיין קאמפיוטער, איך האב יעצט א Dell Axim X50v, גאנץ וואויל געווען, אבער איצטערט וויל איך עס צוזאמשמעלצן מיט מיין Cellphone און Dell אפפערט נישט אזאנס, אין Smartphone & Pocket PC MAG Buyers Guide איז משמע אז די IPAQ hw6945 איז זייער א געראטן כלי נאר זיי האבן נאך נישט קיין Feedbacks דערויף צוליב וואס ס'איז ממש ניי,
און עולם מלא: די פראבלעם איז די סקווער סקרין אדער די 240X240 רעזאלושען ? (זיי שרייבן אז נישט אלע סאפטווער'ס וועלן גוט ארבעטן דערויף צוליב דעם פראבלעם איך פארשטיי נישט וואס פאר א שייכות ס'האט איינס צום צווייטן)
און וואס איז דאס א מייקרא SD און וואס איז דער חסרון, מ'קען נישט האלטן קיין סאפטווער דערויף ? אדער נאר אז ס'איז טייערער ?
BTW דערמאן איך זיך אז ביים קויפן מיין קאמפיוטער האט מיין פראגרעמער מיר געזאגט אז די HP'ס זענען בעצם פיל שוואכער ווי דעלל ס'טייטש ווען ס'פאלט אראפ וועט זיך עס פיל שנעלער צוברעכן, ממילא זאל איך נישט ריסקן דערמיט, למעשה האב איך אים אנגעפיפן און יא גענומען ביי HP צוליב וואס איך האב געטראפן פיל מער פאר פיל ביליגער, און ס'איז דערווייל נאך נישט געפאלן ב"ה, און "סא פאר סא גוד" וכן יעזור ה' להלאה.
תוקן על ידי - קאמענטאטאר - 22/11/2006 23:32:51
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2006 23:12 |
|
| |
דער פראבלעם מיט א סקווער סקרין איז אז עס איז דא למשל געימ'ס/פראגרעמס וואס זענען דיזיינט צו
ראנען אויף א מער לענגלעכיגע סקרין יעצט אויב טרייעט מען עס אריין צו שטיפען אין א סקווער
סקרין קען עס מאכן טראבל,
פאר א מיני sd קארד פעלט גארנישט נאר אז דו מיזסט דיך ארום שלעפן מיט נאך א מין קארד פלאס די
האלטער דערפון,
|
|
|
|
|