*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
א באריכט וועגן דעם ענין, די וואך אין "קהלות הקודש" (אויסגאבע פון אר"י).
המערכה בעיצומה
- יהדות החרדית האלט ווייטער אהן די מערכה - פארלאנג צו באפרייען דעם "קרבן ציבור"
"המערכה בעיצומה" - זענען ווערטער וואס סימבאליזירן דעם המשך פון די פריערדיגע מערכה על קדושת ירושלים וארה"ק, די רעזלוטאטן פון די מערכה וואס ווערן גענומען מצד דער פאליציי, און דעריבער אויף צוריק מצד דעם ציבור היהדות החרדית, ארום די נייע פרשה פון א "קרבן ציבור", דאס איז א ריכטיגער המשך פון די פריערדיגע מלחמה.
די פאליציי, די פרייע גאס, און נאך עטליכע ארגארנאזאציעס, צווישן זיי ליידער אויך פון אזעלכע וואס רופען זיך פרומע, שפירען נאך דעם ביטערן טעם, נאכן פארזוכען און איינזעהן די אויסערגעווענליכע אנטשלאסענקייט, די עקשנות פון פרומער ציבור, דער פרייז וואס זיי האבן געצאהלט ווי עס קומט זיך פארן וואגן צו טשעפענען די געפיהלען פון יהדות החרדית, אויפדעם ארויף האבן זיי ווארשיינליך צווישן זיך באשלאסען, אז מען מוז איינמאל פאר אלעמאל צוברעכן דעם כח פון יהדות החרדית.
דאס געוואגטע שריט צו איינהאלטן און לאזן ארעסטירט דעם "קרבן ציבור", האט אין זיך עטליכע באדייטען, איינס; וועלנדיג ווייזען אז פארן מוחה זיין אויף אידישקייט צאהלט מען א פרייז. און צווייטענס; אז היות אז דער וואס זיצט אין תפיסה האט א גרויסן חלק אינעם דרוקען צעטלעך פון "ועד מרום", און מרום איז היינט צוטאגס די איינציגסטע דרוקעריי וואס האט נישט מורא ארויס צו שרייען דעם "מלחמה לה' בעמלק", כדי עס זאל זיך אפשטעלן דער מצב, אז עס זאל עקזיסטירן אזא דרוקעריי וואס ביי יעדע מערכה זאלען זיי דרוקען שטארקע און שרייענדע צעטלעך, ארויסברענגענדיג דעם גאנצן ציבור צום פולסטן ברען פון די מערכות, האבן זיי יעצט פארשפארט אין תפיסה א "קרבן ציבור", און מיטדעם האפט מען צו אנלערנען אלעמען "למען ישמעו וייראו", און עס וועט זיך צוביסלעך ענדיגן דער עקזיסטענץ פון א פרומער קול דורך די שרייענדע צעטלעך איבער די ירושלימ'ער גאסן און אין אלע היימישע געגנטער אין ארץ הקודש.
די פלענער פון די פאליציי צו צוברעכן די פאראייניגטקייט און עסקנות פון די מערכות, דאס שטאמט שוין פון העכערע פענסטערס. דער באפעל אפצושטעלן יעדע סארט פרומע באוועגונג, ציהט זיך שוין א לענגערע תקופה, זוכנדיג ווי אזוי צו לעזן דעם פראבלעם פונעם חרדישען ציבור, דען ווי פארשטענדליך אז זייער שטארקייט און זעלבסטשטענדיגקייט שטייט זיי אין וועג, עס שטערט זיי אויסצופירען די אלע פרייע אינטערעסען.
די עסקנים געבן איבער, אז לויט די אנקלאגעס וואס די פאליציי געבט אריין אין געריכט, און די פונקטען אויף וועלכע זיי שטעלן זיך שטארק ארויף, דערקענט זיך אז זיי ציהלן אלץ צו אויפלאזען די אייזערנע פעסטגעבויעטע שטארקייט פון די עסקנים און טוהער'ס, זיי האפן אז דער "קרבן ציבור" וועט פון היינט דינען דעם אינטערעס.
דער "קרבן ציבור" ווערט שוין נאכגעפאלגעט א לענגערע צייט, נאך פון פריער און פון פאר די גרויסע מערכה למען קדושת ירושלים, אבער עס איז זיי נישט געלונגען צו האבן גענוג באווייזען אויף אים צו קענען ארעסטירען.
דער קלימאקס פונקט פון די מלחמה וואס די פאליציי פירט אנטקעגן די חרדישע דרוקעריי, וואס רופט עמטליך אויס אז זיי שרעקן זיך נישט פון זייער טעראר, איז געווען מיטוואך נאכט, אינמיטען די שטורעמישע הפגנות, ווען פלוצלונג איז אנגעקומען א ריזען כח, פון אלע סארט פאליציי גרופעס, וואס האבן באלאגערט ארום דעם גאנצן "מאה שערים" געגנט, עס איז געווען קענטליך אז עפעס ציהלן זיי דערמיט, דער ציבור האט צוגעקוקט מיט נייגער אוואו דער אומגעהויערע פאליציי כח ציהלט, צום שטוינונג פונעם ציבור האבען זיי זיך אריינגעבראכען אינעם מרום דרוקעריי, ארויסגעגנב'עט קאמפיוטערס, צעטלעך און נאך.
אין יענע נאכט האט מען ארעסטירט דעם אנפירער און אים אוועקגעכאפט פאר א קרבן ציבור, ארעסטירט האט מען אים סתם פארן מוחה זיין, דאס איז געווען דער תירוץ, אבער אינערליך איז געלעגן די כוונה אים צו צימבלען אלס פירער פון מרום אקטיוועטעטן.
פארגאנגענעם פרייטאג ווען מען האט באפרייט אלעמען האט מען אבער אים פארהאלטען. דער ענטפער איז געווען, אז ס'איז אריינגעגעבן געווארן אויף אים אסאך אנקלאגעס.
די עסקנים וואס ווענדן אהן אלע מיטלען זענען איבערגעגאנגען זיין קעיס (תיק), ארויפצוקומען אויף די שפורען ווער איז דער אנקלאגער, ליידער איז עס נישט געווען באהאלטען, אין אלע צעטלעך איז ערשינען דער נאמען פון יענער 'פרומער' דרוקער, אז ער אליין האט אריינגעגעבן הארבע אנקלאגעס אנטקעגן אים, אלס שולדיגער און פירער פון אלע פראוואקאציעס דורכאויס די לעצטע צייט, און אז ביי יעדע סארט ווילדע שטיקעל וואס האט פאסירט אין די לעצטע שטיק צייט איז ער פארמישט.
די העסליכע אנקלאגעס וואס ערשינען אויף גאר א מיאוס'ען פארנעם, זענען אריינגעגעבען געווארן אויף אים מיטען קלארן ציהל און ביטע אז מען זאל אים איינצוזעצן אויף א לענגערע תקופה, "עד תום ההליכים" במשך די גאנצע לאנגע צייט וואס עס גייט זיך ציהען זייערע אומענדליכע פארשונגען.
עטליכע מאל איז שוין געווען באשטימט אים צו באפרייען פון תפיסה, יעדע מאל וואס ס'איז שוין געווען אט אט ארויסצוגיין, זענען אפיר געקומען פרישע באשולדיגונגען, יעצט וויל זיי אים פארהאלטען ביז ווען מען פארענדיגט אלע אנקלאגעס, דער ריכטער האט נאכנישט געגעבען א ענדגילטיגער ענטפער, אבער קודם האבן זיי פארלענגערט זיין ארעסט אויף נאך עטליכע טעג.
עסקנים האבן ארויסגעדינגען ספעציעל טייערע לאיערס וואס זאלען באקעמפען זיינע רעכטן, ס'פעלט זיך אויס אסאך תפילות אז ער זאל ארויסגיין אויף דער פריי, און אידען ווערן געבעטען מתפלל צו זיין פאר הרב אברהם בן ברוריה ער זאל ארויסגיין בשלום. דאס יהדות החרדית גרייט זיך אין די טעג אויב וועט מען חלילה נישט מצליח זיין אויפען נארמאלען שטייגער, וועט מען זיך צוריק נעמען צו דער מערכה, און טוהען אלעס וואס איז נאר מעגליך, נישט צולאזען פארכאפען א קרבן ציבור, און נישט אפשוואכען די קאמיוניקאציע פונעם היימישען ציבור, דורכען צעטיל וואס איז שוין דער געווער לאנגע יאהרען, אויך אויף דעם וועט מען קעמפפן ביזן סוף.
גייענדיג צום דרוק איז אנגעקומען די ידיעה אז צום בית דין איז ארויפגעקומען א קבוצה פון ירושלימ'ער פרויען, בעטנדיג אז היות אז דער מצב איז אומדערטרעגליך, ווען אין די לעצטע פאר טעג גייען ארום די פאליציי אין אסאך שטובער פון צענדליגער יונגעלייט וואס האבן געהאלפן אין די מערכה, וואו זיי האבן אויך עטליכע אויפגעבראכן צו איינשפארן און שלעפן אויף פארשונגען, און זיי אלע זענען געצוואונגען זיך צו אויסבאהאלטן פון זיי.
די חברי הבד"צ שליט"א האבן באשלאסן צו אננעמען שארפע טריט אזש ביז צום אויסרופן א חרם קעגן דער פרומער מלשין און זיינע געהילף, אויב ער וועט נישט זאפארט אראפנעמען די אלע הלשנות און מסירות, און דער קרבן ציבור וועט נישט באפרייט ווערן פון די שלעכטע הענט.