JUST IN
פרישע חלב געפונען אויף מיעל מארט פלייש (נישט אויף לעבער)
די פלייש סטאר וואס איז די מדובר איז ווייס אויף 13 ביי 56
די סטאר איז בהשגחת הרה"ג ר' שמואל שלמה שפיטץ שליט"א וואס האט אראפגערופען איינער פון די מנקרים ביי די בני יואל
מען האט געטראפען אסאך פראבלעמען פון חלב
דער באטור רב האט אליינס נישט געוואלט אראפקומען זאגענדיג אז ער האט שוין נישט קיין כח צו די גאנצע זאך, למעשה האט אראפגעשיקט הרב מאיר ראטענבערג וואס איז געקומען מיט הרב חיים דוד כ"ץ
דער רב המכשיר פון דעם געשעפט הרב שמואל שלמה שפיטץ שליט"א, טארץ וואס ער האט זיך אלעמאל שטארק פאלאזט אויפן באטערער, אבער נאכ'ן גרויסען גערידער במשך די וואך, האט ער געוואלט פרעזענדליך זיך איבערצייגען אויף דעם מצב הניקור, האט ער איינגעליידענט א מנקר מומחה פון מאנסי, וועמען ער טראסט, זאל קומען בודק זיין דעם מצב הניקור אינעם ווייסס פלייש געשעפט ווי ער גיט זיין השגחה.
נעכטען 6:00 אזייגער אווענט, איז דער מנקר פון מאנסי אנגעקומען אין זיך גענומען צי די ארבעט. ס'האט נישט לאנג געדויערט ביז ס'איז ליידער נתגלה געווארען זייער א שווארץ בילד. נישט בלויט איין פראבלעם פון חלב, נאר ליידער אסאך פראבלעמען אויף עטליכע חלקים פון די פליישן. דער מנקר האט געטראפען: שטיקלעך פון די "קרום" פון דעם "טרפש" מצד הכבד, ווי אויך "שומן" וואס געפינט זיך אינטער דער "קרום". נאך האט דער מנקר געטראפען, שטיקלעך פון די "חוטי דכפלי" פון די 10טע ריפ. און אויך האט ער געטראפען, "שומן" פון אויף די "רפאלע" (Inside Skirt).
דער שאקירטער הרב שפיטץ האט באלד טעלעפאנירט דעם באטערער רב זאל שוין אריבער קומען זעהן מיט די אייגענע אויגען וואס דא טוט זיך. דער באטערער האט עם געענפערט, אז ער האט שוין מער נישט קיין כוח צו דעם, ער וועט אריבער שיקן ר' מאיר ראטענבערג, זיין הויפט משגיח.
ר' מאיר ראטענבערג איז אנגעקומען צוזאמען מיט ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א, אין נאכדעם וואס דער מאנסי'ער מנקר האט זיי געוויזען די אלע פאקטען פון די שרעקליכע מכשולות, האט זיך ר' מאיר אנגערופען: "ס'איז טאקע אן התרשלות, אבער פון היינט און ווייטער גייט זיין א שטרענגע השגחה".
נשלח ב-24/11/2006 22:21
listen . first i want to ask any one here who wants to do ME a personal favor and
interperate what im riting to YIDDISH
thanks in advance ===================================
teire yiden
this that there are people with an agenda i dont think we still have to prove
why am i saying this? because every story or report that was reported here has been by INSIDE people, and i know it because they know a lot of the true facts, but
but
somehow they manage to distort and report wrong findings and totally false endings to the story
=============== if one wouldve followed the "scandal" one would realize how the lies were said and distributed,
now you tell me there is no agenda ================
and this INDIG came and saw things he didnt like, so they called the baterer ruv, which was still i the middle of the other "scandal" , so he sent his MASHGIACH , together with RAV KATZ, and they saw what indig was showing them, and they told INDIG that : THE WAY WE DO NIKUR ACCORDING TO WHAT WAS AGREED BY THE BES DIN HAGUDOIL, everything is fine, and theway its suppose to be
and yes according to what he INDIG learnt thru some old MENAKER reb......FRIED it is not
but we KLAL YISROEL , hachareidim , HAMSURIM LEHABES DIN and rabeini beirach moishe, v'chul hador hahie
follow the way of nikur that is in place since rabeini ba'al DIVREI YOEL put in place
so INDIG showed him a piece of VAIN as big as a seoire, reb meir and reb chaim dovid showed him it is NOTHING, but they
ALSO said: even such a small thing we will fix
=================
now hotwire , you are a SHOIFECH DAM
--------------because you know the truth and that doesnt stop you from lying
נשלח ב-26/11/2006 03:05
מח-קטן
די האסט זיכער עפעס אנ-אגענדא אפשר ארבעטסו ביי מיעל מארט אדער ביי באטור
הוטווייער, אפשר קענסטו אויך מפרסם זיין די רשימה פון כשרות פון בד"צ העדה חרדית? דאכט זיך אז זייער ליסט איז פילפאכיג גרעסער. עס קוקט מיר אויס אז דו ביזט נוגע בדבר, ווייל רוב מומחים אין כשרות מאכן אוועק די גאנצע שערוריה.
6}דער אינגערמאן/שוחט איז אדער א שרייבער דא אויף היידפארק, ווייל חוץ אים { מיט ר' מאיר, רח"ד ר' שפיטץ}איז קיינער נישט געווען אין בוטשער בשעת מעשה, די ספאנישע גוים פארשטייען נישט די שפראך וואס די חברה האבן גערעדט צווישן זיך אדער האט עס זיין משלח געשריבען, וועט ער דארפן די וואך ברבים מודה זיין אז עס איז שקר, ווי ער ווייסט אליינס, אין קאפערירען מיט די ערליכע רבנים צי סטאפען די אלע רומערס, אויסגעבן ווער עס ליגט אינטער די אלע שקרים וכזבים וואס ברענגט אינטער יעדע הרגש צי כשרות
7}עס איז געווען א רעדע אז מען זאל לעגאל בעטן די אינדעטעד פין די ניק פין האטווייער/מלחמת ה כדי מען זאל זיי קענענן עפענטליך פרעגן היתכן זיי פארשפרייטען שקרים, צוליב פריוואטע ביזנעס אינטערעסן לעגאל קען מען עס באקימען ווייל זיי זענענן עובר אויף די חוק לשון הרע וואס עס איז א קעגן געזעץ אין א"י אבער ווי באלד עס איז צי א לאנגע פראצעדור איז עס נישט אינטערסאנט, אויב ווייסט איר עפעס א השגה ווער עס אינטער די ניק ביטע זיי עס מפרסם כדי עס די באטעור זאל זיי קענען קאלן פרעגן, פין וואס זיי רעדן
8} בקיצור להד"ם קיין שום רב האט גארנישט קעגן מיעל מארט עס איז נישט מער ווי א גיט פינאצירטע פריוואטע אנגעפירטע קאמפיין, פין עפעס א הכשר אדער א קאמפאטישן פאר מיעל מארט, מיט די צייט וועט אי"ה ארויסקימען אלעס אויפן טיש, דאן וועט מען קענענן געהעריד אלעס דיסקאסן עפענטליך, אין די אלע וואס פארשפרייטען יעצט די שקרים וועלן זיכען א מייזען לאך ווי זיך צי באהאלטן, זיי וועלן לכאורה נישט ארויסטרעטן פין שטוב פאר א שטיק צייט