|
|
| נשלח ב-26/11/2006 20:10 |
|
| |
רשעים הערסט אויף צו באגראבן אידישע ביזנעסער!
איך קום דא ארויס מיט א וויי געשריי אין נאמען פון הונדערטער געליטענע אידן, קעגן די רשעים בדורינו וואס האבן זיך גענומען פאר א ציל צו באגראבן אידישע ביזנעסער מיט שקרים וכזבים.
הערטס אויף! אידיש בלוט איז נישט הפקר! אידיש געלט איז נישט הפקר!
ס'איז אויפגעקומען לעצטנס א נייע משוגעת. ווער ס'האט א פראבלעם מיט א צווייטן איד גיט א לאז ארויס א מעשה, האלבע אמת'ן און גאנצע ליגנטס, צו באשמוצן און אונטערברענגען אידישע פרנסות און אידישע ביזנעסער.
רוב פון די מענטשן וואס לאזן ארויס די ליגנטס זענען אויסגעשפילטע מענטשן וואס קענען נישט פארגינען אז א צווייטער איד האט פרנסה, און א מיעוט פון זיי זענען קאמפעטישנס פאר וועמען ס'גייט נישט אזוי גוט, און זיי ווילן אונטערברענגען דעם קאמפעטישן.
פאריגע וואך האבן זיך די רשעים גענומען אויף א סעלפאן פארקויפער אין קרית יואל, און זיי האבן געעפנט א קאמף קעגן אים און אים געוואלט ארויסווארפן פון ביזנעס, ווייל ער פארקויפט, מכלומר'שט, טעלעוויזשאן. זיי האבן געווארפן פאשקעווילן און געמאכט א פראטעסט אין זיין סטאר און צובראכן זאכן ביז מען האט זיי ארויסגעווארפן פון דארט מיט פעטש. אין די פאשקעווילן האבן זיי געשריבן אז זייער ציל איז ארויסצואווארפן דעם סעלפאן פארקויפער פון קרית יואל.
אן אנדערע קאמפאני פון די זעלבע רשעים האבן זיך גענומען אויף די קאמפאני מיעל מארט, פארשפרייטנדיג שקרים וכזבים אויף זיי, כדי צו שעדיגן זייער ביזנעס.
וועגן דעם וויל איך דא בעטן יעדן איינעם זיך צוזאמצונעמען קעגן די שלעכטע מענטשן און רשעים, לאמיר אלע ארויסגיין אין א קאמף קעגן זיי און דוקא שטיצן די אידישע ביזנעסער וואס זיי פרובירן צו באגראבן.
געדענקט, היינט איז עס געשען ביי א צווייטן אידישן ביזנעס, מארגן קען עס געשען ביי ענק. די רשעים שלאפן נישט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2006 20:43 |
|
| |
רשעים הערטס אויף מאכיל זיין אידישע קינדער חלב (אפילו נאר דרבנן) נבלות וטרפות, גענוג וויפיל איז די שיעור, חוסו נא על נפשנו ונפש משפחותינו
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2006 20:58 |
|
| |
על הגאולה
וואס האבן נאר די ביריונים געזאגט (עפ"ל) דעלמאט אין שנת תשמ"ב אויפן רביקן זי"ע בעל דברי יואל?
די זעלבע וואס די זאגסט יעצט
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2006 21:08 |
|
| |
פאטאקי מיט מאכען יעצט א שווייג געסטו גערעכט פאר יענע בריונים פון תשמ"ב
ווי שטייט אז אונז מיז מער דעקען מכשולות פון באטור רב, פארוואס זאל אונזער פלייש נישט זיין פונקט אזוי מהודר ווי די אתרוגים וואס די קופסט, רחיים של יד מצות געבאקען דורך בית רחל מיידלעך, ביסט מקפיד אויף ר"ת וכו' וכו'
און ביי פלייש ביסטו מצרף א יעדע קולא וואס איז נאר שייך
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2006 21:49 |
|
| |
איך שטעל מיך צו צו על-הגאולה מיט דעם פאוינט, איך האב מיט'ן באטורער גארנישט איינגעלייגט און מיט מיעל-מארט אויך נישט, לאז זיי זיך אליינס דעפענדן
[מיט די סעלפאונס ביזטו 100% גערעכט, אפאר משוגעים דעטס איט]
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2006 22:03 |
|
| |
פארוואס איז סעלפאנס אנדערש ווי פלייש?
די עקלדיגע מענטשן שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2006 22:09 |
|
| |
על הגואלה
די זאגסט ווייטער די זעלבע ווערטער וואס זיי האבן דעלמאט געזאגט געשריגען און געשריגען חלב! חלב! טריפה!!!
רואיג. וואס איז חלב און וואס נישט? קוועשטאן.
שריי נישט ווי אמשוגענער און ברענג 100'טער בלעטער שו"ע מיט פוסקים נוסח אלתר משה ג"ב ביי אונז איז דא רבנים וואס ווייסען די זאך און האבן אנגענומען ווי אזוי מען זאל זיך פירן און עס איז געווען א גרויסע אסיפה שנת מ"ב... אא"וו און זיי זענען ביי מיר מער באגלייבט ווי על הגואלה און בני יואל\זאלי\שפיץ
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2006 22:15 |
|
| |
דער פראבלעם איז זייער פשוט
אז שפיץ מיט זאלי זענען פון דע וואס זאגען יעצט אז ס'איז נישט קיין חלב, לאפוקי תשמ"ג
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 27/11/2006 23:06:53
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2006 22:17 |
|
| |
דעם שבת האבן די זעלבע קאמפאני רשעים געווארפן פרישע פאשקעווילן אויף "צייטשריפט".
זיי האבן מורא אויב ח"ו וועט צייטשריפט מצליח זיין און אפאר אידן וועלן מאכן געלט.
רשעים, הערטס אויף אונטערצוברענגען אידישע ביזנעסער.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2006 22:19 |
|
| |
ביי די אלע זאכן איז דער הויפט חילוק צו מ'רעדט פון א קאץ אדער פון די באלעבאסטע.
איך ווייס נישט וואס די מעשה ביי די סעלפאונס איז געווען (דערווייל זע איך קוים איין זייט פון די מעשה, כ'בין זיכער אז דא איז דא נאך צדדים), אבער ביי די חלב דארף מען קוקן די ערשטע זאך: די וואס האבן געטראפן דעם פראבלעם, ווילן אז ס'זאל זיין א פראבלעם און מ'זאל שרייען דערקעגן, אדער זיי זוכן צו פאררעכטן דעם פראבלעם?!
ווי ס'קוקט אויס פון דעם גאנצן שפיל רעדט מען דא פון קעץ, אזוינע וואס ווילן אז ס'זאל יא זיין מייז נאר זיי זאלן עס טרעפן, און אזוינע פארשוינען טאר מען נישט געטרויען אפילו די אייגענע בארד!
איך וועל דערציילן א מעשה וואס איך האב געהערט פון גאר קראנט, וועט איר זען וויאזוי מען באהאנדלט א פראבלעם בשעת מ'וויל עס באמת פאררעכטן.
עטליכע וואכן צוריק איז דער ועד הרבנים ד'קווינס געוואויר געווארן אז איינער פון די גויים וואס דעליווערן פלייש פון מיעל-מארט צו סופערמארקעטס אין קווינס, מישט אריין אין די פלייש אויך טריפה'נע פלייש, רח"ל!!! נאך וואס מ'האט גוט אויסגעפארשט די זאך און דערגאנגען אז ס'איז ריכטיג ל"ע, האט דער ועד הרבנים געמאלדן פאר מיעל-מארט, און מהיום והלאה פארט א משגיח מיט א קאר אונטער יעדן טראק פון ווען ער פארט ארויס פון מיעל-מארט ביז ער קומט אן צום סופערמארקעט!
האט איינער געהערט פון די מעשה? איז מען געלאפן שנעל פארשפרייטן די מעשה אויף היידפארק?! האט מען שנעל געמאכט מיטינגען און איבערגעדרייט די שטאט מיט אזא מעשה?!
ניין!!!
ווייל ווען מען זוכט צו פאררעכטן, איז דא א אנדערע כללים ווי ווען מען זוכט אונטערצוהאקן א קאנקורענט!!!
ביז מ'זעט נישט א צעטל פון א ערליכן רב, טאר מען נישט גלייבן קיין שום לשון הרע און/אדער הוצאת שם רע!
 |
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|