הגה"צ ררבי ברוך מיללער שליט"א ביים סאטמארער רבי'ן שליט"א
הגאון הצדיק רבי ברוך מיללער שליט"א ראש הכולל דרב"י אין קרית יואל האט היינט מאנטאג צופרי נאכ'ן דאווענען אפגעשטאט
א באזוך ביי כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין זיין שטוב נעבן ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג.
דער ק"י ראה"כ שליט"א האט געהאט א ברית פון אן אור-אייניקל וואס איז פארגעקומען אין סאטמארער ביהמ"ד אויף קליימער
סטריט.
נאך די סעודה איז ער געקומען צום גרויסן ביהמ"ד אין ראדני סטריט זייענדיג אנגעטאן מיט די בגדי שבת. אידן וועלכע זענען
צוגעקומען און אים געגעבן שלום, און אים געפרעגט צי ער האט א שמחה. האט ער געענטפערט אז ער קומט פון א ברית ביי זיין
אייניקל און ער וויל יעצט אריינגיין צום רבי'ן שליט"א אפנעמען דעם מזל טוב.
דער בארימטער עסקן לכל דבר שבקדושה ובפרט איז ער איבערגעגעבן בכל נימי נפשו פאר די שיעורי תורה אין ביהמ"ד הגדול,
הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו האט אים תיכף אריינגעפירט צום רבי'ן שליט"א וועלכער איז געזעסן מעוטף בטלית ותפילין
האלטענדיג אינמיטן לערנען דעם סדר ה"חק".
דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט מלא קומתו פאר'ן געהויבענעם גאסט אים אויפגענומען בכבוד הראוי. דער רבי שליט"א
האט אים געוואונטשן ווארימע ברכות און אים דערנאך ארויסבאגלייט.
 |
|
|