בית פורומים כל העולם כולו

קול רנה וישועה: שמחה בבית ספינקא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/11/2006 01:05 לינק ישיר 
קול רנה וישועה: שמחה בבית ספינקא

מיט פרייד גרייט זיך דער וויליאמסבורגער ציבור צו די געהויבענע חתונה וואס וועט פארקומען מארגן נאכט בבית ספינקא.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2006 00:04 לינק ישיר 

מצורף קובץ

 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2006 00:08 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ר אביש ר אייזיק ר נפתלי





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2006 00:09 לינק ישיר 

מצורף קובץ

close up



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2006 00:41 לינק ישיר 


הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2006 00:47 לינק ישיר 

איך בין אויך געווען ביי די חתונה, איך בין געווען סורפרייזד פון דעם ריזיגן עולם, איך וואלט געזאגט ביי 2 טויזענט מענטשן. א שאד נאר אז ער האט געדארפט פאר דעם קראנק ווערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2006 20:15 לינק ישיר 

נעכטן נאכט איז פארגעקומען א לעבעדיגע/עמאשענעל שבע ברכות אין ספינקער זאל אין וויליאמסבורג.

א ריזיגער עולם בליעה"ר איז זיך צוזאמגעקומען, מען האט זיך ממש נישט געקענט רירן.

דער ספינקער רבי שליט"א האט מיט טרערן אין די אויגן זיך באדאנקט פאר די חסידים און מתפללים וועלכע האבן געדאוונט פאר אים, און געקומען צו הילף מיט'ן לייב און לעבן אין די שווערע זמנים וועלכע ער איז דורכגעגאנגען, ווען ער איז געליגן אויפ'ן קראנקען בעט, און ווען ער האט פארלוירן זיין אשת חיל אזוי טראגיש אינעם עקסידענט. ער האט געזאגט אז ווען נישט די שטארקע הילף און חיזוק וואס ער האט באקומען, וואלט ער עס נישט דורכגעמאכט און וואלט נישט געקענט זיין ביי זיין יונגסטן קינד'ס חתונה. עס איז געווען זייער א רירנדע דרשה.

שפעטער האט דער רבי געטאנצן מיט זיין זון פאר א לאנגע צייט. טראצדעם וואס ער איז אזוי שוואך האט ער נישט געוואלט פארפאסן אזא מאמענט, ווי טאנצן מיט א קינד וועמענ'ס חתונה ער האט שיער נישט דערלעבט.

עס האבן משמח געווען ר' __ דים, און דער ליטווישער-חסידישער בדחן ר' הלל היל (כ'מיין אז דאס איז געווען זיין ערשטע אויפטריט ביי א רבי'שע טיש). ביידע האבן געגעבן געלונגענע פּערפארמענסעס, און דער עולם האט הנאה געהאט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2006 20:20 לינק ישיר 

יעצט איינס אזייגער מיטאג קומט פאר די גרויסע שבע ברכות דורך ספינקע בית המדרש אין וויליאמסבורג, אויף בעדפארד עוועניו, א ריזיגער ציבור שטראמט אהין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2006 20:22 לינק ישיר 

היינט נאכט קומט פאר א הערליכע שבע ברכות אין מחזיקי הדת אין בארא פארק.

די שבע ברכות ווערט צוגעשטעלט דורך די ספינקער חסידים אין בארא פארק.

א ריזיגער ציבור ווערט ערווארטעט, אין שפיץ פון די גרעסטע רבי'ס און רבנים פון בארא פארק.

שישו ושמחו בשמחת ספינקא!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2006 20:53 לינק ישיר 

ווער האט אינטערגעפירט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 19:55 לינק ישיר 

אגב, דער רבי שליט"א איז אויפ'ן וועג צו די חתונה פון זיין קינד, חודש חשון העעל"ט, געקומען אין שפיטאל מיט שטריימל בעקיטשע, צו באזוכן רבי בעריש'ן.

ער האט געזאגט פאר רבי בעריש, "איך בין געקומען אפנעמען מזל טוב".

ר' בעריש איז געווען שטארק אנטציקט פון דעם אז דער סאטמארער רבי האט נישט געהאט קיין אנדערע דאגות פאר'ן גיין צו די חתונה פון זיין יונגסטן קינד, נאר קומען באזוכן א קראנקן איד אין שפיטאל אפצונעמען מזל טוב.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קול רנה וישועה: שמחה בבית ספינקא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext