עטליכע וואכן צוריק איז אריין א איש מוצלח פון ווימסבג בעטנדיג א ברכה פון רבי'ן ער זאל מצליח זיין אין א געשעפט וואס ער האט אפגעקויפט א אויל פעלד און נאכן גראבן א לאנגע צייט האט מען נאך אלץ נישט געטראפן אן אויל קוואל,
דער רבי שליטא האט אים אויפגעפאדערט צו מקדיש זיין א גרויס חלק פאר צדקה, די מוסדות הקדושים וכדומה, דער איד האט געענפערט יא אוודאי, איך וועל גלייך געבן די מעשר פארן רבין ער זאל עס געבן פאר די מוסדות. זאגט דער רבי, ניין, מעשר דארפסטו דאך געבן סיי וויאזוי, זאגט דער איד, גוט, כ'על געבן צוויי מאל מעשר, עשר אעשרנו.
נו, רבינו שליטא האט אים ווארעם אנגעווינטשן און זיך געזעגענט.
געציילטע טעג דערויף, שבת קודש (שבע ברכות ביים רבין) ביים מאכן די אייער צוויבל כמנהג אבותיו זי"ע, האט דער רבי שליטא מכבד געווען דעם איד צו גיסן די אויל אין די אייער, דערביי ווינטשנדיג: זאל זיך גיסן אויל בשפע!
מוצ"שק קומט אן די ידיעה אז מען האט געטראפן דעם קוואל!! אין א פארדונסט פון 20מ !!
[הערה, עס זענען דא צוויי גירסאות אין די מעשה, איך האב געשריבן וויאזוי איך האב עס געהערט]
נשלח ב-30/11/2006 21:07
איך קען באשטיין צו גלייבן
זאג מיר נאר וויאזוי איז ער אנגעקומען ביי די אייער
צוויבעל? ער האט פארשטאנען דארט צו זיין? אדער די גבאים ווייסן אז דעמאלט איז א
שעת שפע?
און מ'האט עם געהייסן קומען דעמאלט?
3. ביים שבת שבע ברכות פון די זאליס האט מען איינגעלאדנט דעם איד צום שבת בייטאג סעודה, אבער ער האט אנטזאגט דעם כיבוד און געבעטן אזויפיל אז מען זאל זאגן פאר'ן רבי'ן ער זאל אים אינזין האבן ביי די אייער.
דא ענדיגט זיך די מעשה, ועדיין לא נשענו.
נשלח ב-30/11/2006 22:36
מיט מופתים מעשיות קען מען נישט אריינגיין אין קיין ווכיחים, איך געב 100% רעכט פאר איינעם צו גלייבן אז זיין רבי איז א בעל מופת, אויב מ'וויל קען מען חוזק מאכן פון יעדע מופת, אפי' פון משה רבינו. דאס איז זאכן וואס האט מיט "אמונה". אויב גלייבסטו אז דער רבי איז א צדיק, וועט ער האלטן אז ער איז א בעל מופת, אויב נישט וועט ער חוזק מאכן.
וואס עס וואונדערט מיך יא, צו דער זאלי וואס האט באריכטעט די מעשה האלט באמת אז ר' זלמן לייב טייטלבוים פיט די פראפייל פון א בעל מופת, ווייל איך האב שוין דורכאויס די יארן גערעדט מיט זייער אסאך זאליס, פון אלע טיפס, און פערצופאל האט נישט אויסגעקוקט אז איינער זאל האלטן פון רז"ל אפי' עפעס ענליכס צו א בעל מופת, די מערסטע וועלן זיי זאגן אז ער איז אן איידעלער, און נישט אזוי שלעכט ווי ר"א, אבער א בעל מופת? מאן דכר שמי'.
מיט דעם אלעם האב איך דאך נישט גערעדט צו אלע זאליס, ווער ווייסט אפשר זענען דא ערענסטע חסידים פון רז"ל, וואס איך האב פונקט נישט באגעגענט, איך וועל דן זיין לכף זכות אז זיי מיינען ריין "אמונת צדיקים".
נשלח ב-30/11/2006 22:41
שומו שמים!!!!!!!!!!!!!!!!!
גראבן אום שבת??????????
נשלח ב-30/11/2006 22:43
זיסקייט.
עס פאסט דיר נישט מודה צו זיין. פאקט איין.
איך ווייס קלאר, אז א חשוב'ער יונגערמאן, פון די גרעסטע נגידים ביי היימישע אידן איבער דער וועלט, איך וויל נישט פורש בשמו זיין, איך וועל נאר זאגן אזויפיל אז ער איז טאקע אביסל א משוגענער, אבער ער האט מיט בערך 30 יאר צוריק געעפנט א ביזנעס, (פון סאפטוועיר) און ס'איז נישט אזוי גוט געגאנגען. ער האט זיך שטארק געמוטשעט... מאכטס מיך נישט זאגן ווער ! פליז.
אבער... אבער נאך א קליינע מופת פונעם רבי'ן שליט"א (רז"ל) האבן זיך זאכן אזוי געוטוישט. אז די וועלט דרייט זיך איבער...
יא. הערט קלארע ווערטער,
היינט צו טאג, איז דער באלעבאס פון יענע קאמפאני (מייקראסאפט) געווארן גאנץ א שיינער עושר.
אזוי ווייט אז די מאגאזין פארבס, עפעס א קליינע מאגזאין (אזויווי דער בליק) זאגט עפעס אז ער איז היינט דער רייכסטער מענטש אין עפעס א לענדל (אמעריקע).
דער יונגערמאנשיק, הרב ר' ביל געיטס, פארציילט, אז עטליכע יאר צוריק האט ער געגעסן פונעם רבינ'ס פאפקארן... און זייט דעמאלטס האט זיין קליינע סאפטוועיר קאמפאני אנגעהויבן מאכן געלט.