|
|
| נשלח ב-1/12/2006 05:11 |
|
| |
איך האב דורך געליינט דאס גאנצע ביכל מהחל עד כלה און זיי האבן געמאכט א מעכטיגן דזשאב,
אלעס איז מיט פרוף, יעדער פאקט האט א עקזיביט, ובפרט ווי דער שופט שרייבט אז אפילו ווען
מען ווארפט ארויס די עדותשאפט פון שלעזינגער און שוויממער, וואלט נפתלי נאך אלץ געטראפן
געווארן שולדיג צוליב די עדותשאפט פון אברהם יוסף ווייזער, מעכטיגע, מעכטיגע ווערטער,
דער ווייזער דרייט זיך ארום אנשייגעצן די שלעזינגערס בו בזמן וואס ער איז גאר דער עיקר גורם
פאר נפתלי'ס צרות, ווייזער ווייזער, טול קורה מבין עיניך, און די קלאגע ואס לעיזער האט אריינגעגעבן
אקעגן נפתלי, וואס איז אנגעקומען צום זעלבן שופט, אין די זעלבע צייט ווען ער האט דן געווען דעם נפתלי
פאר זיינע פאברעכן, די זעלבע צייט האט לעיזער עם באשולדיגט אין גנבות און שווינדל, דאס איז זיכער
א דירעקטער מסירה אויפן גרעסטן פארנעם און איך בין זיכער אז לעיזערס בלוטיגע הענט האבן גורם
געווען אז נפתלי זאל באקומען אזא הארבן שטראף.
וואס זאגסטו בערקאוויטש, אז שוויממער האט געשאלטן דעם רבין שליט"א, און היינט צו טאג איז ער ביי אונז,
איך שריי אויס "ירבו כמותם בישראל" הלוואי זאלן אלע זאליס תשובה טוהן און איינזעהן דעם אמת,
איך פארשטיי אז ס'טוט וויי, אז אדאנק די שלעזינגערס און שוויממער האבן מיר דעם בית המדרש המפואר,
און בעזר השי"ת וועלן מיר נאך באקומען דעם גרויסן בנין פון בעטלאן, יא, ס'טוט וויי אז דער סטעמפל "מסור"
האט נישט געקלעבט, נישט ביי קיין איין רב און נישט ביי קיין איין ערנסטן מענטש, דער נייטרא רב שליט"א
וואס האט לכתחילה מרחק געווען ר' א"ש פון זיין בית המדרש, האט נאכן דורך ליינען די פאפירן פון קארט
קלאר געזאגט זיין חוות דעת ברבים, אז לא מיני ולא מקצתיה, ס'איז בכלל נישט קיין מסירה, ווען מען
שיקט א סובפינא מיז מען ענטפערן, און זייער עדותשאפט האט די ווייניגסטע גורם געווען פאר זיין שולדיג
אורטייל, אסאך ווייניגער, ווי ווייזער, מר. גליקמאן, מרת גליקמאן, מר. יאקאבי, מר. ברוין, מר. יוסל ניימאן, ועוד ועוד,
וואס זייער טעסטימאני איז געווען דירעקט געצילט אקעגן נפתלי, מיט זייער קלארע הארבע באשולדיגונגן, בו בזמן
וואס שלעזינגער/שוויממער האבן עם בכלל נישט דירעקט באשולדיגט,
דו אלע וואס האבן א חלק און זיי נאך שרייען מסור, זענען מחוייב זיי מפייס זיין, וויסן זאל מען אז עבירות שבין אדם
לחברו איז יום הכיפורים נישט מכפר,
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2006 08:32 |
|
| |
זייער נישט ריכטיג צו מישן דא פאליטיק, איך זעה נישט וואו עס קומט אריין.
אויב האב איך געהאט געוויסע פראגעס אויף דעם 'אבן מקיר תזעק'
האב איך פול מער פראגעס איבער דעם דאזיגן 'דברי אמת וצדק'.
אויב רעדט מען דא אריין, צי הייסט דאס א מתערב על ריב לא לו ?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2006 16:24 |
|
| |
מלוה מלכה,
האלסטו שוין נאך קידוש???
ווי זעסטו פאליטיק,
איך זע בלוט, מען צאפט דאס בלוט פון א משפחה,
וואס זיי זענען גאר די קרבנות,
קרוב צו 10 יאר וואס מען פרובירט זיי צו באראבעווען,
ארויסגעווארפן זייער קראנקן טאטע פון די ביזנעס ווי א הונט,
צוגענומען זיין פארמעגן, צוגענומען זיין לייף אינשארענס,
און צוגענומען זיין מעדזשאר מעדיקאל, ווען ער האט דאס אזוי וויכטיג געדארפט,
מען שלאגט, מען ארעסטירט, און מען רופט אין קארט,
יא, מען האט זיי כסדר געקלאגט אין קארט,
און זיי זענען נעבעך ארום געלאפן צו אלע רבנים ודיינים
און ראשי הקהלה צו בעטן הילף אקעגן א גבר אלים,
און פלוצלינג זענען זיי גאר די מוסרים,
מען שיקט ארום פאשקעווילן פיל מיט שקרים וכזבים,
און לדעתך דארפן זיי זיצן שטיל און ליידן,
ניין, זיי טארן נישט און דארפן זיך נישט לאזן טעראריזירן,
משום והייתם נקייים זענען זיי מחוייב געווען ארויסצוקומען מיט די פאקטן,
זאל יעדער זעהן למי החותמת ולמי הפסולים,
מלוה מלכה, שעם דיך נישט, אויב האסטו געוויסע פראגעס אויף דעם חיבור
"דברי אמת וצדק" , דאן פרעג ביטע, ליפטער אויס דיינע פראגן,
און איך וועל פרובירן זיי צו ענטערן כיד השם הטוב מיט קלארע פאקטן,
אבער, לאמיר אויך הערן די פראגעס וואס דו אליין שרייבסט אז דו האסט
געהאט אויף "אבן מקיר תזעק", האסטו שוין באקומען א ענטפער אויף די
דאזיגע פראגן?, איך מיין אז איך קען דיר דאס אויך פארענטפערן...
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 01/12/2006 16:40:25
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2006 18:29 |
|
| |
און איין ווארט! סתם פוסטע און נערישע ליגענט! געשטיקעלטע דאקומענטן און פשוט פארדרייען די יוצרות!
דער אמת איז וואס דען קענען זיי זאגן?? זיי האבן דאך נישט קיין אנדערע ברירה!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2006 19:18 |
|
| |
אשר אנשיל קעסטענבוים,
פוסטע און נארישע ליגענט?
אבי גערעדעט ! ! ! BLANK STATMENT
געשטיקעלטע דאקומענטן?
אדרבה, ווייז ווי, איך האב אין מיין באזיץ אלע ארגינעלע דאקומענטן פון קארט,
אדער צייגסטו איבער,
אדער איז דיין תגובה
און איין ווארט! סתם פוסטע און נערישע ליגענט!
דברי אמת וצדק, כשמו כן הוא,
קלאר אלעס געשריבן,
סאליד און צו דערזאך,
מיט קראנטע הוכחות,
נישט ווילד און פארדרייט די יוצרות,
אנטשי, מום שבך אל תאמר לחבריך,
יא, דו פראבירסט דא צו פארדרייען די יוצרות,
PUT UP OR SHOT UP
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2006 19:44 |
|
| |
יענקעלע, פליז! פליז! מיש נישט אריין קיין פאליטיק דא אין די פרשה, איך ווייס קלאר פון מענטשן
זקנים עם נערים ביי אונז וואס זענען קעגן די נעפיוס הונדערט פראצענט, פאר די חברה איז ניחא צו
שפילן מיט פאליטיק און אריין דרייען סאטמאר אין זייער סכסוך כדי מען זאל זיך אננעמען פאר זיי.
פארוואס שיצסטו די מוסרים?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2006 20:03 |
|
| |
אנטשי,
ווי זעסטו פאליטיק?,
ווי זעסטו סאטמאר אין די פרשה?,
דא איז דא א פרשה פון "הדבר אשר זדו עליהם"
איז ליידער געווארן נהפכה הקערה על פיה,
און ער האט ליידער באקומען א זייער ביטערן הארבן שטראף,
השם ירחם עליו ויוציאו מצרה לרווחה,
אנטשי זיסער, איך פראביר מיט געוואלד צו רעדן צום ענין,
און דו פארסט ארום מיט פיסטע דעמאגאגיע,
דו וואלסט געוואלט אז איך זאל מיר טוישן מיין מיינד
ווייל דו קענסט זקנים עם נערים וואס זענען אקעגן זיי,
אזוי, איך קען אסך זקנים און נאך מער נערים וואס זענען געווען אקעגן רבינו זי"ע
סא, דארף איך אויך זיין אקעגן עם ???
ערענסט גערעדט, דו מעגסט דיך שעמען פאר טיטולירן היימישע אידן מיטן טיטול "מסור"
אינטרעסאנט, קיין איין נורמאלער רב, קיין איין נורמאלער דיין, איז נישט ארויס געקומען
אקעגן זיי, קיין איין בית דין האט נישט באשטעטיגט אז זיי זענען מוסרים,
קומט זיך דא אפיר אנטשעלע פון היידפארק, און האט גאר טענות צו מיר זיך אנעמען פאר "מוסרים"
אנטשעלע, SHAME ON YOU...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2006 20:11 |
|
| |
יענקעלע טייערער,
לבי אומר לי אז די הויפט ציל פון דעם 'דברי אמת וצדק' איז אריינצובאקומען די אהרונים אויף זייער זייט, דער מיטל דערצו איז צו באשמוצן אליעזר קעסטנבוים. דערווייל ארבייט עס געוואלדיג.
יא, איך האב אסך אומקלארע זאגן אויפן 'אבן מקיר תזעק' עס פעלן פרטים דארטן. גלייכצייטיג האב איך פונקט אזוי קשיות אויפן 'דברי אמת וצדק'. אבער ווי געזאגט ווארט איך אויף א תשובה צי איך מעג דאס אויסלופטערן דא ברבים ווייל ס'יז כולל פולע לשון הרע'ס און באשמוצן אידן.
און געדענק, דו אלס אידיש קינד ביסט פונקט אזוי מחוייב אויסצולייזן פון תפיסה איינעם וואס איז שולדיג באמת גלייך ווי איינעם וואס איז נישט שולדיג. דער הייליגער בארדיטשובער איז ארומגעלאפן אויסלייזן אידן וואס זענען יא געווען שולדיג געלט [כאטש מען קען מחלק זיין אז דארט איז א שב ואל תעשה משא"כ דא איז עס א קום ועשה].
די מערסטע אומאויפריכטיגקייט פון דעם קונטרס איז דער פאקט ווי זיי זוכן אלס צו באשולדיגן פעטער נפתלי, עס ווערט נישאמאל באהאלטן די שנאה צו אים, פארקערט זיי ווייזן אויף מיט דאקומענטן אלע זיינע שווינדלערייען, זיי זענען בשום אופן נישט מוחל נפתלי אויף דעם בנין וואס ער האט פארקויפט שלא ברשותם. און גארנישט, פלוצלונג ווערן זיי וואויל, זיי מסר'ן אים נישט זיי בארעדן אים נישט, שולדיג איז גאר א פרעמדער פערשוין. איז וויאזוי לייגט זיך אויפן שכל אז די רייד ווערן געשריבן מיט ריינע הענט?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2006 20:35 |
|
| |
מלוה מלכה,
איך האב א געוואלדיגע הנאה אז דו ניכטערסט דיך שוין אויס,
דו הייבסט אן צו רעדן צו דערזאך,
א וודאי איז מען מחוייב על פי הלכה צוטוהן אלעס וואס מעגלעך צו העלפן
דער ר' נפתלי, די מצוה פון פדיון שבויים איז נישט קיין חילוק צו מ'איז שולדיג צו אומשולדיג,
דאס איז לגמרי נישט דער מדובר דא,
פארגעס נישט, אז ר' ישראל אלימלך האט באוויליגט צו זאגן אז ער האט געזאגט ליגענט
אויב דאס קען העלפן ר' נפתלי, נאכן עם פארשפרעכן אז עם פערזענדליך וועט גארנישט שאטן,
ער איז שוין געפארן צו א לויער, נאר נאכדעם וואס ער האט געזען אז מען האט עם פארפירט
מיט נישט ריכטיגע אינפארמאציע, און ער איז געווען אויפן שוועל פון זיך אליין אריין לייגן אין א מיאוס
פעקל, וואס ער האט צוריק געצויגן פון זיין צוריק צוען, דאס אליין ווייזט ווי שטארק זיי האבן עם
געוואלט העלפן, נאר געוויס נישט אויפן חשבון פון אליין ליידן,
ומה חזית דדמא דחברך סומק טפי דלמא דמא דידך סומק טפי,
אמת ויציב, די שלעזינגערס האבן זייער פיינט דעם פעטער נפתלי, ער האט זיי אנגעטוהן זייער אסאך רשעות,
אבער דאס איז נישט דער מדובר דא, די פראגע איז נאר, האבן זיי עם געמסרט צו נישט,
און דער ענטפער איז קלאר אז נישט,
דער פאקט איז אז די טעסטימאני פון פיל אנדערע "גיטע פריינט" פאר נפתלי
האבן עם פיל מער שאדן געמאכט פון זייער עדות'שאפט, דער שופט האט דאס כמה פעמים ארויף געברענגט,
אזוי אויך דער פראסעקיוטער, ווען נפתלי'ס לויער האט געטענה'עט אז מען זאל נישט לאזן די שלעזינגערס מיט
שווימער עדות זאגן, ווייל זיי זענען ליגנערס, זיי האבן עם פיינט און זענען נישט באגלייבט,
האט דער פראסעקיוטער גענטפערט, אז אויב וואלטן זיי געוואלט ליגענט זאגן וואלטן זיי געזאגט אז זיי האבן
עם געזען אריין אין בנין יענעם אויפדערנאכט, אבער אז זיי האבן עם געהערט זאגן אז ער האט דאס אינטערגעשטעלט,
מיט א ליגענט האבן זיי עם זייער גרינג געקענט צו פיקסן, אבער ניין, זיי האבן זיך געהאלטן צו זייער ווערסיע,
און זיי האבן עם בכלל קיינמאל נישט באשולדיגט דירעקט מיט די אינטערצינדן פאברעך,
זעט אויס אז דער פראסעקיוטער האט געלערנט "מיגו"...
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2006 20:49 |
|
| |
המשך:
ווי זעסטו אומאויפריכטיקייט,
זיי פארהוילן בכלל נישט דעם פאקט אז זיי האבן עם פיינט,
זיי שרייבן דאס כמעט מפורש ארויס, דאס ביי מיר איז "אויפריכטיקייט".
אבער עם פיינט האבן מאכט זיי נאכנישט פאר קיין מוסרים,
איז עפעס א פראגע אז נפתלי איז זיך זייער אסאך אליין שולדיג,
זיין אויפירונג צום אינוועסטיגעטאר,
זיין אויפירונג צום שופט,
זיין אויפירונג צום פראסעקיוטער,
זיין אויפירונג צו זיינע אייגענע לויערס,
זיין שטאלצקייט און זיין EGO,
האט עם ליידער באגראבן,
און דאס זענען מודה אלע זיינע נאנטע גיטע פריינט,
סא, מלוה דמלכה, עפען דיר דיינע אויגעלעך, און פארשטיי,
אז מיטן ארויף ווארפן די שולד אויף די נעפיוס וועט זיך דער מצב נישט טוישן,
דו ביזט גערעכט, דער פאקט איז אז זיי האבן טאקע קיינמאל נישט מוחל געווען די גנבה
פון די בנינים, ועל זה אנו דנים, דאס איז דער פרעשער וואס לעזער קעסטענבוים לייגט מיט די פאשקעווילן
און מיט די נאכשרייען "מוסרים" האפענדיג אז זיי וועלן זיך אפלאזן פון זייערע תביעות,
אבער לעיזער זאל וויסן אז דאס איז א תםילת שוא, זיי האלטן ביים גיין ALL THE WAY,
ביז זיי וועלן צוריק באקומען די גנבה,
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2006 21:45 |
|
| |
יענקל, גאר שוואכע ארגומענטן פשוט קעגן די פאקטן, נאר גלייב מיר איך פארשטיי אז דו פרובירסט דאס בעסטע וואס דו קענסט, איך וואלט אויך געטוהן דאס זעלביגע (דער פון אויבן זאל מיר אפהיטן) נישט אז איך בין דיר חלילה חושד אז די ביסט איינער פון די מוסרים אבער דאס איז אמאל זעכער אז די זוכסט מיט אלע מיטלען זיי ריינוואשן אפילו די ווייסט דעם ביטערן מציאות. און אז איך וועל דיר זאגן אז איינער פון אונזערע חשובע דיינים האבן יא געזעהן א קול קורא פון גדולי הרבנים און רבנים מיין איך לגמרי נישט זאלי רבנים! וואס וועסטו ענטפערן? און די סיבה פארוואס עס דרייט זיך נישט אויף דער גאס פארשטייט יעדער בר דעת וואס קען אביסל די פערשוינען.....
איך מיין אז דאס גאנצע לופטערן דא די פרשה ברענגט נישט קיין נוצן פאר קיינעם.
וועגן דעם "לאיער שווימער" האסטו נישט גענפערט און אויך נישט היתכן די באנדע האבן מפקיר געווען דמו של ידידינו הנגיד י.ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2006 16:32 |
|
| |
מיינע טייערע פריינט, בערקאוויטש און מלוה מלכה,
א גיט מארגן און א גוטע וואך,
ענטשולדיגט פאר ענטפערן אביסל שפעט,
נעכטן ביינאכט האבן מיר געהאט דא אין בארא פארק א הערלעכן דינער,
און איך האב אפילו נישט געפענט דעם קאמפיוטער,
נאכן זמן בין איך גלייך געלאפן אין זאל, ווייל איך בין דאך פון די עסקנים,
און ס'איז ב"ה געווען א מסיבה אזוינס און אזעלעכס, א סוקסעס למעלה מן המשוער,
דער רבי שליט"א האט געזאגט א דרשה וואס דער עולם האט זיך באלעקט די פינגער,
און א שיינער עולם האט נאך די דרשה מוסיף געווען מעכטיגע סכומים לטובת מוסדותינו הקדושים,
אבער וועגן דינער, נעקסט טיים, יעצט נחזור לענינינו,
בערקאוויטש, איך ווער שוין מיד פון דיינע BLANK STATEMENTS, דו באשולדיגסט מיך אין "ארגומענטן קעגן די פאקטן"
און נעמסט דיך נישט די מוה צוברענגען אפאר מראה מקומות, איבערצוצייגן די אויפריכטיקייט פון דיינע טענות, בעיקר האב איך הנאה געהאט פון דיין ענטפער "און אז איך וועל דיר זאגן אז איינער פון אונזערע חשובע דיינים האבן יא געזעהן א קול קורא פון גדולי הרבנים און רבנים מיין איך לגמרי נישט זאלי רבנים! וואס וועסטו ענטפערן? און די סיבה פארוואס עס דרייט זיך נישט אויף דער גאס פארשטייט יעדער בר דעת וואס קען אביסל די פערשוינען....." ווילסט באמת וויסן וואס איך וואלט געזאגט "אויב" דו וואלסט דאס געזאגט, איך וואלט געזאגט אז בערקאוויטש איז א גרויסער שקרן... (אגב: איך האב גערעדט מיט א חשובן דיין פון וויליאמסבורג, גראדע נישט א אהרוני, און ער זאגט מיר אז ער האט געזען א קול קורא פון אלע גדולי הרבנים פון וויליאמסבורג ווי זיי זענען קלאר מתיר דעם עירוב, נאר פארשטענדלעך געבן זיי דאס נישט ארויס פאר פחד פון איינעם טייטלבוים און איינעם גרינבוים, ווידער זאגט מיר א צווייטער חשובער דיין, אז ער האט אליין געזען א קול קורא אז די פלייש פון 82 בוטשער איז נבילה און טריפה ווייל דער בעל מכשיר פארשטייט בכלל נישט צו קיין ניקור, אבער פארשטענדלעך האבן זיי דאס מורא ארויס צו געבן, זיי צוטערן פון עפעס א באנדע "ראדני שלעגערס" (איך ווייס נישט פונקליך וואס דאס מיינט, אבער דאס איז זיין לשון), ועל כולם זאגט מיר א חשובער רב, מגדולי ההוראה, אז אלע רבנים האבן שוין געזען דעם קול קורא אינטערגעשריבן פון אלע גדולי הרבנים פון די עדה החרדית אין ירושלים אז גיין צו די בחירות אין ארץ ישראל איז א מצוה רבה און א חוב קדוש, אבער זיי האבן מורא דאס ארויס צו געבן פון פחד פאר די סאטמארע חסידים,)
גראדע אויס צו ליפטערן די גאנצע פרשה ברענגט יא א נוצן פאר יעדן, אויסער פאר קעסטענבוים און נאך אפאר רשעים, די שלעזינגערס באקומען הונדערטער פיוס טעלעפאן קאלס, אידן בעטן זיי איבער, זיי זאגן אז זייער שווייגן איז געווען עפעס א סימן פון שתיקה כהודאה, אבער אצינד זעהן זיי קלאר דעם אמת, אז קעסטענבוים פירט דא א מערכה נאר מיט איין ציל, זיי צו באגנבענען, צעווישו די רופערס זענען אפילו געווען עטלעכע דיינים און אפילו א רב פון א בית המדרש וואס האט צו געקיקט ווי מען איז מבזה איינעם פון די שלעזינגערס און האט נישט מוחה געווען, און אויף דעם האט ער זיי מפייס געווען, אלזא בערקאוויטש, די דיסקאשן איז זייער נוצלעך.
איך ווייס נישט וואס איך האב געדארפט ענטפערן אויף "לויער שוויממער", ס'איז נישטא קיין שום קשיות דערויף, די מעשה איז געווען ווען א רב א תמים איז געקומען צום נייטרא דיין מיט פאפירן אין די האנט, מיט גרויסע טענות הלמאי ער האט געזאגט אז די שלעזינגערס / שווימער זענען נישט קיין מוסרים, און ער ווייזט עם דאקאמענטן וואס מען האט עם געברענגט אז שוויממער האט איבערגעגבן פאר די רעגירונג הויפנס מיט מאטריאל ווי נפתלי האט באשווינדעלט די רעגירונג, דער נייטרא רב נעמט די פאפירן און האט גלייך געזען דעם בלאף, אז דער שוויממער איז גאר א לויער און נישט אונזער ישראל אלימלך, פרעגט דער נייטרא רב דעם רב, זאגס נאר, פארוואס האט מען אייך געשיק צו מיר, האט דער יעניגער נישט געקענט אליין קומען צו מיר?, גיט דער רב א שאקל מיט די פלייצע, זאגט דער נייטרער רב, איך וועל אייך זאגן, זיי האבן געוויסט אז מיך קענען זיי נישט נארן, און גיטס זיי איבער בשמי, אז זיי זענען עתיד ליתן את הדין, בערקאוויטש, איך האף אז אלעס איז פארענטפערט געווארן, ווייל אויב נישט, הייסטו נישט בערקאוויטש, נאר קעסטענבוים.
בערקאוויטש, איך ווייס נישט ווער ס'איז ידידינו הנגיד י.ל. לאמיך וויסן וועל איך פראבירן געוואויר ווערן וואס עס טיט זיך מיט זיין בלוט, איז דאס א עלילת דם, אדער יש דברים בגו, (טאמער ווילסטו ניש שרייבן ברבים וועגן דעם י.ל. קענסטו מיר שרייבן אין אישית).
איך גיי יעצט ליינען דעם נייעם קעסטענוים חיבור "אין קץ לדברי רוח" (האט דאס עפעס א שייכות צו פקודתו שמרה רוחי?), און איך וועל בל"נ שרייבן מיינע אבזערוואציעס, נאך פארן ליינען ווייס איך שוין אז דער חיבור איז איין שטיק "דברי רוח" ווייל איך קען די פרשה דורך און דורך, מיט יעדן סעיף קטן, און איך ווייס קלאר אז טראץ וואס זיי האבן עם זייער פיינט, און זענען אויף עם מלא טענות, און זיי האבן עם נישט געוואלט לאזן פארדינען פון זיין גניבה וגזילה, עם כל זה האבן זיי עם נישט געמסרט, און אויב איז זייער עדות'שפט יא בכלל מסירה, זענען זיי אויף די באטעם פון די ליסטע פון מוסרים, נאך קעסטענבוים, ווייזער, ברוין, גליקמאן, יאקאבי, ניימאן, ועוד ועוד, (און טאמער מעג איך אריין מישן סאטמאר, וואלט איך געהאט נאך א דאזן נעמען פון גרעסערע מוסרים, נאר מען האט געבעטן נישט אריין צו מישן סאטמאר, ופקודתו שמרה רוחי).
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2006 18:03 |
|
| |
יענקל, איז ישראל מיילעך שווימער באגלייבט?? פארוואס פרעג איך ווייל איך האב געהאט א לאנגע שמועס מיט איינעם דעם שב"ק און ער האט מיר פארציילט זאכן וואס ער האט געהערט פון שווימער אליין מיט א צייט צוריק וואס איז נורא נוראות מילד גערעדט! ער האט עם פונקטליך פארציילט ווי אזוי די שוואגער און זיין ווייב האבן עם אריין געדרייט און דעם עסק ביש און ווי אויך ווי אזוי מען האט אפגעשמועסט פונקטליך ווי אזוי די ליגענט זאל שטימען וכו' און די נאנטע קשרים זייערע מיט די רעגירונג במשך עטליכע יארן איך גיי נישט אפשרייבן דא אלע פרטים אבער הער גוט ער האט פארציילט אז זיי פלעגן רעדן מיט די רעגירונג טאג טעגליך און געזאגט פונקטליך ווי אזוי צו שיקן סובפינעס פאר אחב"י און ווי אזוי מען קומט אן צו דעם און צו יענעם איד ועוד ועוד! גלייב מיר אז יענער האט מיר נישט ליגענט געזאגט! די שאלה איז צו דער שווימער איז א בר סמכא?? ענטפער נערמאל אויב די ווילסטו אן מיר געבן א נייע פאמיליע נאמען.. אדרבה לאמיר זעהן צו מען קען זיך אדורך שמועסן ווי ערוואקסענע מענטשן.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2006 18:47 |
|
| |
אנטשי,
איך גלייב דיר בנאמנות
אז "יענער" האט דיר נישט ליגענט געזאגט,
ווייל דו האסט דאך "אליין" געבאקן די מעשה,
און דער ליגנער איז נישט קיין אנדערער ווי אשר אנשיל בן צבי,
אנטשי, STOP THE CRAP,
ווילסט רעדן ווי ערוואקסענע מענטשן און ברענגסט מיר קינדערישע שטותים,
וואלסט געוואלט הערן וואס איינער האט מיר דערציילט אז שוויממער האט עם דערציילט?
איך מיין אז נישט...
אגב, וואס דער שקרן, ליגנער און כזבן שוויממער האט געזאגט פאר דעם לויער
וואס איר האט עם אהין געשלעפט, איז יא אמת?
דעמאלטס איז ער יא געווען א בר סמכא???
חידה:
ווער האט מער גערעט צו די רעגירונג די לעצטע 20 יאר?
1) ישראל אלימלך שוויממער
2) נפתלי שלעזינגער
3) לעיזער קעסטענבוים
4) יצחק שלום ווערטיימער
דער געווינער באקומט א פרי טיקעט קיין האנג קאנג...
איך מיין אז איך האב דיר גענטפערט די נארמאלסטע לויט די אומשטענדן,
בעסער קען איך נישט, SORRY.
_________________
|
|
|
|
|