בית פורומים כל העולם כולו

קעסטענבוים שלייער אויפגעדעקט !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/12/2006 21:01 לינק ישיר 

וויפיל איך פארשטיי דארף דער מחבר פון אין קץ שוין דרוקן א פרישע אין קץ. איך זעה ווי די שלעזינגערס ברענגן דוקומענטן פון סוף 98 אנפאנג 99 ווי געוויסע מענטשען יודען און להבדיל נישט יודן האבן שוין געזינגען און גרויסן און דער אין קץ מחבר האלט נאך דארט אימיטן א טיפען שלאף און זיין ערשטע דוקומענט אויפן ערשטן בלעטעל ווי די  שלעזינעגרס כלומפרשט מסרן איז הערשט פון  3 יאר נאכדעם 01. 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2006 21:07 לינק ישיר 

 

פאקטן וואס דער קונטרס "דברי אמת וצדק" און עקזיביטס ווייזן קלאר איבער פאר יעדן וואס ליינט עס:

·        קיינער פון משפחת ר' יצחק שלעזינגער, ווי אויך קיינער פון די אנדערע צענדליגער אידן, וואס די גאווערמענט האט גערופן פאר עדות'שאפט, האבן נישט גע'מסר'ט ר' נפתלי'ן.

·        ר' נפתלי'ס לעגאלע פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן ווען אונטערגעקויפטע אינשורענס עדזשאסטערס האבן אונטער "אימיוניטי" פון די רעגירונג מודה געווען איבער זייערע אקטיוויטעטן אינאיינעם מיט ר' נפתלי.

·        די אלע צענדליגער היימישע אידן וואס זענען א דאנק דעם גערופן געווארן אויפצוטרעטן פארן געריכט, האבן בלויז געענטפערט וואס זיי האבן לעגאל געמוזט, און ע"פ הלכה געמעגט.

·        קיינער פון אונז האט נישט אויפגעטרעטן פארן געריכט א.ד.ג. מיטן פרייען ווילן. יעדער וואס איז אויסגעפרעגט געווארן, איז סובפינעט געווארן דורכן געריכט.

·        מיר, בני ר' יצחק שלעזינגער, זענען אין די פרשה אריינגעצווינגען געווארן קעגן אונזער ווילן. מיר האבן קיינמאל נישט געהאט גארנישט מיט דעם אונטערגרונד חלק פון די ביזנעס, און מיר וואלטן גראד אזוי ניטאמאל סובפינעט געווארן צום געריכט א.א.וו. ווען נישט וואס די באשולדיגטע האבן געוואלט זיך ארויסדרייען דורכן אנלייגן זייערע לעגאלע פראבלעמען אויף אונז.

·        וואס און וויפיל מיר האבן געענטפערט ביי די קרייץ פארהערן איז פריער דורכגערעדט געווארן מיט רבנים, וועלכע האבן אלעס באזונדער דורכגערעדט מיט א לאיער א שותמ"צ.

·        ר' נפתלי איז למעשה פאראורטיילט געווארן אויף גאר אנדערע קלאגעס ווי די אויף וועלכע מיר זענען בכלל אויסגעפרעגט געווארן.

·        זיין אורטייל איז געקומען צוליב אנדערע עדות'שאפטן פון עטליכע פון זיינע נאנטע, אריינגערעכענט זיין לאיער פון לאנגע יארן, וועלכע האבן אונטער א "פלי בארגען" אדער "אימיוניטי" אפמאך געמוזט "רעדן", כדי זיך צו ראטעווען, דורכן איבערווייזן פארן געריכט אז זיי זענען אריינגעדרייט געווארן אין די אומלעגאלע אקטיוויטעטן קעגן זייער ווילן.

·        עס זענען געווען פארשידענע אויסוועגן צו העלפן זיך ארויסדרייען אדער פארגרינגערן, נאר זענען דורך ר' נפתלי אפגעווארפן געווארן קעגן די אנווייזונג פון לעגאלע עקספערטן.

·        טראץ יארן-לאנגע רדיפות, אריינגערעכנט פיזישע אטאקעס, גזילות, מסירות, און נאכדעם וואס מיר האבן נישט געקענט גארנישט שליכטן ביי דין תורה צוליב גבר אלים א.ד.ג., און בעיקר דירעקטע מסירות קעגן אונז, מיט די קלארע ציל אונז אריינצוזען אין תפיסה, האט קיינער פון אונז נישט געטאן דאס וואס איז קעגן אונז געטאן געווארן וד"ל.

·        מיר האבן אייביג געזוכט שלום און געטאן אלעס אויף דער וועלט, אריינגערעכענט מערערע זאכן ווייט לפנים משורת הדין, דאס צו עררייכן (און הגם עס טוט זייער וויי צו ווערן באשולדיגט אין זאכן וואס זענען דורך די יארן גאר געטאן געווארן קעגן אונז, בארירן מיר עס זייער ווייניג בלויז בתורת "נ.ב.").

·        די באנייטע מערכה קעגן אונז, בני ר' יצחק שלעזינגער, האט גארנישט איינגעלייגט מיט ר' נפתלי און זיינע פראבלעמען. אונטער די גאנצע זאך שטייט א פרעמדער מענטש, מיט זייטיגע חשבונות, און גאר אנדערע נגיעות.

·        דער יעניגער האט א לאנגיעריגע רעפוטאציע פון טעראריזירן, מסר'ן, באשמוצן, אונטערקויפן און באגראבן מענטשן וואס שטייען אים אין וועג.

·       דער זעלבער האט אייגנטליך  א גרויסן חלק אין ר' נפתלי'ס הארבן תפיסה אורטייל.

די נגיעות וואס האבן געטריבן ר' אליעזר קעסטענבוים צו מסר'ן ר' נפתלי'ן און נאכדעם אונז באשמוצן זענען פארברעכעריש מעיקרא

דער אמת רעדט פאר זיך!

 

יעדע זאך איז באשטעטיגט מיט דאקומענטן. ליינט

און זייט אליין מחליט למי החותמת ולמי הפסולים

***לייענט און שטוינט***

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2006 21:21 לינק ישיר 

עס קאסט א שמייכל צו זעהן וויאזוי די מוסרים שיצער דרייען אהער און דרייען אהין און קענען מיט גארנישט אויפקומען עפעס ממשות צו באפעסטיגן זייערע הוילע רייד, דער יענקעלע דא איז דאך נעבאך שוין אן אלטער רחמנות, ווער עס געדענקט האט ער נאך אין חדשות אנ"ש פאראיארן שטענדיג געשיצט די מוסרים מיט געמיינקייט און געהאלפן שופך דם זיין פון א איד וואס זיצט נעבאך בחושך וצלמות נאך סאך פארדעם וואס ער איז ל"ע פאר'משפט געווארן צו לאנגע יארן. איך פערזענליך האב זיך שוין פון לאנג פארגענומען נישט אריין צו גיין מיט אים אין קיין ויכוחים, ווייל מיט א קינד איז נישט שייך צו געווינען, אז איינער וויל וויסן דעם אמת קען ער דאך עס קלאר זעהן, אז איינער וויל זיך דוקא געפונען אויף איין זייט מיט די ערגסטע חברה זאל אים וואויל באקומען, איך בין נישט מקנא זיין גיהנום - אבער ער האט א בחירה און אז עס שמעקט אים צו זיין פון די יעניגע זאל ער טון וויאזוי ער פארשטייט, אבער מיט א נעריש יונגל... מיט אזא איינעם קען מען אין ערגעץ נישט אנקומען... (ווער געדענקט נאך ווי ביים אפיעל געריכט אין די סאטמארע מחלוקה האט ער דא געבויעט תילי תילים מיט בויך סברות וואס עס גייט זיך אלץ אפשפילן אין געריכט און פונקטליך וואספארא אופנים די ריכטער וועלן פסק'נן אז עס איז געגאנגען א רויעך און אלע זיינע ידידים האבן צוגעשאקעלט מיט'ן קאפ ווי בהמות כאילו עס רעדט דא עפעס א וועלט'ס ליגעל עקספערט, ווען דער פסק איז ארויס געקומען און די קינדערישע דמיונות איז צופאלן ווי א זייפן בלאז - איז דער חכם דנן נעבאך נעלם געווען אז מען האט אים פאר קיין געלט נישט געקענט אפגעפונען...) אז איינער וויל האבן א פארשטענדליכער ויכוח, זאג איך אים הננו, איך בין דא צו דעבאטירן דעם ענין ווי ערוואקסענע מענטשן. די אונטערשטע שורה נאך די אלע ספינעריי און פארבריצירטע שקרים ווילן די אלע קאפ פארדרייער נישט ענטפערן די פשוט'ע קשיא וואס איז קלאר פאר יעדן וואס ליינט נאר אביסל די אריגענעלע געריכט דאקומענטן: האט אביגדור שלעזינגער גע'מסר'ט? האט ישראל מיילך שווימער גע'מסר'ט? "יא" אדער "ניין"? נישטא קיין שום אנדערע תשובה דא. It's a YES or a NO. אריין דרייען קעסטענבוים, פארדרייען דעם קאפ מיט אן אומשולדיגן ארבעטער ווייזער (וואס האט נעבאך געמוזט דורך גיין שבעה מדורי גיהנום לכבוד די מסירות, און וואס יעדער פארשטייט אז גאנץ זיכער אלעס וואס ער האט געזאגט איז גאנץ זיכער געווען אדעתא פון זיין בעל הבית) וועט נישט ארבעטן, לו יהא For arguments sake אז קעסטענבוים איז דער ערגסטער באשעפעניש בדורינו (נאך פון 1991!...) און אז ווייזער איז א געפערליכער בחור (ווייל ער האט געזאגט אז מען האט נישט געמעגט דארט רייכערן!), לו יהא לשיטתכם, איז דאס נאך אלץ נישט קיין תשובה אויף די פשוט'ע שאלה פון וואס מען דרייט זיך ארויס צו ענטפערן: האט אביגדור שלעזינגער גע'מסר'ט און אנגערופען די אינשורענס קאמאפני? האט ישראל מיילך שווימער גע'מסר'ט און איז געווען צוזאמען מיט אביגדור דער איינציגסטער עדות אויף Job Well Done? "יא" אדער "ניין"? Stop beating around the bush.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2006 21:45 לינק ישיר 

אידש קינד

איך האב נישט געוויסט אז מקען דורך גיין שבעה מדורי גיהנום. און אויב איז שייך  דורך צו גיין שבעה מדורי גיהנום? ווער איז בארעכטיגט פאר דעם טיטול. און ווער איז נישט. און אגב די ענפערסטו נישט אויף די פאקטן אזוי ווי אייביג ביז אהער. 

אין איך וועל דיר יא ענטפערען !! אז ניין זיי זענען נישט קיין מוסרים לויט די ביידע קונטריסים אזוי ווי איך האב געשריבן איובען.

1 ) 98 די פייער 

2)99-01 די מסירות פון יעדעם חוץ פון די שלעזינגערס 
 
. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2006 22:01 לינק ישיר 

געהאקטע צרות, דו ענטפערסט ווייטער נישט צום פינטל, נאר ביסט ביזי מיט אנדערע מסירות פון יעדען חוץ די שלעזינגער'ס וכו', זייזשע אזוי גיט און ענטפער קלארע ווערטער: ווען אביגדור שלעזינגער האט אנגערופען די אינשורענס קאמפאני, איז דאס געווען מסירה, יא אדער ניין? ווען אביגדור שלעזינגער האט עדות געזאגט אז ער האט אונטערגעהערט נפתלי זאגן Job Well Done איז דאס מסירה יא אדער ניין? ווען ישראל מיילך שווימער האט עדות געזאגט אז ער האט אונטערגעהערט נפתלי זאגן Job Well Done איז דאס מסירה יא אדער ניין? שרייב מיר נישט קיין טעמים מיט קיין סברות, ערשט ענטפער אויף די שאלה, אדער יא אדער ניין. איך פרעג א פשוט'ע קשיא, אז דו ווילסט באהאנדלען אנדערע ענינים, מה טוב ומה נעים, ערשט לאמיר אנהייבן מיט א סדר על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2006 22:11 לינק ישיר 

אידיש קינד,
NICE TRY,
ביסטו דער גיהנום מענדזשער,
און וואס איז מיט לעיזערס קעסענבוים'ס גיהנום, ביסטו מקנא, יא צו ניין,
איך ווייס נישט וואס איז אזוי שווער אנצוצייגן מיט וואס אביגדור און ישראל מיילך זענען מוסרים?
דו וועסט האלטן דרשות, דו וועסט מיך שוינען, וועגן די סאטמארע קעיס,
אבער דו וועסט בשום אופן נישט ענטפערן מיט וואס זיי זענען מוסרים,
מען זעט קלאר אז איר האט א אגענדע
צו פארדעקן די גנבות וגזילות פון נפתלי ושותפו לעיזער קעסטענבוים,
ס'איז אמת אז די שלעזינגערס האבן עם פיינט,
ווייל ער האט זיי און זייער טאטן באגאנבעט,
יא, אביגדור האט אנגעקאלט די אינשארענס קאמפאני, כדי נפתלי זאל נישט פארדינען פון זיינע גניבות,
און ווען זיי האבן געפרעגט פארוואס ער גייט נישט צו די אינסטאנצן, האט ער געענטפערט אז דאס וויל ער נישט טון,
דאס איז בפירוש די טעסטימאני פון די אינשארענס קאמפאני און פון דעם אינוועסיגעיטאר,
אויב דאס הייסט מסירה, זענען די אנדערע וואס האבן בפירוש עדות געזאגט אויף נפתלי'ס פאברעכן'ס פיל גרעסערע
מוסרים, און אינטרעסאנט אז פאר זיי ביסטו גרייט מוחל צו זיין, און ווילסט נאר רעדן פון נפתלי'ס קרבנות,
וואס לאזן זיך נישט פון עם און פון לעיזער,
האסט אמאל געלערנט, וואס מיינט בור כרה ויחפרהו, הא?,
דער נפתלי האט נעבעך געכאפט א ביטערן עונש, א מעכטיגן עונש, זאל דער באשעפער העלפן 
אז נפתלי צבי בן חי' רבקה  זאל זיך קענען ארויס דרייען ביים אפיעל,
און זאל ארויס גיין לחירות בקרוב ממש,
אבער אנלייגן אויף יי דעם שולד איז אבסורד,
ווער עס האט מיט געהאלטן דעם טרייעל ווייסט קלאר אז נאר ער אליין איז זיך שולדיג אין זיין הארבן אורטייל,
בו בזמן וואס די אנדערע זענען אפשר שולדיג אין גרמא בניזקין,
און ביי דעם זענען זיי די שלעזינגערס די ווייניגסטע שולדיג,
אמת זיי האבן טעסטיפייד מיט א שנאה צו עם,
אבער פאר דעם איז מען נאכנישט קין גרעסערער מסור פון איינעם וואס האט טעסטיפייד קלאר
און דייטליך אויף זיינע פאברעכענס נאר ווייל זיי האבן באקומען אימיוניטי,
דער פאקט איז אז אויב לאזן זיי לעיזער האבן בעטלאן ווערן זיי אוטומאטיש אויס מוסרים,
לעיזער האט דאס זיי קלאר באפוילן, אבער זיי זענען קלוגער פון דעם,
יעצט קענסטו מיך נאך אביסל שוינען,

 


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2006 22:12 לינק ישיר 

אידיש קינד קאלן א אינשורנס קאמפאני איז קלאר נישט קיין מסירה, הערסט גוט, און אדרבה, ברענג אראפ די צעטליך וואס די נפתלי חברה האבן ארום געשיקט, ווי מען קען קלאר ליינען, אז דער אינשורנס קאמפאני זאגט אז די קינדער פון ר' יצחק ע"ה ווילן נישט מסר'ן ממילא קומען זיי צו די אינשורנס קאמפאני, אדרבה אידיש קינד, לייג עס דא ארויף, זאל עס דער עולם ליינען און וועגן ר' אביגדור און ר' ישראל אלימלך שלענזינגער עדות'שאפט, וועל איך איבערגעבן זייער ענטפער און דאס איז "אויב איז דאס מסירה, האט מר. און מרס. גליקמאן אויך גע'מסר'ט, האט ר' יוסף ניימאן גע'מסרט, און אלע אנדערע, און אויב איז דאס נישט מסירה האבן די אנדערע אויך נישט גע'מסר'ט און אנטשולדיגט פארן האבן די חוצפה צו פארלאנגן, אז פאר די נעמסט ארויף שטיקלך פון די עדותשאפט פון ר' יצחק ע"ה קינדער, זיי מוחל און לייג ארויס די עדותשאפט פון די אנדערע און זאל יעדער זעהן ווער עס האט געזאגט וואס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2006 22:18 לינק ישיר 

און יענקעלע די חברה האבן נישט געהאט קיין שכל, און אין דעם צווייטן צייטונג קען מען דאס קלאר ליינען, אז ר' יצחק קינדער [איך געדענק נישט ווער פון זיי] האבן קלאר געזאגט פאר די אינשורנס קאמפאני אז זיי ווילן נישט מסר'ן איי מוסר ממון חבירו, איז דאס די עיקר פראגע, וואס ר' נפתלי און לייזער מענטשן ווילן בשום אופן רעדן, וויאזוי האט זיך די מחלוקה אנגעהויבן זענען ר' יצחק און ר' נפתלי געווען שותפים, יא אדער ניין און אידיש קינד, מיין פערזענליכע געפילן, איך האב מער געשוינט ר' יצחק ע"ה ווען ער איז אויסגעגאנגן ווי א ליכט ל"ע, און ער האט נישט קיין געהאט קיין אינשורנס ווייל דער ריש שין עין נפתלי שלעזינגער האט אזוי געוואלט, ווי צו שוינען ר' נפתלי שלעזינגער דער גבר אלים, וואס איך און אנדערע דארפן אים העלפן ווייל די הלכה פארלאנגט אזוי, נישט ווייל יושר זאגט אזוי, נאר ווייל ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 17:29 לינק ישיר 

                                                                     2100



 HERE YOU SEE CLEAR HOW SAMUAL SON OF NAFTALI MASSER'S HIS OWN FATHER

 

 HE SAYS HIS FATHER USED HIS POST OFFICE BOX FOR FRAUDELENT ACTIVITY 

             1           THE COURT:  Please call your next witness.

 

             2           MR. FERAZANI:  At this time the government would                                                                  

             3  like to read three stipulations previously admitted in

 

             4  evidence.

 

             5           The first stipulation --

 

             6           THE COURT:  First, let me explain what a

 

             7  stipulation is.

 

             8           Members of the jury, a stipulation means that

 

             9  both sides have agreed upon these facts and that they are

 

            10  true, and that no additional proof need be submitted.  You

 

            11  may accept these facts as being true.

 

            12           MR. FERAZANI:  Thank you, your Honor.

 

            13           Stipulation 1, marked as Government's Exhibit

 

            14  GM-74.

 

            15            "It is hereby stipulated and agreed by and

 

            16  between the United States of America, by Assistant United

 

            17  States Attorney Lawrence Ferazani, Jr., and the defendant

 

            18  Nat Schlesinger and his attorney, Douglas Burns, that if

 

            19  Samuel Schlesinger were called to testify at this trial,

 

            20  he would testify that he is Nat Schlesinger's son.

 

            21           "He would further testify that he is the renter

 

            22  of a post office box located in Munsey, New York, which

 

            23  was used primarily for Samuel Schlesinger's public

 

            24  adjusting company.

 

            25           "He would also testify that several years ago he

 

 

 

                      OWEN M. WICKER, RPR     OFFICIAL COURT REPORTER 


 

                                                                     2101

 

 

 

             1  would receive mail addressed to Western Industries at that

 

             2  Post Office box."

 

             3           With your permission, your Honor, I'd like to

 

             4  publish this stipulation.

 

             5           THE COURT:  Yes.

 

             6           (The aforementioned document(s) were published to

 

             7  the jury.)

 

            

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 19:17 לינק ישיר 

איך האב נישט דורכגעלייענט וואס "אידיש קינד" ברענגט. איין זאך וואס ווארפט זיך מיר גראד אין די אויגן איז, אז דאס איז עפעס א "פרעס רעליעס" פון דער פייער דעפארטמענט, און איך ווייס נישט אויף וויפיל אזא זאך איז מאסגעבנד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/12/2006 02:18 לינק ישיר 

           U.S. Department of Justice

United States Attorney

Eastern District of New York

One Pierrepont Plaza

Brooklyn, New York 11201

Mailing Address: 147 Pierrepont Street

Brooklyn, New York 11201

 

March 23, 2006

 

By Electronic Case Filing (ECF) and Facsimile

 

The Honorable Arthur D. Spatt

United States District Court Judge

Eastern District of New York

1024 Federal Plaza

Central Islip, New York

 

Re: United States v. Schlesinger, et al.

Criminal Docket No. 02-485 (S-1)(ADS)

 

Dear Judge Spatt:

 

The Minnesota SBA ''investigation'' consisted

of a complaint filed by the defendant's son,

Sam Schlesinger, in which Sam Schlesinger told the SBA that he believed that Victor

Schlesinger and Gary Schlesinger had submitted a fraudulent application for an SBA loan in Minnesota.

 Notably, Sam Schlesinger advised the SBA that he wanted to remain confidential and asked that they not divulge his participation in the investigation.

As a result of the defendant's son's ''tip,'' the SBA obtained bank records and corporate records of the company alleged to have  submitted the fraudulent application and in which Sam Schlesinger alleged Victor Schlesinger had a role..




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 22:00 לינק ישיר 

האט איינער די גאנצע טעסטימאני פון אביגדור שלעזינגער ביים טרייעל? ביטע ארויפלייגן. 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2006 00:54 לינק ישיר 

אשר-אנשיל נאט אייך לייענט עס גיט דורך

http://download.yousendit.com/0CC1BAAB1D628A29




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2006 01:25 לינק ישיר 

הייסט דאס מסירה?
הערשל נידערמאן זאגט עדות אין געריכט אז ר' נפתלי שלעזינגער האט גיפעלשט זיין חתימה אויף אויספירן גזילה אקטיוויטעטן





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2006 16:48 לינק ישיר 

הערשל נידערמאן איז נעבעך א דאפעלטער קרבן אין די פרשה,
נפתלי האט DOMINATED דעם הערשל נידערמאן,
ער האט עם באגנבעט 450 טויזענט דאלאר וואס ער קען זיך פון דעם געזעגענען,
און וואס ער האט פארדינט פון דעם איז קייטעלעך אויף די הענט צוזאמען מיט נפתלי,
ס'האט נישט געפעלט קיין סאך ער זאל נעבעך אויך ווערן פאר אורטיילט אויף נפתליס פאברעכענס,
נאר ממש מיט חסדי השם האט ער זיך ארויס געדרייט,
און אצינד, אנשטאט איינצוזעהן ווער עס האט עם אזוי מיאוס באגראבן,
באשולדיגט ער גאר די נעפיוס, איי ווער האט געפעלטשדט זיין אינטערשריפט?,
ווער האט עם באגאנבעט, הא?, נפתלי אדער די נעפיוס?
אבער ווי געשריבן, נפתלי האט מיט עם געמאכט, כל מה שליבו חפץ,
און דאס איז ווייל נפתלי האט געוויסט היפש סודות אויף דעם הערשל, און פאר דעם
האט ער אזוי מורא געהאט פאר נפתלי'ן,
און ער לעבט נעבעך נאך אלץ אין דעם פחד,
סא, ניין, הערשל איז נישט קיין מסור, ער האט קלאר געמעגט זאגן אז ער האט דאס נישט
אינטערגעשריבן, און דאס מאכט עם נישט פאר קיין מסור,
וואס ער איז יא, איז ער איז נעבעך א גרויסער רחמנות, ער קען נעבעך נישט
ארויס קלאפן די פאביע אז נפתלי גייט עם צופיקסן. און גייט אויסזאגן אלע סודות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קעסטענבוים שלייער אויפגעדעקט !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.