בית פורומים כל העולם כולו

קעסטענבוים שלייער אויפגעדעקט !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/12/2006 18:30 לינק ישיר 

OK בערקאוויטש,
איך זע אז איך קים מיט דיר נישט אן אין ערגעץ,
דו ביסט גערעכט ווייל... "איך" האב פעפערס אין מיין באזיץ,
איי, די פאפירן וואס איך פארמאג, האב איך דאך געזען, און לויט מיינע פאפירן
האלט איך וגם לרבות אלע רבנים ודיינים אז די נעפיוס זענען נישט קיין מוסרים,
קומסטו און שרייסט אז "דו" האסט פאפירן וואס צייגן אז זיי זענען יא מוסרים,
האב איך רעספעקטפאלי פארלאנגט אז דו זאלסט דאס פליעז ארויס שטעלן כדי
יעדער זאל זעהן און קענען מחליט זיין ווער עס איז גערעכט, קומסטו ווייטער צו "מיינע"
פאפירן...

סא, בלייבט תיקו, יענקעלע מיט אלע רבנים ודיינים האלטן אז די נעפיוס זענען "נישט" קיין מוסרים,
און בערקאוויטש, אידיש קינד מיט נאך געציילטע שרייבערלעך האלטן אז זיי זענען "יא" מוסרים,
אצינד, LETS GO TO THE NEXT STEP, איז ווייזער א מסור? איך מיין אז דא וועלן מיר
האבן א גרינגער פעלד, אני כשלעצמי האלט אז ער איז נישט קיין מסור, ווייל כאטשיג זיין עדות
זאגן איז געווען די הויפט סיבה פארן טרעפן דעם ר' נפתלי שולדיג, אזוי ווי דער שופט שרייבט
קלאר אין זיין פסק, עם כל זה איז לדעתי הייסט דאס נישט קיין מסירה,
אבער איך דארף מודה זיין, אז דא מיין איך אז דו וועסט מיך פיל גרינגער קענען איבערצייגן
אז פילייכט איז ער יא א מסור, LETS START...

און ווי באלד מיר וועלן פארטיג זיין מיט ווייזער, וועלן מיר אי"ה ממשיך זיין, מיט אליעזר קעסטענבוים
גליקמאן, ברוין, יאקאבי, וכו' וכו', און דערנאך צו אנדערע מסירות פרשות, יעקב הערש שעהנפעלד,
אביש וויינבערגער, ווערטהיימער, מענדל שוויממער קר"י, מענדל שוויממער ב"פ, זלמן לייב וואלדמאן,
יוסל וואלדמאן, וכו' וכו', ביים ענדע וועלן מיר ביידע זיין די גרעסטע מסירה מומחים אין כדור העולם... 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2006 19:13 לינק ישיר 

בערקאוויטש

אלץ א צוקוקער רוב צייט, וואלט איך דיר געוואלט פרעגן [אידיש קינד] לאז איך פאר אנדערע,

ביזטו גרייט דורכצוגיין דעם ענין אינגאנצן פון אנהייב און איבער אלעם,

אדער

ווילסו רעדן נאר די 'הלכה' חלק פון הלכות 'מסירה' בפרטיות, אבער איבער "יעדן", ווצב"ש די שוועסטער און שוואגער גליקמאן, דער מענעדזשער ווייזער, ר' יוסף ניימאן, ר' הערשל נידערמאן, און די חתנים ר' נפתלי מיט זיינע קינדער, און אלמנת ר' יצחק מיט אירע קינדער, איינס ביי איינס, מיט דאקומענטן פונקטליך, וואס מען האט געזאגט, [קענסט מיר אלעס שיקן אויף די פאסט, אדער פעקסן, אנאנים, איך האב יא א סקענער] און נאכדעם באהאנדלן אונזער מיינונג אויב דאס איז מסירה [נישט דעת תורה נאר  דעת בעל הבית] און ווי אזוי מיר האלטן אויב יעדעס עדות'שאפט, איז געווען מסירה, איז עס געווען שעדליך פאר ר' יצחק אדער פאר ר' נפתלי, האט יענער גערעדט פרייוויליג, האט יענער גערעדט צופיל

בכל אופן, אויב ביזטו מסכים אנצוהייבן די גאנצע מעשה פון אנהייב פון די שותפות/נישט שותפות איז מיר אוודאי גוט, ווייל איך האלט, אז אנדעם קען מען נישט באהאנדלן די איבעריגע חלקים

ווייל אויב זאל מען קומען צו די מיינונג אז נפתלי איז באמת בעל הבית, און ער האט נישט אויסגעטאן נאקעט ר' יצחק, פון זיין געלט, האט און גוטס, דאן איז ווי פארשטענדליך אז גיין אנקאלן די אינשורס קאמפאני און זיי זאגן, מיר ווילן טאן אלעס וואס מעגליך אז איר  זאל דעם נפתלי נישט געבן קיין דאלער, איז מסירה [הלכה'דיג] רשעות און רציחה און וואס נישט

מה שאין כן, אז מען זאל קומען צו די החלטה, אז באמת זענען זיין געווען שותפים, און נפתלי אלץ גבר אלים, האט פשוט געטאן מיט ברודער די ארגסטע וואס מען קען, אוועק נעמען די געלט, זיכער מאכן אז טראץ וואס ר' יצחק איז ביטער קראנק געווען זאל ער נישט האבן קיין אינשורס, די לייף אינשורס האט ער איבערגעשריבן און עס אויסגעליידיגט, די נכסים האט ער אוועקשפאצירט דערמיט און די ליסט גייט ווייטער בנו החביב האט פיזיש טעראזירט זיין שכן שווימער חתן ר' יצחק, עד אין שיעור וארך, און בני משפחת ר' יצחק  זענען געגאנגן צו בתי דינים, רבנים, עסקנים און קיינער  האט זיי נישט געוואלט אדער געקענט העלפן, דאן איז זייער גרינג צו קומען צו א מיינונג אז גיין צו די אינשורס קאמפאני איז געווען 'מותר לכתחילה' [הלכה'דיג] דזשאב וועל דאן, ערליך פארדינט, און עס איז מעגליך אז אפילו גיין לכתחלה צו די רעגירונג, פייער דעפארטמענט, גרענד דזשורי, פאליציי, דיסטריקט אטורני, איז אויך נישט קיין עבירה, סיי אלץ גבר אלים, סיי אלץ לא ציית דינא, סיי אלץ מוסר מותר למסרו, און די גאנצע הכצעקתה האט מיט קיין הלכה נישט קיין שייכות

דעריבער טייערער בערקאוויטש, אויב ווילסטו באמת, אדער סיי ווער, אפמאכן איינע פון די צוויי מהלכים
איינס, די גאנצע פרשה, ווי פארשטענדליך מיט די מאקסימום פאקטן און דאקומענטן
צוויי. די עדות שאפט פון "יעדן" און טאקע נאר מיט דאקומענטן

בין איך גרייט צו זיין דא דער פארטרעטער פון משפחת בני ר' יצחק






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2006 19:30 לינק ישיר 

העבר אין,
עקסעלענט ! ! !
זייער צודערזאך געשריבן,
אבער איך האף אז דו האלסט דיר נישט דיין אטעם
ווארטענדיג אויף א אנטווארט פון בערקאוויטש,
ווייל מיר ווייסן דאך אלע דעם ענטפער,
דעם בערקאוויטש באדערט  מסירה
ווי מיך באדערט אז דער קאליפארניע פרי-וועי האט אכט לעינס,
אבסעלוט גארנישט, I COULD CARE LESS,
דעם בערקאוויטש באדערט נאר די שלעזינגערס,
אז זיי האבן די חוצפה צו פארלאנגען פון לעיזער קעסטענבוים זאל צוריק געבן
זייער פארמעגן וואס ער מיט נפתלי האבן זיי באגנבעט,
בערקאוויטש האט א אגענדא אקעגן זיי און וועט נישט רעדן פון עכטע מסירה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2006 21:42 לינק ישיר 

העבר _אין,

בעצם פיין געשריבען, איך וויל אבער מיט דיר קודם עפעס אויסשמועסן און אדרבה לאמיר הערן צו בין איך גערעכט צו נישט, די טראגסט זיך אן צו זיין א פארטרעטער פון משפחת ר' יצחק ש. נו בעצם נישט קיין שלעכטער רעיון, נאר ראשית לאמיר קלאר מאכן וואס דער שמועס איז דא און זעהן טאקע צו מען קען האבן א דעבאטע ווי ערוואקסענע מענטשן.

דער שמועס דא האט זיך אנגעהויבן היות משפחת הנ"ל האט דא ארויפגעלייגט א ביכל פון איבער זיבעציג זייטן אויפצוקלערן זייער זייט אז לא דובים ולא יער זיי זענען קיין מוסרים קיינמאל נישט געווען און עס איז פשוט און פראסט א "קעסטנבוים שפיל לדבריהם" נו האב איך אזוי ווי אנדערע דורך געליינט דאס קונטרס און זיך געוואלט איבערצייגן וואס דא גייט פאר, איז שפעטער דא ארויפגעלייגט געווארן עטליכע דאקומענטן וואס אינהאלט טאקע א סך הכל פון קארגע צעהן זייטן אבער וואס זאגט לכאורה זייער אסאך (וואס עפ"י רוב האב איך שוין געזעהן אונעם "אבן מקיר תזעק") און פרעגט אפ מורא'דיג שטארק זייערע ערשטע און יסודית'דיגע באהויפטונגען וואס אונעם אריינפיר פון דעם "אמת וצדק" שטייט (נאר טאקע די ערשטע פאר נקודות קודם) ווי פאלגענד:

   

פאקטן וואס דער קונטרס "דברי אמת וצדק" און עקזיביטס ווייזן קלאר איבער פאר יעדן וואס ליינט עס:

·        קיינער פון משפחת ר' יצחק שלעזינגער, ווי אויך קיינער פון די אנדערע צענדליגער אידן, וואס די גאווערמענט האט גערופן פאר עדות'שאפט, האבן נישט גע'מסר'ט ר' נפתלי'ן.

·        ר' נפתלי'ס לעגאלע פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן ווען אונטערגעקויפטע אינשורענס עדזשאסטערס האבן אונטער "אימיוניטי" פון די רעגירונג מודה געווען איבער זייערע אקטיוויטעטן אינאיינעם מיט ר' נפתלי.

·        די אלע צענדליגער היימישע אידן וואס זענען א דאנק דעם גערופן געווארן אויפצוטרעטן פארן געריכט, האבן בלויז געענטפערט וואס זיי האבן לעגאל געמוזט, און ע"פ הלכה געמעגט.

·        קיינער פון אונז האט נישט אויפגעטרעטן פארן געריכט א.ד.ג. מיטן פרייען ווילן. יעדער וואס איז אויסגעפרעגט געווארן, איז סובפינעט געווארן דורכן געריכט   

איז אזוי, יעדער האט געזעהן זייער קלאר און די צעהן דאקומענטן דאס פאלגענדע:

א) אביגדור ש, האט אנגערופען די אינשורענס קא. און געזאגט אז זיין פעטער האט געמאכט די שריפה, און געשריבן ליגענט אינעם קלעים!

ב) א "פרעס ריליעס" וואס זאגט זייער קלאר ווער האט געמאכט דאס "דורךברעך" צו דעם אינוועסטיגעשאן!

ג)  אביגדור זאגט דאס זעלבע פאר א "גרענד דזשורי"
 
ד) ער זאגט זייער קלאר פאר די "גרענד דזשורי" אז  ער איז געגאנגען "פרייווילעגערהייט" צו "לאו אינפארסמענט" !

ה) שווימער פארציילט קלאר אז ער איז געגאנגען צו די "גרענד דזשורי" אן קיין "סובפינע"!

ו) דער שופט ווייזט אן קליפ און קלאר זייער עדותשאפט אויף "ארסאן"!


איז פרוביר איך מיט אלע כוחות צו באקומען א נערמאלן תשובה אבער אן ערפאלג, און איך זאג גאר בלענק סטעיטמענטס?? 

איז פארוואס זאל איך ממשיך זיין צו גיין ווייטער צו אנדערע פאונטס אז מען קען גיין און אפשרייבן אזעלעכע אפענע ליגענטס? איז אויב קען איך באקומען א נערמאלען תשובה איז דאס סתם פוסטע ליגענט יא אדער ניין??? און אויב נישט פארוואס נישט??? איז דעמאלט האט א זינען צו גיין ווייטער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2006 22:07 לינק ישיר 

סא בערקאוויטש,
איז ווייזער א מסור צו נישט?
איך זיך עפעס א רמז צעווישן די שורות,
און איך טרעף נישט,
ביטע באלייכט אונז די אויגן,
און ערקלער
איז ווייזער אסור צו נישט???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2006 23:05 לינק ישיר 

יענקעל איך בין געקומען צו די מסקנה אז די האסט נישט וואס צו ענטפערן!

Sorry




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2006 23:50 לינק ישיר 

יענקל שרייבט: דף 3

בעיקר האב איך הנאה געהאט פון דיין ענטפער "און אז איך וועל דיר זאגן אז איינער פון אונזערע חשובע דיינים האבן יא געזעהן א קול קורא פון גדולי הרבנים און רבנים מיין איך לגמרי נישט זאלי רבנים! וואס וועסטו ענטפערן? און די סיבה פארוואס עס דרייט זיך נישט אויף דער גאס פארשטייט יעדער בר דעת וואס קען אביסל די פערשוינען....." ווילסט באמת וויסן וואס איך וואלט געזאגט "אויב" דו וואלסט דאס געזאגט, איך וואלט געזאגט אז בערקאוויטש איז א גרויסער שקרן...

יענקל שרייבט: דף 7

קיין איין ערענסטער רב, קיין איין דיין איז נישט ארויס
אקעגן די נעפיוס, אויסער אפאר יחידים תמימי לב, וואס ווערן זייער עמפינדליך צו "מסירה" און אפילו זיי
האבן זיך שוין איבערגעצייגט מיט די דברי אמת וצדק ווער עס איז גערעכט, למי החותמת ולמי הפסולים,
און זענען זיי געקומען מפייס זיין אין גרויסן.
 
קען זיין אז איך האב געכאפט יענקל ביי א סתירה????

יענקל די ביסט נישט נאמן אפילו וויפיל אזייגער עס איז יעצט..

ידידו הק' אשר אנשיל ק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2006 00:09 לינק ישיר 

פון די אנדערע זייט זעה איך אז בערקאוויטש זאגט איבער די זעלבע זאך 10 מאל נאכדעם וואס ער האט שוין באקימען עטליכע מאל א תשובה,

און יעצט צום עלעפטען מאל:

1) גיין צו די אינשורענס קאמפעני איז קלאר נישט קיין מסירה,

2) די אינשורענס קאמפעני זאגט קלאר אז משפחת ר' יצחק ע"ה וויל נישט קימען עדות זאגען,

3) ס'איז דא אראפגעברענגט געווארן קלארע דאקימענטן פון די סעפינע'ס,

4) די שופט שרייבט ארויס קלאר אז אפילו ער ווארפט ארויס אלעס וואס די משפחת ר' יצחק ע"ה זאגט ווערט ער געפינען שילדוג,

יעצט פרעג מיין קינד ווייטער...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2006 00:25 לינק ישיר 

בערקאוויטש! מיט יענקל  קענסטו זיך נאך אפשר פארמעסטן אבער נישט מיט my_pen...

ער ענטפערט קורץ און שארף און ממש גענוי וואס די האסט געפרעגט.....

אויף אזוי ווייט אז ער איז גאר גרייט אן קיין שום פראבלעם אויף נאך פראגעס.....

די שאלה איז האסטו נאך פראגעס פאר my_pen  ?

די ווילסט אז ער זאל נאכאמאל אראפ ברענגן "קלארע דאקומענטן"? ער איז גרייט.......

   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2006 17:33 לינק ישיר 

רבותי, אין פארבערייטערונג צום ענדע יאר אויפ'ן גויאישען קאלענדאר, נאט אייך די Quote of the Year:

יענקעלע: "איך האב געקריגן אריבער 60 תגובות אין אישי מיט קאמפלימענטס" .... 

YOU MADE MY DAY!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2006 23:47 לינק ישיר 

אנטשיל, NICE TRY,
אבער איך לאז מיך נישט אריינשלעפן אין דיין נארישן וויכוח,
למעשה האט זיך יעדער וואס האט א מוח בקדקדו איבערגעצייגט,
עם מי האמת, און ווער עס איז דא נאר פאר איין ציל, מיט שקרים און כזבים, און איגנארירט ריינע קלארע פאקטן,
דער שופט שרייט חי וקיים אז די עדותשאפט פון די נעפיוס האט בכלל נישט אויס געמאכט,
און אפילו מען ווארפט ארויס די גאנצו טעסטימאני פון זיי וועט די רעזאלטאט זיין די זעלבע,
אלזא: לויט דעם שופט = נישט קיין מוסרים,
לויט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א זענען זיי - נישט קיין מוסרים,
לויט הרה"ג רבי יצחק מאשקאוויטש שליט"א רב דקהל נייטרא - נישט קיין מוסרים,
לויט ר' יענקעלע פון בארא פארק - נישט קיין מוסרים,
קומען צוויי בני בלי שם און פראבירן מיט פארשידענע דריידליך און נארישע בויך סברות
אויסשרייען אז זיי זענען יא מוסרים, נו, אצינד זעט שוין איעדער למי החותמת ולמי הפסולים,
(יא, איך האב שיעור נישט פארגעסן אייער מעכטיגע סברה פארוואס זיי זענען יא מוסרים
"ווייל עס איז נישטא קיין שום כתב אדער קול קורא פון קיין איין רב אז זיי זענען "נישט" קיין מוסרים",
כא... כא... כא... מורא'דיג זיס...)
 אבער געוואלד אז מיר קענען זיך נישט פאראייניגן אויף דעם איינצלען פונקט, דארף מען דען שוין אויף געבן
אונזער ווייטערדיגע דיסקאציעס?, פארוואס זאלן מיר נישט ווייטער גיין און מברר זיין צו לעזער קעסטענבוים,
אברהם יוסף ווייזער, יוסל ניימאן, נעפיו יאקאבי, מחותן ברוין, שוואגער און שוועגערין גליקמאן, הערשל נידערמאן, וכו'
 וואס האבן אזוי קלאר און דייטליך עדות געזאגט אז ר' נפתלי איז א פאלנער פארברעכער און קלאר צולייגט
זיינע נידעריגע גנבות און שווינדלערייען,
פארוואס זאלן מיר נישט מברר צו זיי זענען בחזקת מוסרים צו ניין?

אגב, אנטשעלע, ווען איך האב דיר געשריבן אז איך האב "אריבער" 60 קאמפלימענטס אין אישי,
איז למען הפונקטלכקייט געווען 63, און ביז דיין קאמפלימענט האט דאס שוין געהאלטן ביי 68,
סא, דיינס איז געווען נומבער 69, אידיש קינד'ס, נומבער 70, און אצינד האלט איך ביי נומבער 73,
איךהאף אז דאס וועט מאכן נאך א טאג פאר אונזער פריינט אידיש קינד...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2006 00:02 לינק ישיר 

יענקל איך וועל אריינפעסטן וואס בערקאוויטש האט געשריבען:

העבר _אין,

בעצם פיין געשריבען, איך וויל אבער מיט דיר קודם עפעס אויסשמועסן און אדרבה לאמיר הערן צו בין איך גערעכט צו נישט, די טראגסט זיך אן צו זיין א פארטרעטער פון משפחת ר' יצחק ש. נו בעצם נישט קיין שלעכטער רעיון, נאר ראשית לאמיר קלאר מאכן וואס דער שמועס איז דא און זעהן טאקע צו מען קען האבן א דעבאטע ווי ערוואקסענע מענטשן.

דער שמועס דא האט זיך אנגעהויבן היות משפחת הנ"ל האט דא ארויפגעלייגט א ביכל פון איבער זיבעציג זייטן אויפצוקלערן זייער זייט אז לא דובים ולא יער זיי זענען קיין מוסרים קיינמאל נישט געווען און עס איז פשוט און פראסט א "קעסטנבוים שפיל לדבריהם" נו האב איך אזוי ווי אנדערע דורך געליינט דאס קונטרס און זיך געוואלט איבערצייגן וואס דא גייט פאר, איז שפעטער דא ארויפגעלייגט געווארן עטליכע דאקומענטן וואס אינהאלט טאקע א סך הכל פון קארגע צעהן זייטן אבער וואס זאגט לכאורה זייער אסאך (וואס עפ"י רוב האב איך שוין געזעהן אונעם "אבן מקיר תזעק") און פרעגט אפ מורא'דיג שטארק זייערע ערשטע און יסודית'דיגע באהויפטונגען וואס אונעם אריינפיר פון דעם "אמת וצדק" שטייט (נאר טאקע די ערשטע פאר נקודות קודם) ווי פאלגענד:

   

פאקטן וואס דער קונטרס "דברי אמת וצדק" און עקזיביטס ווייזן קלאר איבער פאר יעדן וואס ליינט עס:

·        קיינער פון משפחת ר' יצחק שלעזינגער, ווי אויך קיינער פון די אנדערע צענדליגער אידן, וואס די גאווערמענט האט גערופן פאר עדות'שאפט, האבן נישט גע'מסר'ט ר' נפתלי'ן.

·        ר' נפתלי'ס לעגאלע פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן ווען אונטערגעקויפטע אינשורענס עדזשאסטערס האבן אונטער "אימיוניטי" פון די רעגירונג מודה געווען איבער זייערע אקטיוויטעטן אינאיינעם מיט ר' נפתלי.

·        די אלע צענדליגער היימישע אידן וואס זענען א דאנק דעם גערופן געווארן אויפצוטרעטן פארן געריכט, האבן בלויז געענטפערט וואס זיי האבן לעגאל געמוזט, און ע"פ הלכה געמעגט.

·        קיינער פון אונז האט נישט אויפגעטרעטן פארן געריכט א.ד.ג. מיטן פרייען ווילן. יעדער וואס איז אויסגעפרעגט געווארן, איז סובפינעט געווארן דורכן געריכט   

איז אזוי, יעדער האט געזעהן זייער קלאר און די צעהן דאקומענטן דאס פאלגענדע:

א) אביגדור ש, האט אנגערופען די אינשורענס קא. און געזאגט אז זיין פעטער האט געמאכט די שריפה, און געשריבן ליגענט אינעם קלעים!

ב) א "פרעס ריליעס" וואס זאגט זייער קלאר ווער האט געמאכט דאס "דורךברעך" צו דעם אינוועסטיגעשאן!

ג)  אביגדור זאגט דאס זעלבע פאר א "גרענד דזשורי"
 
ד) ער זאגט זייער קלאר פאר די "גרענד דזשורי" אז  ער איז געגאנגען "פרייווילעגערהייט" צו "לאו אינפארסמענט" !

ה) שווימער פארציילט קלאר אז ער איז געגאנגען צו די "גרענד דזשורי" אן קיין "סובפינע"!

ו) דער שופט ווייזט אן קליפ און קלאר זייער עדותשאפט אויף "ארסאן"!


איז פרוביר איך מיט אלע כוחות צו באקומען א נערמאלן תשובה אבער אן ערפאלג, און איך זאג גאר בלענק סטעיטמענטס?? 

איז פארוואס זאל איך ממשיך זיין צו גיין ווייטער צו אנדערע פאונטס אז מען קען גיין און אפשרייבן אזעלעכע אפענע ליגענטס? איז אויב קען איך באקומען א נערמאלען תשובה איז דאס סתם פוסטע ליגענט יא אדער ניין??? און אויב נישט פארוואס נישט??? איז דעמאלט האט א זינען צו גיין ווייטער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2006 01:28 לינק ישיר 

יענקעל,

עס איז דא וואס שרייען אז דיר צו בעטן צו ענטפערן אויף זעקס שאלות אויפאמאל איז אביסל איבערגעטריבען, אלזא האב איך געקלערט אז איך וועל עס צוטיילן אויף צוויי אין איך וועל שטארק הנאה האבן אויב די וועסט ענטפערן קודם אויף די ערשטע דריי שאלות און דערנאך אויף די איבעריגע דריי. 

פארשטייט זיך אז בעצם דיין ענטפערן בכלל וועט באטראכט ווערן אינגאנצן לפנים משורת הדין, וויבאלד מיר ווייסן דאך דעם אמת אז די האסט שוין גענטפערט אן א שיעור מאל...... אבער אפשר איז כדאי אז די זאלסט טאקע ענטפערן כסדר אויף א,ב,ג, וכו' אזוי אז עס זאל טאקע נישט בלייבן קיין ספק פאר קיינעם אז די האסט טאקע יא גענטפערט.  

קען מען מאכן א געשעפט??            




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2006 01:34 לינק ישיר 

here is a copy of the emes vzedek

http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2104304






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2006 01:40 לינק ישיר 

דא איז די קונטרס

http://download.yousendit.com/D9CCF30256911634




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קעסטענבוים שלייער אויפגעדעקט !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.