בית פורומים כל העולם כולו

תנאים היינט אין סאטמאר בארא פארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/12/2006 22:03 לינק ישיר 
תנאים היינט אין סאטמאר בארא פארק

היינט 8:00 קומט פאר די שמחות תנאים פון סאטמאר רבי'ס אייניקל, אין גרויסן סאטמאר ביהמ"ד אין בארא פארק, ווי דער אבי הכלה איז דער מרא דאתרא, איך פלאן אי"ה דארטן צו זיין איך וועל אי"ה ברענגן א באריכט.

די כלה איז די אינגסטע קינד פון מרת חי' מייזליש ע"ה, די עלטסטע קינד פון סאטמאר רבי זצוק"ל, בעל ברך משה, מרת חי' איז נעבעך אוועק אין יאר תשנ"ב און עלטער פון 48 יאר, די כלה איז דעמאלטס אלט געווען בלויז 3 יאר, סאטמארע חסידים געדענקן נאך גוט יענעם יום המר, ווען הר"ר חיים צבי מייזליש און הר"ר מרדכי אהרן מייזליש קינדער פון די נפטרת האבן ביי די לוי' פון מוטער דערמאנט די קליינע מיידעלע, די יללות זענען געווען עד לב השמים. טייל עלטערע אידן פון דערהיים האבן געזאגט אז די לוי' האט זיי דערמאנט פון די לוי' פונעם "עצי חיים".

דער חתן הרב חיים צבי אשכנזי איז דער עלצטער קינד פון הר"ר העניך אשכנזי שליט"א מו"ץ אין קרית יואל, דער עלצטער איידעם פון סאטמאר רבי, עס גייט ארום א מעשה אז מרת חי' ע"ה האט זיך געהאט אויס געדרוקט אויפן חתן ווען ער נאך געווען א יאר אלט "ער וועט זיין מיין חתן". אינטערסאנט אז רביצין אשכנזי די מחותנת'טע, די רבי'ס עלצטע טאכטער הייסט אויך חי'.

אלנספאל, איך וויל נישט מאכן קיין הספדים דא, אבער ווי באקאנט האט דער סאטמאר רבי א מורא'דיג הרגש און נונטקייט צו די משפחה פון זיין שוועסטער, וואס דאס איז געווען די הויפט סיבה פארוואס ער האט זיך מטריח געווען די אנדערע וואך צו פארן אויף ארץ ישראל צו די חתונה פון הרב ר' חיים צבי מייזליש'ס קינד, און ער שפירט א געוואלדיגע שמחה אז ער איז זיך משדך מיט זיין שוועסטער'ס קינד.

זאל זי זיין א מליצה ישרה, ומשמחה זו ישפע שפע רב.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2006 14:33 לינק ישיר 

קישקע

איך הער אז יאנקעלע בערקאוויטש איז אנגעקימען אינדערמיטען אין זיך ארויפגעשטעלט
ביים אויבענאהן אין דער עולם האט זיך געהאלטען אין די זייטען

עס דערמאנט מיך ווי  א ווייב איז נאך געלאפען איר מאן,  האט ער האט זיך באהאלטען אינטער דעם בעט, אין דער ווייב זאגט עיהם קים ארויס פין אינטערען בעט
אין ער ענטפערט אז ער וועט נישט פאלגען ארויסציקימען  ווייל ער איז בעל הבית




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > תנאים היינט אין סאטמאר בארא פארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext