היינט זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א רירענדער פתיחת הבנין פונעם פראכטפולן בנין החדש פון די סאטמארער ישיבה גדולה אין קווינס.
עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער סאטמארער רבי שליט"א מיט די הנהלה זענען אנגעקומען אינעם אלטן בנין און ארויסגענומען די ספרי תורה.
פון דארט זענען זיי געפארן צום נייעם בנין וואס געפינט זיך בערך א 5 מינוט
צו פארן. ביים נייעם בנין האבן אפגעווארט די קרוב צו 700 בחורי הישיבה.
ווען די ספרי תורה זענען אנגעקומען אין נייעם בנין איז מען אריין אין
ביהמ"ד און געטאנצן עטליכע מינוט. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אחיו
הגדול הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א צו זאגן לדוד מזמור. דערנאך האט מען
צוגעשטעלט כיבוד און לחיים.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליטא צוריק אריינגעקומען און ר' שלמה יעקב
געלבמאן נ"י האט ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה און באגריסט די עמודי התווך
פונעם נייעם בנין וועלכע האבן זיך בייגעשטייערט אסטראנאמישע נדבות.
דערנאך האט מען געהערט א קורצע דרשה פון הרב ר' עזריאל גליק שליט"א משב"ק ביי מרן רביה"ק און מרן רבינו הגה"ק זי"ע.
דערנאך האט מען געהערט די דרשה פון רבי'ן שליט"א לכבוד דעם פתיחת הזמן.
ביים סוף פון די דרשה האט דער רבי שליט"א געמאלדן אז ער האט באשלאסן אז די
ישיבה גדולה וועט טראגן דעם נאמען "מתיבתא ברך משה" לזכרו הבהיר פון רבינו
הגה"ק זצוק"ל וועלכער האט איבערגעפלאנצט די ישיבה גדולה דא אין שטאט און
האט זיך כסדר געזארגט פאר איר הצלחה
נשלח ב-12/12/2006 18:02
אויף UPOC:
Fr: usa.2.go
I jost herd that zaly gave up his plan to call the new qevins bulding mesivta byrach moshe !!
אפשר פאר דעם האט אים די רוח געכאפט מיט עטליכע וואכען צוריק און געהייסען אויפהערן שרייבען אויף הייד פארק
ער האט געוואוסט אז ס'וועט קומען א טאג וואס זיינע שווענץ וועלן אים נישט קענען פארטיידיגען
נשלח ב-12/12/2006 18:29
איך זעה אז די זאלונים דא שעמען זיך מיט דעם צעטל.
גלייך נאך די לויה פונעם בירך משה ווען די בני יואל/זאלונים האבן פראטעסטירט און געווארן עקלהאפטיגע פאשקעווילן קעגן רבינו בעל בירך משה, האבן זיי אויך פראבירט צו לייקענען
גראדע, דאסמאל בין איך מיט די יעניגע אויף איין מיינונג אז עס איז א חוצפה אקעגן רביה"ק זי"ע ארפצומעמן שמו פון די ישיבה, אבער נישט חלילה ווייל עפעס פעלט פונעם הייליגען נאמען ברך משה, ליבערשט דארף מען א נאמען געבען א בנין אדער א נייע פראיעקט על שמו.
אבער צו גיין מיט פאשקעווילן אין השמצות אקעגן מרן רבינו הברך משה ז"ל הכ"מ ווייזט נאכאמאל ארויס מיט וועם רז"ל איז ארומגענומען מבית ומבחוץ, און ער ליידט פון זיין טאטענ'ס שונאים פון וועם ער האט געהאט בדעה צו זעהן נחת.
בנפול אויבך אל תשמח, אבער נוצר תאנה יאכל פרי-ה פלעגט מיין רבי ע"ה טייטשן 'אז מ'פלאנצט א "פייג" וואקסט א "פייג"! ודפח"ח
נשלח ב-12/12/2006 20:20
נפתלי בלומענפעלד די מנהל פון קווינס דברך משה, איז אריין נעכטן צו ר' זלמן אים אים געזאגט אז עס ברענט א פייער אין ער מוז צוריק ציען פון די נאמען ווייל עס איז א קאטסראפע, און טאמער עס בלייבט דעמאלס גייט ער אויפגעבן די מנהלת דארט ער ווייל נישט זיין אין ישיבה וואס הייסט בירך משה, ר' זלמן האט אים געזאגט עס איז נישט בידי און ער זאל גיין רעדן צו אליעזר קעסטענבוים.
חיים פסח גאלדשטין האט היינט געשטורעמט פאר כעס אין ראדני ער האט געשריגען דאס מיינט אז ר' זלמן איז בעל הבית אויף אונז און אז ער וויל וועט ער נאך מאכן א סקול דיסטריקט פון די גאנצע ישיבה!
א קווינס בחור זאגט מיר אז מען האט נישט געטוישט די נאמען רבינו יואל אויף "ברך משה", נאר פון "קווינס ישיבה" צו "ברך משה" ישיבה...
די לצים זאגן אז ר' חיים וואזנער האט גערעדט נעכטן ביי די זאליס פון די מתיבתא ברך משה...
אן אנדערער זאגט אז די ברך משה מיעט זיך פאר די אהרונים דארט אויבן, און ער האט אריינגעריקט איינס פאר די זאליס...
_________________
נשלח ב-12/12/2006 20:26
דער סך הכל און דער אמת איז!
רביה"ק זצ"ל האט געבעטן פון די זאליס נעמט אראפ מיין הייליג נאמען פון ענגער ישיבה!
איך האב נישט געוואלט אז די ישיבה זאל זיין אין שטאט!
איך האב נישט געוואלט אז מען זאל לערנען די דרך הלימוד פון די ליטאים!
איך האב נישט געוואלט אז מען זאל נעמען מגידי שיעורים וואס לאכן פון ספה"ק ויואל משה!
איך האב נישט געוואלט אז מחללי שבתים און עוברי עבירה זאלן ארויס קומען פון מיין ישיבה!
יעצט איז זיין הייליג וואונטש מקוים געווארן און די הייליגע נאמען פון רביה"ק זצ"ל האבן זיי אויסגעמעקט פון דארט, און זיין נאמען ווערט מער נישט מחולל.
אברהם בער יאקאבוויטש און משה שמואל זופניק, האבן פריער אנגעריפען משה גבאי אז טאמער ער שרייבט איין ווארט אין דער איד פון מתיבתא ברך משה, דעמאלס גייען זיי עפענען אן אייגן צייטונג.
ווי עס הייסט יעצט האט משה גבאי נישט קיין ברירה און ער גיט זיך אונטער צו זיי, און גייט מארגן אין דער איד נישט שרייבן קיין איין ווארט פון מתיבתא ברך משה.