יצחק ווייס vs. רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע
אין די ארטיקל וואס יצחק ווייס פון ירושלים, דער שרייבער אין איד, האט אריינגעשיקט פאר Ynet וועגן די פורים בי"ד איסור אויף נטורי קרתא, האט ער אריינגעשיקט א פיקטשער פון דעם נועם הארץ ווי ער רעדט ביים דינער פאר 82'ס מוסדות, און ער האט געשריבן דארט אונטער די פיקטשער, נישט מער נישט ווייניגער, "מייסד חסידות סאטמר". גארנישט אנדערש!
אייגנטליך איז ער אבער נישט מער ווי גערעכט. אויב דער נועם הארץ טאר נישט אנערקענען זיין הייליגן טאטן דער ברך משה זי"ע, און ער מוז אים אויסמעקן פון די מאפע, בלייבט ער דאך אן די שלשלת צו זיין גרויסן פעטער זי"ע, דער אמת'ער מייסד. מוז ער נעבעך אליינס גרינדן א אייגענע חסידות מיט א אייגענעם בד"ץ (קלאר קעגן רצון פון רבוה"ק זי"ע, כידוע), האט ער שוין נעבעך געמוזט אויך אליינס פארשאפן די נאמען סאטמאר...
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-3340422,00.html
תוקן על ידי - געגאנגען - 15/12/2006 19:39:06
|
|